א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 672
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

שליחה דורך היכי דמי »

שטייענדיג נאך יו"ט פסח און דורכבלעטערענדיג טויזענטער זייטן פון ענגלישע און אידישע ליטעראטור מוז מען ארויסברענגן הכרות הטוב פאר די רעדאקטארן פון היימישע ליין מאטריאל וואס זייער ארבעט איז געווען גאר מערקבאר דעם יום טוב.

עס איז נישט קיין סוד אז אידישע אויסגאבעס שטייען אין א גאר שווערע פאזיציע ווען זיי דארפן צושטעלן רייכע חומר און זיך צושטעלן צו די סיסטעם גאר שטארק, און אלעס וואס דו ווילסט ליינען, טארן זיי נישט שרייבן. עס איז דא מגיהים און מיינונג זאגער איבער'ן ים, מען זוצט אויף איי וועלט און מען קייט דורך יעדע אויסגאבע, יעדע ארטיקל, יא גוט, נישט גוט, ממש ווי קליינע קינדער, און איך בין זיכער אז דאס גיבט עטוואס דרוק פאר די רעדאקטארן. איבערהויפט ווייסט מען אז קרית יואל'ער וועד שטייט און קייט איבער יעדע שורה וואס ווערט נאר געדרוקט, און ארטיקלעך פליען רעכטס און לינקס. אלזא שטייען זיי אין א ווינקל ווי יעדע צווייטע אינטערסאנטע נושא אדער פערזענליכקייט וואס דו ווילסט ליינען קען מען נישט באשרייבן, און מיט דעם אלעם האבן זיי אלע אהערגשעטעלט הערליכע און מעכטיגע פראיעקטן וואס איז כשר, אינטערעסאנט און ציענד.

איך בין נישט דא צו דעבעטירן וועלכע אויסגאבע האט צוגעשטעלט בעסער אדער שוואכער, דא איז נישט איי וועלט ווי יעדע שרייבער פון אן אויסגאבע איז פארנומען מיט זיינע פופצן ניקס צו שטימען אויף צענדעליגער פאולס וואס ווערן ארויסגעלייגט טעגליך אויף אלע אופנים, איך בין נאר דא צו באדאנקן די חשובע רעדאקטארן פון אלע אויסגאבעס און צייטונגען פאר'ן ארבעטן שווער און צושטעלן גאר רייכע ארטיקלעך און חידושים.

אידישע ליין מאטריאל איז געוואקסן היסטאריש די לעצטע פאר יאר, און אונז האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די ענדלישע אדער העבאריש.

אלע דריי מאגאזינען האבן אפגעהאלטן הערליכע רייזעס און נסיעות צו אינטערסאנטע ערטער און לענדער.

מאמענט האט אונטערגענומען א געוואגטע נסיעה צום ווייטן, קאלטע רוסלאנד, וואס איז אין טיפע קריג'ס צייטן, און זיי האבן אראפגעשיקט זייער שרייבער ארי ווייזער צו ברענגן א גרוס פון אונזער אידישע ברודער אין רוסלאנד.

די וואך/שריפט האט געהאט א אינטערסאנטע נסיעה קיין טורקמעניסטאן דורך זייער רייזענדער משה קליין, און אויך אן אינטערסאנטע באזוך ביים סיקרעט סערוויס טרענירונג צענטער אין וואשינגטאן דורך שמעון יואל קליין, ווי זיי האבן געשמועסט מיט עטליכע אגענטן און פירער, אריינגערעכענט דער וואס האט געדרייווט פרעזידענט אבאמא וואס איז גאר אינטערסאנט געווען.

א בליק/שטיבל האט געהאט א באזוך אין וואשינגטאן אין קאנגראס ווי זיי האבן אפגעהאלטן שמועסן מיט עטליכע קאנגרעסלייט צווישן זיי טעד קרוז, מייק לאולער, פעט רייען, און נאך.

דאס איז חוץ פון נאך צענדעליגער אינטערסאנטע ארטיקלעך וואס איז געווען העכסט אינטערסאנט און ציענד, אבער איך האב נאר אנגעכאפט די נסיעות וואס דא קען מען באמערקן די שווערע ארבעט און הארוואניע וואס די אויסגאבעס ארבעטן אייך צו ברענגן א שמחת יו"ט.

עס איז אריבער די צייטן וואס צו ליינען אן אינטערסאנטע ארטיקל יום טוב דארף מען ליינען די עמי אדער העבראישע משפחה.

ישר כח רעדאקטארן, אייער ארבעט איז אנערקענט!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר