לייענער פון " נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 " קענען דאָ איבערלאָזן סיי וועלכע סימנים צו באַשטעטיגן אַז זיי עקזיסטירן און ווייסן וועלכע פרוכט מ'ניצט פאַר די ד' מינים.
בְּבִרְכַּת מִי שֶׁעָנָה לְיוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּגָה הוּא יַעֲנֵנוּ.
נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
- יוֹנָה מָצְאָה
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 14, 2023 1:09 am
- געפינט זיך: בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
- קאנטאקט:
נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ - Twitter: @JonahMatz
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 04, 2024 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
Re: נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
יואב האסט אונז נישט disappointed יעט עגען! א ריכטיגער מייסטערווערק!
סתם א הערה, וואס איז דער מקור פון "גרינער יצר טוב"?
און וואס מיינסטו מיט וועלכע פרוכט מען נוצט??
סתם א הערה, וואס איז דער מקור פון "גרינער יצר טוב"?
און וואס מיינסטו מיט וועלכע פרוכט מען נוצט??
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
Re: נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
כ'האב דעם שבת געליינט דעם פארזעצונג און געוואלדיג הנאה געהאט. כאטש איך האב באמערקט אז די שפראך האט זיך אביסל מער פאר'היימיש'ט מיט א סאך לשון קודש ווערטער האט אבער דעם אידישן געשמאק און זאפט בכלל נישט נאכגעלאזט.
עס איז מיר יא געווען א חידוש אז דער שרייבער האט זיך באנוצט מיטן אמעריקאנעם 'אתרוג-דזשעלי' אנשטאט דעם ארגינעלע 'אתרוג-איינגעמאכטס'.
עס איז מיר יא געווען א חידוש אז דער שרייבער האט זיך באנוצט מיטן אמעריקאנעם 'אתרוג-דזשעלי' אנשטאט דעם ארגינעלע 'אתרוג-איינגעמאכטס'.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן, אייזן, אייזן! ארויסגעברענגט מיט הומאר (מיט אפשר א משהו הגזמה) דאס לעבנסשטייגער, וועלט-אויסקוק, און געדאנקענגאנג פון רעכט היימישע חסידי׳שע אידן. לדוגמא, אפילו די הומאריסטישע
און אינעם רוח פונעם ארטיקל, האב איך אויך אפאר קליינע ״הערות״:
ובזה טאקע ווערט שווער:
אוןיוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:"ר’ נפתּלי שרגא!” הייבט שמואל דוד די שטימע צום אויבנאָן — “כ’מיין חלילה נישט איבערצוהאַקן,” האַקט ער אים איבער פון א סוֹד־שׂיח מיט אהרן שלמה’ן
ברענגט ארויס די אפטמאל סתירה’דיגן צוגאנג וואס אט זייער וועלט-אויסקוק האט. ווי ארויסגעברענגט א דוגמא אינעם ארטיקל, מיט׳ן ״שגץ״ הלל מאיר פרידמאַן האט ״דער אייבערשטער געהאלטן די רעכטע האנט״ אז מ׳זאל אים נישט חלילה נעמען פאר אַן איידעם, מחמת זיין גרויס ״אויפגעקלערטקייט״ פון קענען ״צי גוט״ לשה״ק און זיך טאקע דינגען שפעטער אויף אַן איראציאנאלער פרט בתוך אַן איראציאנאלע סיפור חסידי. איי, נאכדעם איז יענער אריינגעפאלן מיט אַן איידעם זילבערמאן וואס טויג אויך נישט? אַה, דארט פלוצלינג פארשטייט מען נישט דעם באשעפער׳ס חשבונות ביי שידוכים. וכהנה וכהנה.יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:”און איבריג צו באַטאָנען,” באַטאָנט שמואל דוד דאָס איבריגע
און אינעם רוח פונעם ארטיקל, האב איך אויך אפאר קליינע ״הערות״:
אוודאי איז שמואל דוד מער מקפיד אויף פיש ווי אויף קוגל. ער איז דאך מחמיר אויף פיר סעודות בשבת כר׳ חידקא בשבת קיז:, און די גמרא זאגט דאך (סוכה ח.) כמה מרובע יותר על העיגול רביע. והיינו, דעם ״עיגול״, ״קוגל״, קומט נישט צו צו ״רביע״. משא״כ ביי דגים שטייט (איוב יב ח-ט) ויספרו לך ״דגי״ הים מי לא ידע בכל אלה כי ״יד״ ה׳ עשתה זאת. און אין תנחומא שטייט (תזריע אות ה) אז ״יד״ איז כנגד אות ד׳ ע״ש…יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:שמואל דוד איז פּונקט אַזוי באַהאַוונט אין די געטליכע פּאָטענצן און מעדיצינישע אייגנשאַפטן וועלכע ליגן פאַרקערפּערט אין אַלע אַנדערע מאכלי שבת; ער איז באַהאַוונט אין די חיובים וועלכע ליגן אויף יעדער אידישער נשמה צו שלינגען פון וועלכן מאכל ווען, וויפיל, און וויאַזוי. פיש איז דאָך אָפּגערעדט — דער פיש־דעפּאַרטמענט איז די סאַמע גרעסטע גאַסטראָנאָמישע אָפּטיילונג אינעם חסידישן פאָלקלאָר. דאָס נישט עסן קוגל אום שבת איז טאַקע יהרג ואל יעבוֹר, אָבער די פּראָמינענץ פון פיש פאַרמאָגט נישט קיין גלייכן. ס’שווימען אינערהאַלב די לעבעדיגע וואַסערן פון דער חסידישער ליטעראַטור לפּחוֹת פינף מאמרים מיט פלוספעדערן און שופּן קעגן יעדן איינעם קוגל־מאמר. קוגל איז טאַקע חשוב און טייער, אָבער פיש איז פאָרט גאַראַנטירט דעם טראָן — געוויס כּל־זמן צדיקים ווערן נישט מגלגול אין קוגל.
די ניצוצוֹת פון קאָצקער הערינג, אַפּטער יאַפּטשיק, און זידיטשובער יאַכנון איז שמואל דוד מעלה אויסשליסליך ביי סְעוּדָתָא דר’ חִידְקָא וואָס ער פּראַוועט בעפאָר דער בייטאָגיגער סעודה, נאָך מיטן טלית אויף די פּלייצעס. ער איז א איד א מחמיר, און סתם א ונפסקה הלכה כרבנן לאָזט ער פאַר בדיעבד־אידן. ר’ חידקא’ס עַל כֵּן בֵּרַךְ שווענקט ער געווענליך אַראָפּ מיט א שֶׁהַכֹּל.
ובזה טאקע ווערט שווער:
סעודת מלוה מלכה איז דאך לכל הדיעות כאטש דעם פערטן סעודה, טא וויאזוי זענען סיי דעם כדור און סיי איר וויקלען נאר ״דריי״?…יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:”סקינע סידעסע, דימהיימעניסע, שליימעסע כעדוועסע רבוֹתי־מאַכטס־פּלאַץ־פאַרן־קוגל־דאָרט־אויפן־טיש דעמאַלקע קאַדישע…"
"אַהוי, סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב, וּמַזָּל טוֹב וְסִימָן טוֹב, סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב — אַהההה, חמין במוֹצאי שבת!” וויקלט שמואל דוד אַרויס ס’בעקעלע קוגל פון דער מהודר’דיגער הטמנה; דריי האַנטוכער, ווי חז”ל דרינגען פון פּסוק’ס טריפּלטן לשוֹן: צָנוֹף יִצְנָפְךָ צְנֵפָה כַּדּוּר…
זייער פשוט. ווען אליהו איז בא לעיר זענען כלבים שוחקים אחוץ אויב ס׳איז דא א נקיבה ביניהם (ב״ק ס:). טא, וויאזוי קען ער אליינס ווערן א הונט? ער וועט דאך מוזן ווערן א כלב נקיבה… היל״ת.יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:"און די מעשׂה, דאַכט זיך, גייט נאָך ווייטער: דער הייליגער זאַבאָרדאַנער האָט מוֹצאי שׂמחת־תּוֹרה ביים עפּל־טיש מגלה געווען ווער די פאַרשטעלטע הינט זענען אין אמת’ן געווען, יאָ ר’ נתן נטע?"
"אַקוראַט,” רייניגט זיך נתן נטע די ברילן־שייבלעך מיטן רעכטן כּנף פונעם גרויען טלית־קטן. “נישט ממש ביים עפּל־טיש, נאָר נאָכן עפּל־טיש, אָבער יאָ: דער שפּאָלער זיידע, ר’ משה לייב סאַסובער, און ר’ שלמה הלוי אלקבץ — א פּלא אַז נישט אליהו הנביא,” איז נתן נטע עטוואָס אַנטוישט אין דער אומקאָנווענציאָנעלער קאַנדידאַטור פונעם בעל לְכָה־דוֹדִי, “‘מפתח של גשמים מסר לאליהו,’ דער שליסל פון פּרנסה ליגט דאָך אַמאָל אין זיינע הענט. "
"טאַקע א פּלא … ” איז אויך יחזקאל זושא נייגעריג וויאַזוי א צפת’ער פּאָעט און מקובל פון זעכצנטן יאָרהונדערט ווערט איינגעשפּאַנט צו א חסידישער מיסיע געגאָסן פאַרן שפּאָלער און ר’ משה לייב’ן — “וואָס פאַרשטייען דען אונזערע קליינע קעטשאָפּ־מוֹחוֹת."
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
זייער הנאה געהאט!!!
קענסט אויפלעבן מענטשן אפי' ביי גסיסה!
קענסט לאכעדיג מאכן אפי' די טויטע!
דערמאנט מיך פון די צייטן וואס כ'פלעג גיין פון איין יואב אשכול צום צווייטן און זיך קאטשקענען פאר געקאטשקעכטץ
קענסט אויפלעבן מענטשן אפי' ביי גסיסה!
קענסט לאכעדיג מאכן אפי' די טויטע!
דערמאנט מיך פון די צייטן וואס כ'פלעג גיין פון איין יואב אשכול צום צווייטן און זיך קאטשקענען פאר געקאטשקעכטץ
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 15, 2023 9:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
האב איך מיך צופראסקעט פאר געלעכטער, אהמייגאש,,,
איז דא א מפתחות ערגעצוואו?
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב — דער גרינער יֵצֶר־טוֹב #3 (מייסטערווערק)
לאמיר חלילה נישט פארפארן פונעם אשכול וואס איז אויסדריקלעך אפן פארן מייסטערווערק ארטיקל. איבער לאזן סימנים (סנפיר וקשקשת פון די גלגולי הצדיקים) און וועלכע דשעלי מ'עסט פון די ד' מינים..
סאו כ'ענטפער דיך שטילערהייט, קענסט זיכן ביים הודעות פונעם באניצער @יואב
https://www.kaveshtiebel.com/search.php ... 6&sr=posts
סאו כ'ענטפער דיך שטילערהייט, קענסט זיכן ביים הודעות פונעם באניצער @יואב
https://www.kaveshtiebel.com/search.php ... 6&sr=posts