בלאט 1 פון 2

שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 11:55 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.

אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.

מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.

עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.

וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:04 am
דורך צוויי
חמשה עשר באב, לא היה ימים טובים לישראל...

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:05 am
דורך אפטימיסטיש
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:55 pm א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.
פארוואס נאר עלטערע?

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:07 am
דורך אפטימיסטיש
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:04 am חמשה עשר באב, לא היה ימים טובים לישראל...

פאר די וואס ווייסן נישט:

אט איז די משנה אין תענית ‎(ד-ח):

אָמַר רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל, לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים,
שֶׁבָּהֶן בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת בִּכְלֵי לָבָן שְׁאוּלִין, שֶׁלֹּא לְבַיֵּשׁ אֶת מִי שֶׁאֵין לוֹ....
וּבְנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת וְחוֹלוֹת בַּכְּרָמִים.
וּמֶה הָיוּ אוֹמְרוֹת? בָּחוּר, שָׂא נָא עֵינֶיךָ וּרְאֵה וכו'

יא! אום סאמע יום הקדוש האט מען דאס געטון! מ'האט נישט געשמעקט קיין CBD טאביק, נאר מ'האט געטון צו די זאך!

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:11 am
דורך אפטימיסטיש
וליתר שאת עיין אין דעם שמוציגע פרשה אשכול

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:15 am
דורך צוויי
דער פותח האשכול האט מסתמא געפרעגט א נארמאלע שאלה, לאמיר נישט צו שטארק פארפארן..

מיין דעה איז, אז די דרשות און מסיבה וכדו' זאלן זיין אויף אן אופן פון געהעריג מחיצה וכדו', אבער מיט רשימות פאר ביידע זייטן ווער עס באטייליגט זיך פון די אנדערע זייט, און מיט געלעגענהייטן זיך צו כאפן א שמועס פנים בפנים און אזעלכע בעשוי שטיבער וכדו'

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:25 am
דורך סוף טוב הכל טוב
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:15 am דער פותח האשכול האט מסתמא געפרעגט א נארמאלע שאלה, לאמיר נישט צו שטארק פארפארן..

מיין דעה איז, אז די דרשות און מסיבה וכדו' זאלן זיין אויף אן אופן פון געהעריג מחיצה וכדו', אבער מיט רשימות פאר ביידע זייטן ווער עס באטייליגט זיך פון די אנדערע זייט, און מיט געלעגענהייטן זיך צו כאפן א שמועס פנים בפנים און אזעלכע בעשוי שטיבער וכדו'
א דאנק פאר די ערשטע זאכליכע ענטפער.

(פארוואס קען מען דא נישט האבן א נארמאלע שמועס?)

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:29 am
דורך סוף טוב הכל טוב
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:15 am דער פותח האשכול האט מסתמא געפרעגט א נארמאלע שאלה, לאמיר נישט צו שטארק פארפארן..

מיין דעה איז, אז די דרשות און מסיבה וכדו' זאלן זיין אויף אן אופן פון געהעריג מחיצה וכדו', אבער מיט רשימות פאר ביידע זייטן ווער עס באטייליגט זיך פון די אנדערע זייט, און מיט געלעגענהייטן זיך צו כאפן א שמועס פנים בפנים און אזעלכע בעשוי שטיבער וכדו'

אפשר זאל חוץ דרשות און מסיבה, זיין פארשידענע ספעציעלע קורסעס אויף נושאים מיוחדים ווערן געגעבן אין קלאסרומס, און דארט זאל זיין א קלאס פון לאמיר זאגן צען מענטשן, 5 מענער און 5 פרויען. און מ'וועט צוזאמען דיסקוסירן די לעקציע, דארעך שאלות ותשובות בשעת די לעקציע און דערנאך. אזוי ארום וועט ווערן עפעס א קירוב הדעת, יעדער גייט האבן די ליסטע פון די גאנצע "קלאס" מיט רעזומעיס פארשטייט זיך, אזוי אז עפעס וועט זיך שוין מאכן.

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:34 am
דורך כרם זית
רעדט מען פון בחורים און מיידלעך וועלכע זענען אינגאנצן חסידיש, אדער אביסל מער קיל?

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:42 am
דורך מנחם מנדל
פאר גרושים וגרושות איז מער דא א טשאנס אז אזא זאך זאל זיין סוקסעספול, ווי נישט ווי מען איז שוין גרייט צו טוען עפעס מער אוט אף די באקס, די זעלבע ווי ביי סעקאנד מערידזש וועלן רוב דעיטן, משא"כ פאר סתם בחורים ובתולות.

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:44 am
דורך צוויי
מנחם מנדל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:42 am פאר גרושים וגרושות איז מער דא א טשאנס אז אזא זאך זאל זיין סוקסעספול, ווי נישט ווי מען איז שוין גרייט צו טוען עפעס מער אוט אף די באקס, די זעלבע ווי ביי סעקאנד מערידזש וועלן רוב דעיטן, משא"כ פאר סתם בחורים ובתולות.
ער רעדט דאך דא פון עלטערע בחורים און מיידלעך

ס'דארף טאקע זיין עלטערע ממש אדער קרוב לזה וואס זענען טאקע אפן צו די געדאנק אין די דרגה פון גרושים וגרושות

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:47 am
דורך מנחם מנדל
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:44 am
מנחם מנדל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:42 am פאר גרושים וגרושות איז מער דא א טשאנס אז אזא זאך זאל זיין סוקסעספול, ווי נישט ווי מען איז שוין גרייט צו טוען עפעס מער אוט אף די באקס, די זעלבע ווי ביי סעקאנד מערידזש וועלן רוב דעיטן, משא"כ פאר סתם בחורים ובתולות.
ער רעדט דאך דא פון עלטערע בחורים און מיידלעך

ס'דארף טאקע זיין עלטערע ממש אדער קרוב לזה וואס זענען טאקע אפן צו די געדאנק אין די דרגה פון גרושים וגרושות
ליין איבער וואס ער שרייבט.

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:54 am
דורך סוף טוב הכל טוב
כרם זית האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:34 am רעדט מען פון בחורים און מיידלעך וועלכע זענען אינגאנצן חסידיש, אדער אביסל מער קיל?
פון חסידיש אינגאנצן ביז אביסל קיל.

אבער דאס דארף קענען זיין כשר פאר למהדרין מן המהדרין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:03 am
דורך הכנה דרבה
אזא איווענט דארף האבן א טעמע (theme בלעז) וואס איז אויסדרוקליך נישט איבער שידוכים והמסתעף, דערפאר איז א שבתון זייער א גוטע איידיע, ברענגטס אפאר אינטערעסאנטע בעלי דרשנים וואס גייען רעדן איבער רענדאם אינטערעסאנטע נושאים און דערנאך וועלן זיך שוין מאכן קופקעס וואו מ'וועט עס דורכשמועסן און בדרך אגב וועט מען מאכן קאננעקשנס. ווען איך בין געוועהן אין די יארן בין איך געוועהן ביי א שבתון פון "מאדערנע אידן" ווי מ'רופט זיי, גראדע די טעמע פונעם שבתון איז געוועהן קירוב רחוקים. געדענק איך ווי דער רעדנער האט גערעדט פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה אזא שעה צוויי מיט הוכחות אויף גאט און אזעלכע סארטן זאכן, דער עולם האט אריינגעפרעגט און ס'האט זיך געטוהן א גאנצע דין ודברים אהין און צוריק, דערנאך זענען א גרופע חברה ואני בתוכם אויף געוועהן אגאנצע נאכט און דורכגעשמועסט אביסל אמונה ענינים אבער מער סתם שטותים, (גראדע זייער א געשמאקע שמועס געוועהן ווייל ס'געוועהן דאס ערשטע מאל וואס סיי איך האב עס דורכגעשמועסט מיט "מאדערנע אידן" און סיי איך האב געהערט די פרויערישע פערספעקטיוו אויף אמונה/כפירה) און ביי די וועי האט מען זיך באקענט איינער מיט'ן צווייטן.

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:39 am
דורך מופת הדור
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:55 pm א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.

אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.

מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.

עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.

וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
בין איך די איינציגסטע וואס נעמט די אשכול מיט א grain of salt?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:39 am
דורך הכנה דרבה
ניין

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:27 am
דורך אייניקעל
ס'איז פארהאן א געדאנק וואס רופט זיך Speed Dating.

דאס הייסט אז מען קומט זיך צוזאם אויף א פראגראם וואס ארבעט מיט א סיסטעם ווי א יעדע פון די באטייליגטע באקומט די געלעגנהייט זיך אראפזעצן פאר א קורצע "דעיט" פון בערך 5 מינוט מיטן צד השני, דערנאך קלינגט א בעלל און מען דארף גיין צו די נעקסטע פאר 5 מינוט, וחוזר חלילה, ביים סוף פון די פראגראם האט א יעדער זיך געטראפן מיט 5-6 פאטענציאלע זיווגים און דערנאך פאלגט מען נאך דורכן פראגראם אויב מען וויל ווייטער גיין מיט איינעם.

דאס איז א געדאנק וואס קומט פון די אידישע מאדערן ארטאדאקס חדר, אויב קען מען דאס אויסארבעטן אויף א היימישע פארנעם קען עס שטארק בייהילפיג זיין.

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:06 pm
דורך חֶנְוָנִי
ר' מענדל ראטה האט אויפגעברענגט די איידיע א יאר-צוויי צוריק
פון זיינע ווידיאוס שטעלט זיך גראדע ארויס א שטארקע קאווע שטיבל כאראקטער


Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:42 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
מופת הדור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:39 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:55 pm א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.

אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.

מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.

עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.

וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
בין איך די איינציגסטע וואס נעמט די אשכול מיט א grain of salt?
פארוואס?

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:38 pm
דורך טובלכל
עס קוקט אויס פון דיין שרייבן אז נאכ'ן דורך טוט די נושא פון שידוכים ביסטו אנטשלאסן אז דאס וועט העלפן, און די זוכסט הילף,
להוי ידוע, גרושים טרעפען זיך אויב זיי ווילן, און פאר עלטערע איז דא אין קרוינהייטס ווי מ'קען גיין עסן די סעודות שבת,
איך זע נישט אז דאס וועט לינדערן די פראבלעם

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:50 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
טובלכל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:38 pm עס קוקט אויס פון דיין שרייבן אז נאכ'ן דורך טוט די נושא פון שידוכים ביסטו אנטשלאסן אז דאס וועט העלפן, און די זוכסט הילף,
להוי ידוע, גרושים טרעפען זיך אויב זיי ווילן, און פאר עלטערע איז דא אין קרוינהייטס ווי מ'קען גיין עסן די סעודות שבת,
איך זע נישט אז דאס וועט לינדערן די פראבלעם
אבער וויאזוי גייען זיך טרעפן מערערע עלטערע בחורים און מיידלעך, גרושים און גרושות, וועלכע מ'טראגט נישט אן קיין זאכן?

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 3:07 am
דורך נעקסט לעוועל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:55 pm
וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
מיין פיעס אוו מיינד
אזוי ווי אסאך גוטע זאכן ביי כלל ישראל וואס גייט א טראפעלע ארויס פון די גראדע שטייפע ליניע וואס די סאכדעס ס׳ראבאנעם דארצעס הברית וקאנאדא וכל הרע-בנים למיניהם צווינגען ארויף אויפן פשוטן המון עם, ווערן פארשניטן אינגערהייט, נאך פאר סהאט געהאט צייט צו שפראצן.
די זעלבע איז מיט דעם פלאן, אפילו בעצם האט עס א תורה שטריך פון חמישה עשר באב, אבער די היסטאריע האט געוויזן אז אזעלכע סארט אקטיוויטעטן גייען נישט אריבער שטיל, די אמאונט אויף טעראר און כאאס וואס די לשם שמים׳ניקעס העלן אנמאכן, פון איבערדרייען די גאנצע היימישן אידנטום מיט פראטעסטן און עצרת׳ן ביז אקטיווע טעראר אקעגן די אנפירער, און וואס נישט, והרבה הרי זה משובח, והמטרה מקדש את האמצעים, וכל המרבה זוכה לשבעים בתולות בגן עדן.

על פי דרך הטבע זעה איך נישט קיין מהלך וויאזוי דעיס קען ארבעטן, אויב איינער קען פיגערן א מהלך וואס וועט נישט אונטערהייצן די עומדים בראש השטייסל , אדרבה ואדרבה, זאל משתף זיין מיטן ציבור, יראו ישרים וישמחו כי ישתקו

Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 1:03 pm
דורך ווייסעכניש
חֶנְוָנִי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:06 pm ר' מענדל ראטה האט אויפגעברענגט די איידיע א יאר-צוויי צוריק
פון זיינע ווידיאוס שטעלט זיך גראדע ארויס א שטארקע קאווע שטיבל כאראקטער

ער טענהט אז 30% גט'ן זיך און נאך 30% ווילן