בלאט 1 פון 2
מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:11 pm
דורך חב''ד הויזן
קען איינער אריינקומען מיט היתרים צו הערן מוזיק ספירה? איך זיץ אין אפיס און ווער משוגע, איך בין צו געוואוינט צו הערן מוזיק א גאנצן טאג.
יעצט פאל איך דורך און איך הער באיסור איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן בהיתר....
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:14 pm
דורך סקעפטיקער
נישטא קיין שום איסור צו הערן מוזיק אין ספירה!
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:17 pm
דורך חב''ד הויזן
גוט צו הערן. א שטיקל בירור איז שייך? א פשוטע סקעם?
א דאנק
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:21 pm
דורך סקעפטיקער
אין שו"ע שטייט נישט צו הערן מוזיק א גאנץ יאר, און די וועלט איז מקיל. ספירה שטייט אז מ'איז זיך מונע פון ריקודין ומחולות (טענץ). ערגעץ ווי איז געווארן אנגענומען נישט צו הערן מוזיק ספירה
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:27 pm
דורך חב''ד הויזן
האסט א אנונג ווער בערך איז די ערשטער וואס דערמאנט א איסור אויף מוזיק? ווייל אין די אחרונים איז עס אנגענומען פאר א דבר פשוט. אויף וועם באציט מען זיך ווען מען איז דן די איסור?
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:41 pm
דורך סקעפטיקער
וועלכע אחרונים דערמאנען דאס?
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:45 pm
דורך קורקלענד
פאר'ן מתיר זיין דארף מען קודם אסר'ן. זייט אזוי גוט, ווייזט אונז פארוואס איר מיינט אז עס איז אסור און דערנאך וועט מען פרובירן אידענטיפיצירן א היתר.
אזויווי עטליכע דא האבן שוין ערווענט, אויב א היתר, דארפסטו אויף א גאנץ יאר ווייל להלכה טאר מען נישט סתם אזוי הערן מוזיק איבערן יאר. און איינמאל איר האט א היתר אויף אגאנץ יאר. קענט איר עס שוין ניצן ספירה אויך.
לעצם הענין, זאגן זיי אז ס'איז דא א מגן אברהם וואס זאגט אז ביי א שמחה/סעודות מצוה אין ספירה זאל נישט זיין קיין מוזיק.
דער אויבן וואס זאגט עפעס שטייט וועגן ריקידום ומחולות... מיינעך נעמט פון וואס ס'שטייט אויף די דריי וואכן.
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:46 pm
דורך מי אני
דאס איז ווי דער אגרות משה (
או״ח ח״א סימן קסו) ענדיגט צו בדיונו איבער הערן מוזיק בכלל.
IMG_7252.jpeg
ער אסר׳ט אויך בימי הספירה
באו״ח ח״ג סימן פז ו
באו״ח ח״ד סימן כא ע״ש. הגר״ע יוסף זצ״ל (
יחווה דעת ח״א סימן מה וח״ו סימן לד) האלט אויך אזוי ע״ש. דער כפי אהרן (
סימן נב) אסר׳ט אויך מער בימי הספירה ע״ש.
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:53 pm
דורך היימלינד
אפילו אז עס וואלט געווען א צד לאסור בימי הספירה איז אבער נאר פון ראש חודש אדער ביז ל"ג בעומר והוא הדין פאר חתונות און אלע עניני אבילות, דאס אז מען איז מקפיד די גאנצע איז עפ"י אריז"ל.
און אז מען רעדט שוין: באנייען קליידער שטייט נישט אין שו"ע, ס'איז א פר"ח ממילא זענען אסאך מקיל שבת אדער לעת הצורך, אנדרעש ווי בימי בין המצרים.
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:59 pm
דורך חב''ד הויזן
האב איך אביסל ארומגעגוגלט, זע איך אז די מגן אברהם אסרט ריקודים ומחולות און די אוסרים לערנען ארויס שמיעת כלי שיר פון א קל וחומר אז מה דאך פלעין טאנצן איז אסור איז זיכער הערן כלי שיר...
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:01 pm
דורך סקעפטיקער
די איסור אויף ריקודים ומחולות איז פונעם
מגן אברהם, די
ערוך השולחן איז לכאורה דער ערשטער אוסר אויף כלי זמר אלס א כל שכן פון ריקודים ומחולות (ויש לדון על דבריו, בפרט כלי זמר בזמנינו שאינו דומה לריקודין ומחולות)
א שיינע בירור איבער די נושא
https://beinenu.com/sites/default/files ... _31_77.pdf
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:06 pm
דורך הכנה דרבה
היימלינד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:53 pm
אפילו אז עס וואלט געווען א צד לאסור בימי הספירה איז אבער נאר פון ראש חודש אדער ביז ל"ג בעומר והוא הדין פאר חתונות און אלע עניני אבילות, דאס אז מען איז מקפיד די גאנצע איז עפ"י אריז"ל
נישטא אזא אריז״ל
לגבי די קל וחומר פונעם ערוך השולחן אין אזא פאל זאגט מען דיו לבא מן הדין
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:17 pm
דורך היימלינד
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:06 pm
נישטא אזא אריז״ל
איך האב נישט די מ"מ יעצט, אפשר נישט ארי אבער ס'איז זיכער עפ"י קבלה און נישט עפ"י הלכה, עס האט שייכות מיט די ענין פון תמימות, איי מה הקשר? אזוי
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:42 pm
דורך הכנה דרבה
מעגליך שטייט עס אין אן אומבאקאנטע קבלה ספר
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:45 pm
דורך מנחם מנדל
מעיקר הדין איז נאר אסור מוזיק וואס ברענגט צו ריקודין און טאנצערייען ווי למשל דאנס און הארא, שטאטע מוזיק און קלאסישע מוזיק איז לכאורה יא מותר.
Re:
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:45 pm
דורך היימלינד
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:42 pm
מעגליך שטייט עס אין אן אומבאקאנטע קבלה ספר
איי געיס אז די באקאנטע קענסטו שוין
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:59 pm
דורך יין שרף
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:45 pm
מעיקר הדין איז נאר אסור מוזיק וואס ברענגט צו ריקודין און טאנצערייען ווי למשל דאנס און הארא, שטאטע מוזיק און קלאסישע מוזיק איז לכאורה יא מותר.
הג"ר שלמה זלמן אוירבך זצ"ל
Re: Re:
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:03 pm
דורך הכנה דרבה
היימלינד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:45 pm
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:42 pm
מעגליך שטייט עס אין אן אומבאקאנטע קבלה ספר
איי געיס אז די באקאנטע קענסטו שוין
יא
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:13 pm
דורך אינטערסאנטער
Re: Re:
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:30 pm
דורך יין שרף
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:03 pm
היימלינד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:45 pm
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:42 pm
מעגליך שטייט עס אין אן אומבאקאנטע קבלה ספר
איי געיס אז די באקאנטע קענסטו שוין
יא
איך מיין די אריז"ל רעדט נאר לגבי תספורת זאל מען מחמיר זיין ביז מ"ט לעומר, וכן הביאו כמה פוסקים בשמו.
לגבי נישואין אדער אנדערע ענייני אבילות זענען דא שפעטערע פוסקים וואס זענען מדמי מילתא למילתא.
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:17 pm
דורך אלפא
דאס אמאל זיכער אז דער וואס איז אויפגעקומען מיט 'ספירה מוזיק' איז עתיד ליתן את הדין!!
עס איז פשוט מיאוס..
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:29 pm
דורך לאכעדיג
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... GwpzSjfNs7
ער שמועסט זייער שיין אויס די גאנצע נושא אין לשון הקודש.
Re: מוזיק אום ספירה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:21 pm
דורך מילך טראק
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:11 pm
קען איינער אריינקומען מיט היתרים צו הערן מוזיק ספירה? איך זיץ אין אפיס און ווער משוגע, איך בין צו געוואוינט צו הערן מוזיק א גאנצן טאג.
יעצט פאל איך דורך און איך הער באיסור איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן בהיתר....
פאר שטייטע מוזיק הער איך יוסף חיים גרינוואלד
פאר שנעלע מוזיק הער איך מיילך בידערמאן