'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...

שליחה דורך אלפא »

ניין, דערשרעקטס ענק נישט, @אלפא איז נישט קיין פרקי אבות מגי"ש געווארן, און איך גיי נישט דא איבערגעבן קיין וועכענטליכע דרשות.

איך האב פשוט אריינגעבליקט אין סידור נאך מנחה היינט, קיין ברטנורא האבן די משניות נישט פארמאגט, האבן די משניות זיך צונויף-געפארעמט אויף אן אינטרעסאנטע אופן וואס איך קען באשטיין מיטצוטיילן דא.

איך גיי נישט אנהייבן מיט די שאלה פארוואס עס הייסט 'אבות', און דעם 'כל ישראל' ערלויב איך מיר אויך איבערצוטאנצן אן קיין געוויסנביסן.

די הקדמה וואלט אבער לכאו' יא געווען מיין תגובה דעם פרייטוג, וואס איז געקומען נאכן הערן די העדליינס הלכה שמועס איבער אחדות און איבער די צוויי קעגנזייטיגע נאטורן וואס זענען פארהאן, דער קנאי און דער יעדנס-ליבהאבער, אמת אנקעגן שלום, אדער חסד לעומת גבורה ווי אנדערע וואלט עס באצייכנט.

און לערנענדיג דעם פרק האט זיך אזוי שיין צוגאסן דעם דיפערענס און צווישנשייד צווישן די צוויי פארקערטע צוגענג, ווי מ'זעט דעם אינטרעסאנטן קאנטראסט אין יעדן דור דורכאויס די משניות באזונדער. פון איין זייט שטייט דער בעל אמת וועלכע נעמט דעם יקוב-הדין-את-ההר מהלך צו בויען אידישקייט ווייטער, אנקעגן זיין בן זוג וועלכע גייט ענדערש מיטן שלום און ליבליכן היטל פון נישט זיין אזוי שטייף נאר ארייננעמען וואס מער אינעם הייליגן שטייסל און אזוי ארום אנהאלטן דעם המשך האומה.


דיסקלעימער: איך גיי אביסל אנרירן און אריינטייטשן איבער די היסטאריע בזמן המשנה, אבער יבואו ההיסטאריקער ויעידו, איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע פאקטואלע אפשאצונגען, און איך בין מוסר מודעה אז אויב זענען געוויסע נקודות פאלש דאן איז מיין דרשה נישט מער ווערד ווי טאקע א דרשה..

______________


משנה א'
משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע, ויהושע לזקנים, וזקנים לנביאים, ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה. הם אמרו שלשה דברים: היו מתונים בדין, והעמידו תלמידים הרבה, ועשו סייג לתורה.

שוין ביי די 'הם אמרו' האב איך זיך אפגעשטעלט. וואס איז פשט אז ביז דאן איז אלץ געפארן געשמירט – קיינער פון די פארגייער האבן נישט געפילט פאר וויכטיג זיך אנצורופן, און פונקט דא הייבט זיך אן אזא טראדיציע פון 'זאגן' סטעיטמענטס?!

נאר ווי באקאנט האט אידישקייט און די ביז-דעמאלס'דיגע מסורה זיך געהאלטן רעלאטיוו שטאנדהאפטיג דורכאויס דעם גאנצן תקופה אראפצו ביז די אנשי כנסת הגדולה, עס איז געווען אטע דאן - ארום די צייטן פונעם חורבן, וואס די הנהגה און המשכה פון כלל ישראל האט געכאפט דעם ערשטן זעץ, און די גדולים פון יענע תקופה האבן זיך דערזען מיט א ניי אויפגעקומענע פראבלעם, נעמליך, וויאזוי צו פארזיכערן אז כלל ישראל האלט זיך ווייטער צוזאמען אלס א פאראייניגטע פאלק מיט א פאראייניגטע ציל און וויזיע.

און דאס איז וואס די משנה באציט זיך אהער, די מהלך - אדער מהלכים - וואס די גדולים פון דארטן און ווייטער האבן אדאפטירט מיט דעם איינעם ציל פארצוזעצן דעם גלאררייכן משה-קיבל-תורה'דיגע היסטאריע און וויאזוי צוצוגיין אמבעסטן צו ערפילן דעם מיסיע פון אוועקשטעלן די יסודות פאר די נאכפאלגענדע וואקעלדיגע אידנטום.

די ערשטע זאך אויפן אגענדע וואס זיי האבן ארויסגעלייגט, זאגט די משנה איז, היו מתונים בדין, והעמידו תלמידים הרבה, ועשו סייג לתורה.
-זיין אדורכגעטראכט.
-זיכער מאכן אז די ווארט פארשפרייט זיך און קומט אן ווייט.
-און שטעלן גדרים – זיכער צו מאכן אז עס האלט זיך..

אויב קען מען זאגן, איז דאס ניטאמאל בגדר רעקאמענדאציע – דאס איז זאגאר די סאמע מישאן-סטעיטמענט פון די דעמאלס'דיגע באזארגטע פירער און פון דעם נאכפאלגענדן פרק בכלל.

וואס יא, ווי מ'זעט דרייט זיך אלעס ארום תורה, זאל עס זיין דין, תלמידים, אדער תורה אליין. זייער פאקוס איז געווען היבש קאנצענטרירט אויף דאס וואס די גדולים האבן אלץ געזען פאר וויכטיג און אלס צענטער – דעם כלל פון 'אין אומתינו אומה אלא בתורה', און סיי וואס זיי האבן פראפאזירט האט זיך געדרייט ארום דעם.


אויף דעם ארויף קומט שמעון הצדיק אינעם קומענדיגן דור, מעגליך נאכן איינזען אז נישט יעדער איז בכלל אויף דעם שטאפל פון 'תורה' טו בעגין וויז.. און זאגט:

משנה ב'
שמעון הצדיק היה משיירי אנשי כנסת הגדולה. הוא היה אומר, על שלשה דברים העולם עומד: על התורה, ועל העבודה, ועל גמילות חסדים.

ער קומט שוין אריין שוין מער ליבעראל. לאז יעדעם טון וואס ער דארף, דער וואס וויל תורה – זאל זיין תורה, עבודה – זאל זיין עבודה, און פאר די וואס זייער טייל איז אין טון חסד מיט אנדערע – האט אידישקייט און די וועלט אויך א נוצן און א מיסיע. דער עיקר איז די זאך 'האלט זיך'..



משנה ג'
אנטיגנוס איש סוכו קיבל משמעון הצדיק. הוא היה אומר, אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס, אלא הוו כעבדים המשמשין את הרב על מנת שלא לקבל פרס, ויהי מורא שמים עליכם.

ער – ווי עס שיינט - האט שוין אנגעפאנגען צו דערשפירן רייבערייען אינערהאלב דעם פירערשאפט פון כלל ישראל, זה אומר בכה וזה בכה, איינער שרייט נאר תורה, איינער שרייט מ'דארף זיין מער אינקלוסיוו. רופט ער זיך אן "רבותי, עס מאכט נישט אויס! טוטס אויף און פארכטס ג-ט, קוקטס נישט אויף די רעזולטאטן און זארגטס ענק נישט איבערן עתיד!"

ער איז מער געווען דער פארמיטלער סארט פערזענליכקייט, טון צום זאך און ווייניגער חשבונ'ען, אזוי איז יעדער צופרידענער און עס זענען דא ווייניגער קריגערייען..


ווי מ'זעט אבער ווייטער איז ער געווען די לעצטע אין דעם ליניע צו האבן דעם פריוויליגיע פון רעדן אומגעשטערט. גראד נאך אים זענען ארויסגעוואקסן די זוגות, וואס ווי עס שיינט איז עס נישט געקומען אן קיין רייבערייען, און טאקע פון דא און ווייטער איז די ציל געשפאלטן אין צווייען, אין יעדן דור גייט זיין דער איינער וואס נעמט עס מער רעכטס, מער פאר א טאלערירענדע וויזיע, און די צווייטע מיטן קאנטער-שטעלונג אז נאר דורך איינצוימען די מאסן און באווארענען דעם גדר פון גיין צו ברייט..


משנה ד'
יוסי בן יועזר איש צרידה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קיבלו ממנו.
יוסי בן יועזר איש צרידה אומר, יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, ושותה בצמא את דבריהם.


יוסי בן יועזר איז געווען פון דער ברייטערע לאגער: מ'זאל זיך דרייען ביי גוטע אידן, טרינקען מיט דארשט זייערע ווערטער, אבער גארנישט מער ספעציעל ווי דאס – אין אנדערע ווערטער – כאפטס וויפיל עטס קענטס.


קומט אבער יוסי בן יוחנן:

משנה ה'
יוסי בן יוחנן איש ירושלים אומר, יהי ביתך פתוח לרווחה, ויהיו עניים בני ביתך. ואל תרבה שיחה עם האשה. באשתו אמרו, קל וחומר באשת חברו; מכאן אמרו חכמים, כל המרבה שיחה עם האשה גורם רעה לעצמו, ובטל מדברי תורה, וסופו יירש גיהנם.

ער האט שוין א וויכטיגע פרט צוצולייגן! אודאי זאל מען אויסהערן גוטע אידן, און זיין ברייט פאר אנדערע, אבער השמר והזהר, אינעם צווייטן ביהמ"ד טרעט מען נישט אריין – מיט די פרויען – אדער ברייטער גערעדט מיט די פראבלעמאטישע בתוכינו – די וועלכע האבן די פאטענציאל אונז אריינצופירן אין גיהנם אריין, מיט זיי קיין פארקער, שטיין ווייט זאל מען!!
נאר אזוי וועט זיין פאר כלל ישראל א קיום!


משנה ו'
יהושע בן פרחיה וניתאי הארבלי קיבלו מהם.
יהושע בן פרחיה אומר, עשה לך רב, וקנה לך חבר, והוי דן את כל האדם לכף זכות.


ווידער אן ענליכע דינאמיק:

זיין רעקאמענדאציע איז: מאך דיר א רבי'ן, טרעף דיר סיי וועלכע חבר, און האלט יעדן איד אויף דיין ווייסן בלאט! (הערט זיך קענטיג?!)


קומט אבער ניתאי הארבלי:
משנה ז'
ניתאי הארבלי אומר, הרחק משכן רע, ואל תתחבר לרשע; ואל תתייאש מן הפורענות.

נא נא נא, נישט אזוי לייכט!

גיבטס אכט ווי פון פייער מיט וועם איר חבר'ט זיך, פון די פארדארבענע אנטלויפט, און מיינט נישט אז אין א שוואכן דור איז נישטא מער קיין פלאץ אין גיהנם פאר אייך!



משנה ח'
יהודה בן טבאי ושמעון בן שטח קיבלו מהם. יהודה בן טבאי אומר, אל תעש עצמך כעורכי הדיינים. וכשיהיו בעלי הדין עומדין לפניך יהיו בעיניך כרשעים, וכשנפטרים מלפניך יהיו בעיניך כזכאים, שקיבלו עליהן את הדין.

יהודה בן טבאי רעדט שוין אפי' צו די רבנים פון שטעטל:
פאק דיך נישט איין אינעם איצטלא - האלט דיך נישט אזוי וויכטיג און בא'גדול'ט, דארפסט פסק'נען?! נישט קיין פראבלעם, דאס איז דיין אויפגאבע, עס נעמט אבער נישט אוועק פון די חשיבות פון א צווייטן איד. ווען יענער קומט אריין צום דין תורה האלט אים געציילטע מינוטן פאר א שולדיגן, אבער תיכף דערויף ווען ער נעמט אן דעם פסק גייט אלעס צוריק צום 'צדיקים' לאגער – אלע זענען וואויל און הייליג, נישטא קיין אויבן-אן און קיין עליטע וואס טיילן איין!


משנה ט'
שמעון בן שטח אומר, הוי מרבה לחקור את העדים, והוי זהיר בדבריך, שמא מתוכן ילמדו לשקר.

שמעון בן שטח לאזט דורך נישט אזא מהלך אומגעענטפערט:
פארקערט, שרייט ער! מאך זיכער אפי' נאך וואס זיי זענען ארויס אז דו ביסט הונדערט פראצענטיג אויסגעהאלטן! יעדעס ווארט דיינע זאלסטו ציילן. ווייסט עטץ וואס עס מיינט זיין א ראלע-מאדעל בכלל?! מענטשן מאכן ענק נאך און עטץ דארפטס זיין די שטרענגסטע געיט-קיפערס נאר מעגליך, אנדערש קען נאך אלעס צופאלן..


משנה י'
שמעיה ואבטליון קיבלו מהם.
שמעיה אומר, אהוב את המלאכה, ושנא את הרבנות, ואל תתוודע לרשות.


עגעין, שמעיה טענה'ט הערטס אויף מיט די רבני'שן געשטעל אדער זאגאר מיט די עליטע רעגירונגען, יעדער איז אקעי, יעדער ווייסט וואס ער האט צו טון, און איר דארפט נישט מער ווי טון וואס איר האט צו טון, און אקצעפטירן דעם עולם זארגלאז.


ענטפערט אבטליון:

משנה י''א
אבטליון אומר, חכמים, הזהרו בדבריכם, שמא תחובו חובת גלות, ותגלו למקום המים הרעים, וישתו התלמידים הבאים אחריכם וימותו, ונמצא שם שמים מתחלל.

וואס האסטו געזאגט נאכאמאל? נישטא קיין הערשאפט?! - לאנג לעבן זאל פירערשאפט!
געבטס אכטונג וואס עטס טוטס, רעדטס, און וויאזוי איר פירט זיך, מענטשן מאכן אייך נאך און לערנען זיך נאר אפ פון אייך, עס קען נאך חס ושלום ארויסקומען א חילול השם, ה"י..


משנה י''ב
הלל ושמאי קיבלו מהם. הלל אומר, הוי כתלמידיו של אהרן, אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.

דא דערנענטערט מען זיך שוין צום ענדע פון דעם ענדלאזן צירקל. הלל און שמאי זענען שוין די הונטערשטע פון די זוגות, און זייערע ווערטער קומט שוין אין א צייט וואס אפי' די לעצט-געבליבענע הנהגה פארלירט שוין איר גלאנץ.

זאגט הלל:
מ'קען דא נישט מאכן קיין חשבונות מיט קיין קנאות ווייטער, דא איז נאר דא איין עתיד:
אוהב שלום, ורודף שלום, אוהב הבריות, און האפענטליך וועלן די רעזולטאטן זיין 'ומקרבן לתורה'...


[דא האבן זיך אבער עפעס אריינגערוקט צוויי משניות, איינס אין ארמיש און די צווייטע מער פאעטיש געשטימט. איך בין נישט קלאר פונקטליך וואס זיי טוען דא אדער וויאזוי זיי פאסן אריין אין דעם טעמע (עס איז די איינציגסטע אין דעם פרק וואס האט צוגעלייגטע 'הוא היה אומר'ס, מעגליך אפי' עס איז א שפעטער הוספה, וצ"ע).

משנה י''ג
הוא היה אומר, נגד שמא אבד שמא. ודלא מוסיף, יסיף. ודלא יליף, קטלא חייב. ודאשתמש בתגא חלף.

משנה י''ד
הוא היה אומר, אם אין אני לי, מי לי; וכשאני לעצמי, מה אני; ואם לא עכשיו, אימתי.

עס שיינט צו זיין ערגעץ אינצווישן מער א שטרענגערע שטאנד פון הלל הזקן און אזא נייהיליסטישן סארט צוגאנג. קען זיין דערפאר איז עס גאר אין ארמיש 'די מלאכים זאלן נישט פארשטיין'?! מי יודע..]


הכלל.



משנה ט''ו
שמאי אומר, עשה תורתך קבע, אמור מעט ועשה הרבה, והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות.

זעט אויס אז אין יענעם דור – ווי שטארק מ'איז נאר בעד דעם שיטה - האט אבער פארט די מציאות געפאטשט אין פנים, מעגליך אז אסאך אירע זענען אוועקגעפאלן (כידוע איז שמאי'ס אייגענע פארגייער געווען מנחם, וועלכע איז פארשווינדן געווארן...), וועלכע האט ווארשיינליך אביסל פארווייכט שמאי'נען.

תורתך קבע – איז די עיקר.
אמור מעט ועשה הרבה – זאל זיין ניכר.
אבער פארט לייגט ער צו – הוי מקבל כל אדם בסבר פנים יפות – מ'קען נישט אינגאנצן אפשלאגן די צוקוקער...



ביז אהער גייט די גלאררייכע זוגות דינאסטיע. פון דא און ווייטער איז רבן גמליאל און זיין זון ר' שמעון שוין געווען מער ווייניגער אומאפהענגיג אין די נשיאות זייערע.
דאס האט ווי עס שיינט זיי אביסל צוריקגעטראגן צום אלל-אין-וואן אידעאלאגיע פון טרעפן דעם איין-מאס-פאסט-יעדעם מהלך.


משנה ט''ז
רבן גמליאל אומר, עשה לך רב, והסתלק מן הספק; ואל תרבה לעשר אומדות.

אין א תקופה ווען בית הלל און בית שמאי האבן זיך שוין געריסן ביי די קעפ, כלל ישראל איז געווען אין טאטאלע כאאס, רעקאמענדירט רבן גמליאל הויך:
נעמטס ענק א רבי, לעבטס נישט אינעם טונקל, זייטס קלאר וואס עטס טוטס, ווארפט אוועק יעדן צל ספק, גייטס מיט אייער 'אמת' ביזן סוף, טרעטס נישט אריין אין צווייפלהאפטיגע טעריטאריעס פאר אייער'ט וועגן.


קומט אבער זיין זון אין די ענדע פון דעם פארצויגענעם קאמף, און קוקט זיך צו ווי דאס גאנצע געשעפט האט אונז למעשה אנגעווירטשאפט... און קלאגט:

משנה י''ז
שמעון בנו אומר, כל ימי גדלתי בין החכמים, ולא מצאתי לגוף טוב אלא שתיקה. ולא המדרש הוא העיקר אלא המעשה, וכל המרבה דברים מביא חטא.

חברה, עס איז צייט אויפצוהערן פילאזאפירן, פראפאזירן, טעאראזירן, און רעקאמענדירן. איך קום פון דארטן רבותי, איך זאג ענק שווייגן איז דאס סאמע בעסטע וואס מיר פארמאגן! אין לנו על מי להשען, גענוג געווען מיט טעאריעס און חכמות, מ'זאל זיך אריינטון דאס קאפ אין עולם המעשה און עס וועט אייך גוט זיין! ווייניגער רעדן, און ווייניגער זינד מיט ארויסגעפאלענע אלס תוצאה!...

(אינטרעסאנט אנצוצייכענען אז די ענדע פון קהלת האט אויך אן ענליכקייט, מיטן אויספירן: בני הזהר עשות ספרים הרבה אין קץ ולהג הרבה יגיעת בשר – אונטערשטרייכנדיג דעם חסרון פון טעאריזירן אין די וועלט אריין..)


און ווי פאסיג איז דעם עפילאג פונעם זעלבן מאן דאמר:

משנה י''ח
רבן שמעון בן גמליאל אומר, על שלשה דברים העולם קיים: על הדין, ועל האמת, ועל השלום.

מיר האבן דאס אלעס מיטגעלעבט ביז אהער, און איך בין מעיד: דער וועלט דארף אייניג האבן דעם אמת און דאס שלום, נישט ווייניגער ווי עס דארף האבן דעם פארמיטלער 'דין', עס דארף דעם ווייכער, דעם הארטן, און דעם מיטלגארטיגן. עס דארף דער גוטער, דער שטייפער, און דער וואוילער צוגלייך! און נאר אזוי – מיטן פאראייניגן די כוחות און מיטן מדת השתוות האבן מיר שאנסן.

___________

היוצא לנו מכל אלה:

איש על מחנהו ואיש על דגלו. מ'וועט זיך ווייטער טענה'ן, קריגן, און שרייען, ביז משיח'ס טאג. אבער ווילאנג מ'קען אקצעפטירן די לעגיטימאציע פון דעם קעגנער – אויב נישט פאר זיין אידעאלאגיע כאטש פאר זיין עקזיסטענס – האט כלל ישראל א קיום!


והך כוה...
בב"א.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: 'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...

שליחה דורך חדשים »

הערליך, סיי די געדאנק, סיי די טייטש, סיי די קעפל, סיי דיין שרייבן.

אגב, ב”ש און ב”ה קריגן זיך טאקע כעי”ז אין כתובות טז:. תנו רבנן: כיצד מרקדין לפני הכלה? בית שמאי אומרים כלה כמות שהיא, ובית הלל אומרים: כלה נאה וחסודה. אמרו להן ב"ש לב"ה: הרי שהיתה חיגרת או סומא, אומרי' לה, כלה נאה וחסודה? והתורה אמרה: מדבר שקר תרחק! אמרו להם ב"ה לב"ש: לדבריכם, מי שלקח מקח רע מן השוק, ישבחנו בעיניו או יגננו בעיניו? הוי אומר: ישבחנו בעיניו, מכאן אמרו חכמים: לעולם תהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות.

אין מסכת יבמות סה: אין די דורות האמוראים איז שוין אנגענומען בפשטות אז שלום איז העכער אמת.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: 'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...

שליחה דורך תרמב »

איך מיין אז דו זאלסט יא ווערן א מגי"ש און יא פארלערנען יעדע וואך...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: 'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאר נישט אזוי ווי דער שעפעלע. זז"ג. ער איז א וואוילער איד נאר זיינע מאמרים א יעדע וואך מאכט מיר א ביסל נערוועז. אמת איך קען נעמען פיללן. נאר ס'איז גרינגער אוועקצומישן אין קאווע שטיבל. ס'איז אויך ביליגער.
פארשפארט