בלאט 1 פון 1

’באואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:23 pm
דורך אלע צוזאמען
היינט צופרי איז געווען רעפארטעט אין די נייעס אז ’דזשאשוע דיען’ א קוואליטי אודיטער ביי ’ספיריט ערא סיסטעמס’ איז געשטארבן נאך א מיסטריעזע קרענק.

לכאורה אן אומשולדיג נייעס’ל, ניין?

אומשולדיג, ביז מען זעהט ווער דער ’מר דיען’ איז געווען. ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזשאב א יאר צוריק אין אפריל 23 נאך וואס ער -ווי ער טענה’ט- האט אויפגעדעקט באשולדיגונגען און באווייזן אז דער אוויאציע ריז ’באואינג’, פאר וועם ’ספיריט ערא’ פאבריצירט סיסטעמס, פארלעצט זיכערהייט רעגולאציעס בדווקא אבי צי פארדינען מער געלט.

דא הייבן זאכן אן צו ווערן אינטערסאנט.

’מר דיען’ איז דער צווייטער ’באואינג’ איינגעשטעלטער ארויסצוקומען מיט באשולדיגונגען קעגן די קאמפעני, און זעה נאר זעה, וואונדער איבער וואונדער, ער איז אויך דער צווייטער צו שטארבן פלוצלינג און מיסטעריעז...


דזשאן בערנאט איז אויך געווען אן איינגעשטעלטער אין די ריזיגע פירמע, און אלץ א פראדוקט קוואליטי מענעדזשער, האט ער ארויסגעריקט שווערע קאמפלעינטס איבער נאכאנאנדע פארלעצונגען וואס קומען דארט פאר אויפן חשבון פון די פאסאזשירן זיכערהייט, ער האט אלעס איבערגעגעבן פאר לויערס, אבער די טאג וואס ער האט עס געדארפט דערציילן אונטער א שבועה אין געריכט, איז ער געפינען געווארן נישט ביים לעבן אין זיין קאר נאכן באגיין זעלבסטמארד.