קדושים - אינגאנצן פריי!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:55 pm
בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
אצינד שטייען מיר אין די געהויבענע טעג צווישן פסח און שבועות, ווען מיר קומען פון אזא הייליגע יום טוב וואס איז נארוואס אדורכגעגאנגען, און מיר גרייטן זיך צו קבלת התורה. און ווי באקאנט שטייט טאקע פונעם אר"י הקדוש זי"ע אז די ימי הספירה זענען טעג פון עבודה און הארעוואניע אויף תיקון המידות, וויבאלד יעדער איד איז זוכה פסח ביינאכט צו באקומען א התעוררות און דערהויבנקייט פון הימל, מ'גיבט פאר יעדן איינעם גרויסע אוֹרוֹת און מדריגות, אבער דערנאך גייען זיי אוועק, און דער מענטש דארף אליינס ארבעטן במשך די ספירה טעג זיי צוריק צו באקומען, יעדן טאג דארף מען זיך פארבעסערן און מתקן זיין נאך א מידה און נאך א מידה, און אזוי איז מען צוריק 'קונה' די אלע גוטע השפעות פון פסח, און מיט דעם קען מען צוגיין צו מתן תורה.
נאך מער, אין די ראשונים איז מבואר אז די ימי הספירה זענען אזויווי חול המועד, (זעה רמב"ן פרשת אמור) דאס הייסט אז די טעג פארבינדן פסח מיט שבועות און זיי זענען ווי דער חול המועד וואס קומט אינמיטן. און די כוונה דערפון איז ווייל מיר דארפן ממשיך זיין דעם פסח אריין אין די יעצטיגע וואכנדיגע טעג, עס דארף זיין ווי א המשך אין וועלכע מיר שלעפן אריין דעם 'רכוש גדול' וואס מיר האבן זוכה געווען, און מיר טראגן דאס מיט אויך אויף ווייטער.
וואס איז די חירות פון יציאת מצרים?
צום ערשט לאמיר זיך טאקע מתבונן זיין, אזויווי מיר ווייסן איז איינס פון די הויפט ענינים פון פסח דאס אז מיר זענען געווארן 'בני חורין' און באפרייט פונעם עול השעבוד פון גלות מצרים, ווי דער יום טוב ווערט טאקע אנגערופן ביים דאווענען "זְמַן חֵרוּתֵנוּ". וואס איז טאקע אט די חירות? וויאזוי ווערט מען א בן חורין היינטיגע צייטן? בפרט ווען באלד נאך יום טוב פאלן מיר צוריק אריין אינעם טאג טעגליכן געיעג און גערויש פון לעבן, איז וואו איז בכלל פארהאן דא דער מושג פון חירות?.
נאך מער, אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אויף די תקופה פון יציאת מצרים, וועלן מיר באמערקן אז לכאורה זענען די אידן אויך דעמאלטס געווען אין גאנץ א שווערע מצב, גארנישט אזא פשוט'ע חירות. די אידן זענען ארויסגעלאפן פון מצרים מיט די טייג אויף זייערע אקסלען, זיי גייען נאך דעם אייבישטער לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה, אין די וויסטענישן פונעם מדבר אָן קיין סאך עסן אדער וואסער, זיי האבן נאכנישט קיין שום פלאן אויף ווייטער, אויב אזוי מיט וואס זענען זיי געווארן בני חורין? סתם דאס אז זיי זענען ארויסגעגענגען פון אונטער פרעה'ס יאך? איז דאס גענוג צו ווערן אנגערופן בני חורין ווען מ'וואנדערט אן קיין קלארע ציל?.
די וואונדער ווערט נאך גרעסער, ווייל מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען "וַיּוֹצֵא אֶת עַמּוֹ יִשְֹרָאֵל מִתּוֹכָם לְחֵרוּת עוֹלָם" אז די אידן זענען געווארן באפרייט מיט א 'אייביגע' חירות, א חירות עולם, ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, אבער למעשה געפונען מיר אז כלל ישראל איז נאך געווען משועבד פאר לאנגע יארן אין פילע גליות וואס האבן נאכגעפאלגט די גלות מצרים, איז וואס באדייט טאקע די חירות עולם פון וואס מיר רעדן?.
וויאזוי קען מען זיין א בן חורין ווען מ'לעבט מיט פרישות?
אצינד לאמיר כאפן א בליק אין אונזער פרשה וואס געפאלט טאקע אלעמאל אין די טעג צווישן פסח און שבועות, און הייבט זיך אָן מיט'ן ציווי "דַּבֵּר אֶל כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם קְדֹשִׁים תִּהְיוּ", דער אייבישטער באפעלט כלל ישראל אז זיי זאלן זיך פירן הייליג, ווי רש"י ברענגט "הוו פרושים מן העריות ומן העבירה", קדושה איז טייטש ווען א מענטש איז זיך פורש און זונדערט זיך אפ פון עבירות און תאוות עולם הזה.
און טאקע דערפאר האט משה רבינו געדארפט זאגן די פרשה פאר "כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" ווען אלע אידן זענען געווען צוזאמגענומען אינאיינעם, "מפני שרוב גופי תורה תלויין בה" ווייל אין אונזער פרשה איז פארהאן גאר אסאך יסודות'דיגע מצוות און איסורים ווי רש"י ערקלערט.
עס איז באקאנט וואס דער רמב"ן לייגט דא צו, אז "קדושים תהיו" איז א כלליות'דיגע מצוה אז א איד דארף זיך פירן הייליג, ס'איז דא געוויסע זאכן וואס די תורה זאגט טאקע נישט בפירוש
אז ס'איז אסור, און מ'קען טרעפן וועגן וויאזוי זיך דאס מתיר צו זיין, דאָך זאגט אונז די תורה "זיי הייליג! ס'איז דא זאכן וואס פּאַסט נישט פאר איד צו טוען אפילו ס'קען זיין אז מען מעג". ווי דער רמב"ן רופט עס אָן אז מ'טאר נישט זיין קיין "נָבָל ברשות התורה", איינער וואס פירט זיך אויף נישט ווי עס דארף צו זיין, אבער אלעס איז מיט רשות, ווייל ס'שטייט נישט קלאר אז נישט. דאס איז די היפוך פון קדושה, ווייל ווען מ'איז קדוש פארשטייט מען אלס מער זיך מבדיל צו זיין און זיך פורש זיין פון אזעלכע זאכן און ענינים וואס א איד טאר נישט טוהן.
אז מען קוקט מיט קליינע אויגן אויף די ציווי פון קדושים תהיו, קען זיך אויך חלילה דאכטן פאר א מענטש אז דאס איז די פארקערטע פון חירות. אין אונזער גשמיות'דיגע שכל וואלט 'פרייהייט' באדייט ווען א מענטש קען זיך לאזן וואוילגיין און נאכגיין די תאוות און גלוסטענישן וואס זיין הארץ באגערט נאר, איינער וואס קען טוהן אלעס וואס ער וויל דער איז א ריכטיגער בן חורין. אבער איינער וואס איז איינגעצוימט מיט אזויפיל 'גופי תורה' און דינים און הלכות, און דארף זיך נאך אויך מקדש זיין במותר לך, צולייגן גדרים וסייגים און הרחקות אפילו אין זאכן וואס מ'מעג, דער האט דאָך נישט קיין פרייהייט.
אבער ווי מיר פארשטייען פונעם דבר ה' איז די אמת נישט אזוי, די תורה הקדושה רופט אונז אָן בני חורין, און דאָך פארלאנגט די תורה פון אונז די אלע זאכן. ווי פרשת קדושים ענדיגט זיך טאקע ווייטער מיט דעם ענין, "וִהְיִיתֶם לִי קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה' וָאַבְדִל אֶתְכֶם מִן הָעַמִים לִהְיוֹת לִי", דער אייבישטער האט אונז אויסגעלייזט און אויסגעוועלט פאר זיך און אונז אריינגעברענגט אין א וועלט פון קדושה און פרישות, אונזער הבדלה און קדושה פון די וועלט דאס ברענגט אונז אלס נענטער צו די אמת'ע חירות מיט וואס כלל ישראל דארף לעבן. וויאזוי קען דאס טאקע זיין?
א מעשה שהיה - די כוח פון קענען מוותר זיין
איידער מיר טרעטן צו מסביר צו זיין און ערקלערן דעם ענין פון חירות, איז אונז א זכיה מיטצוטיילן א שיינע עובדא, א פרישע פאסירונג, וואס עס האט אונז דערציילט דער בעל המעשה וואס ס'איז זיך פארלאפן מיט איהם אין די לעצטיגע טעג. דער יונגערמאן -לאמיר איהם רופן ראובן- דערציילט אז זיינע עלטערן וועלכע זענען שוין עלטערע מענטשן און גייען בדרך כלל צו זייערע קינדער אויף יום טוב, האבן געהאט אנגענומען זיין איינלאדענונג אז אויף דעם יום טוב פסח קומען זיי צו איהם אין שטוב. נאכן מברר זיין און קלאר מאכן דעם ענין מיט אלע בני המשפחה, איז דאס געווארן באשטעטיגט מיט די פילסטע הסכמה פון יעדן איינעם אז די עלטערן גייען צו ראובן אויף יום טוב.
ראובן מיט זיין משפחה האבן דאס אנגענומען מיט פרייד, די געטרייע בעל-הבית'טע האט אריינגעלייגט אסאך שעות אין די פארנומענע ערב פסח טעג צו קאכן און באקן און אנגרייטן אלע צרכי יום טוב בהרחבה לכבוד די חשוב'ע געסט, ווי אויך פאר די געשוויסטער און פילע אייניקלעך וואס וואלטן געקומען דורכאויס דעם יום טוב און חול המועד כדי צו באזוכן די זיידע און באבע. בקיצור, אלע בני בית האבן זיך געגרייט און און אריינגעארבעט צו קענען אהערשטעלן א יום טוב ווי עס פּאַסט.
אין די לעצטע מינוט איז אנגעקומען איינס פון די אנדערע געשוויסטער, און צוליב אייגענע חשבונות וואס קומט אויס בעסער פאר זיי, האבן זיי באשלאסן אז די עלטערן זאלן טוישן דעסטינאציעס און קומען צו זיי אויף יום טוב. און אָן קיין איבריגע שאלות האבן זיי פשוט כמעט ווי 'פארכאפט' די עלטערן צו קומען צו זיי אויף יום טוב. און אזוי איז ראובן מיט זיין גאנצע משפחה געבליבן אנטוישט ערב יום טוב ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עלטערן וועלן נישט זיין זייערע געסט און קענען געשמאק פארברענגן מיט די קינדער, ווער רעדט נאך פון די כוחות און הארעוואניע וואס איז אלס אריינגעגאנגען אין אנגרייטן און מסדר זיין דעם יום טוב לכבוד די אורחים, און אזויפיל איבריגע עסן און הוצאות וואס זענען געווארן אנגעגרייט און אויסגעגעבן פאר גארנישט.
ראובן דערציילט, אז אין די ערשטע מינוטן האט עס זייער וויי געטוהן פאר איהם און זיין ווייב, און זיי האבן געהאלטן אז מען האט זיי שטארק בא'עולה'ט מיט'ן אוועקנעמען די עלטערן. עס האט זיך איהם געגלוסט אויפצוהייבן א טעלעפאן און מאכן א ויצעקו קעגן די וואס האבן זיך אינגאנצן נישט גערעכנט מיט זיינע געפילן. אבער ער האט זיך מתבונן געווען מיט יישוב הדעת, און זיך אוועקגעזעצט אדורכשמועסן דעם ענין מיט זיין חשוב'ע בני בית, און אינאיינעם זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז דער רצון ה' איז אודאי נישט אז זיי זאלן מאכן א טראסק וועגן דעם, און זיי האבן זיך געשטארקט און מוותר געווען אויף אלעם און נישט גערעדט קיין איבריגע ווארט וועגן די גאנצע נושא. זיין ווייב האט דאן צוגעגעבן אז אין זכות פון מוותר זיין בעהט זי אז השי"ת זאל זיי בענטשן מיט א ישועה אין א געוויסע ענין וואס זיי האבן זיך גענויטיגט.
כדי נישט צו לאזן דעם עולם נייגעריג וועלן מיר דערציילן דעם אויספיר, אז נאך אינעם יעצטיגן יום טוב פסח העבר עלינו לטובה האבן ראובן מיט זיין ווייב געזעהן די ישועה וואס זיי האבן געבעטן. זיי האבן זוכה געווען צו א געוואלדיגע התגלות און א ברכה מן השמים בזכות'ן מוותר זיין און נישט מאכן קיין קריגעריי.
די געשמאק און חירות פון קענען מוותר זיין
אבער לכאורה נישט די ישועה איז די טיפע שיינקייט פון די מעשה. די נקודה וואס מיר ווילן ארויסברענגן מיט די מעשה איז די נאבלע התנהגות און ריכטיגע שריט וואס ראובן און זיין ווייב האבן אויסגעוועלט.
די טבע פון א בשר ודם איז אז ווען מ'טרעט אויף איהם שרייט ער, א מענטש האט נישט ליב צו ווערן צוקלאפט און וויי געטוהן פון יענעם. די 'השקפה ראשונה' פון א מענטש אין אזא מצב איז געווענליך, אויפצוהייבן א טעלעפאן צו יענע ברודער, שוועסטער, שוואגער, שוועגערין, ווער ס'זאל נאר זיין, און אריינגעבן א פסק ווי עס דארף צו זיין... און ס'מאכט אסאך גרינגער אויפן הארצן ווען מ'לאזט יענעם הערן אז ער איז א אוממענטש און איך בין נישט קיין שמאטע! אבער ווי מיר האבן שוין געשמועסט אמאל, אז אין לשון פון חכמינו ז"ל ווערט דאס אנגערופן מיט'ן נאמען א "דרך קצרה וארוכה" אין אנהייב איז עס טאקע א קורצע וועג, ס'איז גרינג און געשמאק און האט אפילו די זיסע טעם פון נקמה ווען מ'שרייט און מ'לאזט זיך הערן. אבער צום סוף ווערט עס 'ארוכה' עס ווערט א שווערע לאנגע און געדרייטע וועג, און די עבודה צו בארואיגן די געמיטער און אוועקצונעמען די כעס און שווערע געפילן וואס פאלגן נאך אזא קריגעריי, קען זיין גאר ביטער, לאנג, און אומבאקוועם.
ווען א מענטש איז בוחר מוותר צו זיין, ער האלט זיך איין, איז עס א "דרך ארוכה וקצרה" אין אנהייב איז עס טאקע א לאנגע און שווערע וועג, עס קומט נישט אָן גרינג, עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל און נישט מאכן קיין מחלוקת, אבער צום סוף שניידט מען די שיינע פירות דערפון. ווען די געמיטער בלייבן רואיג, די משפחה איז פאראייניגט, מ'קען פארברענגן און לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה, דאס איז דאָך נאך אסאך זיסער און בעסער ווי די קורצע הנאה פון שרייען און זידלען אין אנהייב כדי אויסצוגעבן די כעס.
ווען ראובן און זיין משפחה האבן אויסגעוועלט די מהלך פון מוותר זיין, האבן זיי געוויזן מיט דעם אז זיי זענען ריכטיגע בני חורין! נאר איינער וואס האט שוין אמאל געטוהן אזא שריט פארשטייט אז דאס איז די אמת'דיגע 'טעם חירות' וואס איז פארהאן.
איינער וואס איז נישט קיין בן חורין נאר ער איז משועבד צו זיין טבע און זיינע תאוות און קען זיך נישט באהערשן, אפשר זעהט ער טאקע אויס פון אינדרויסן ווי א בן חורין ווייל ער טוט אלעס וואס זיין הארץ באגערט און ער האלט זיך פון גארנישט איין, אבער באמת איז ער א עבד נרצע און ער באצאלט שפעטער גאר א טייערע פרייז ווען ער ליידט פון די קאנסיקוונעצן און תוצאות פון זיין לייכטזינגקייט. דאגעגן דער וואס קען זיך יא באהערשן און מחליט זיין מיט יישוב הדעת אז ער איז מוותר, ער טוט נישט אלעס וואס שמעקט איהם, דער לעבט אין א דערהויבענע און לעכטיגע וועלט פון חירות.
פאר יעדע תאוה אין די וועלט צאלט מען א פרייז
אז מיר וועלן גיין אביסעלע טיפער וועלן מיר באמערקן אז יעדע איינציגסטע גשמיות'דיגע תאוה האט א פרייז! לדוגמא, ווען א מענטש לויפט נאך געלט און אינוועסטירט זיין גאנצע ענערגיע כדי צו ווערן רייך, גיבט ער דאָך אוועק א שטיק פון זיין געזונט פאר דעם, עס גייט אויף די חשבון פון זיין מנוחה און שלוה און עס נוצט אויס זיינע כוחות הגוף והנפש, און צום סוף ווערט ער אפילו נישט צופרידן דערפון נאר ער בלייבט אלעמאל הונגעריג פאר נאך, ווי חז"ל זאגן מי שיש לו מנה רוצה מאתיים. די זעלבע ווען א מענטש ווארפט ארויס געלט אויף שוואוילטאג און הנאות עולם הזה, איז קודם כל נוצט ער דאָך אויס געלט, יעדע זאך וואס ער קויפט זיך איין אדער ער טוט קאסט איהם ממון ודמים און מאכט קלענער זיין פארמעגן. און בכלל, ברענגט עס נישט קיין צופרידנקייט, נאר ער ווערט מער און מער לָהוּט אויסצופראבירן נייע פלעצער און נייע תאוות וואס ער האט נאכנישט טועם געווען. ווען א מענטש עסט זיך אָן, וועט ער שפעטער ליידן דערפון, ער בלייבט מיט די נאכווייען. א שיכור וואס טרינקט זיך אָן און ווערט פרייליך און פאר'שיכור'ט אָן קיין דאגות, איז עס בלויז א צייטווייליגע הנאה, אבער נאכדעם קומט ער צוריק צום מציאות און ער ליידט פון זיין שיכרות און די אלע פראבלעמען וואס עס ברענגט מיט מיט זיך. און אזוי קען מען באמערקן אז יעדע תאוה קומט מיט אירע 'סייד עפעקטס' און חסרונות וואס עס לאזט איבער אויפן מענטש.
פארשטייט זיך אליינס אז דאס קען נישט ווערן אנגערופן חירות. איינער וואס צאלט א פרייז און פארלירט נאר דורכ'ן אויספירן זיינע תאוות און רצונות, דער איז דאָך נישט קיין 'פרייע' מענטש, אדרבה, ער איז איינגעבינדן אין די קייטן פון זיינע תאוות און ער ליידט פון זיי.
אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה!
נאר ווער איז דער אמת'ער בן חורין? ווען א איד איז זיך מבטל צום רצון השי"ת, ווען א איד לאזט זיך פירן פון השי"ת און די תורה, ער קוקט נישט אויף זיינע גשמיות'דיגע חשבונות און הנאות, נאר ער פראבירט אלעמאל צו לעבן מיט העכערקייט און אויספירן זיין שליחות וואס השי"ת פארלאנגט פון איהם אין די יעצטיגע מינוטן, אזא איינער לעבט א לעבן פון חירות! ער איז טועם א טעם גן עדן אויף די וועלט. ווייל די חירות וואס די דרך התורה ברענגט מיט זיך, דאס האט נישט קיין שום פרייז אדער נאכווייען, דאס איז איין שטיק העכערקייט און צופרידנקייט. אַשְׁרֵי אִישׁ שֶׁלֹּא יִשְׁכָּחֶךָּ וּבֶן אָדָם יִתְאַמֶּץ בָּךְ, וואויל איז דער וואס פארגעסט נישט פון השי"ת און שטארקט זיך מיט'ן אייבישטער, כִּי דוֹרְשֶׁיךָ לְעוֹלָם לֹא יִכָּשֵׁלוּ וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ, די ווערן קיינמאל נישט געשטרויכלט און וועלן נישט ווערן פארשעמט.
ווי מען קען עס טאקע זעהן בחוש, די אידן וואס לעבן מיט אמונה און בטחון און ווייסן אז השי"ת טוט אלעס און פירט אלעס און זיי פארלאזן זיך אויף איהם און פאלגן אלעס וואס ער הייסט אין די תורה מיט אן ערליכקייט, די אלע לעבן באמת א בעסערע און א צופרידענערע סארט לעבן, א לעבן פיל מיט שלוות הנפש און מנוחה, בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה' וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ.
און אזוי לערנען אונז חכמינו ז"ל אין מסכת אבות (פרק ו' משנה ב') "שֶׁאֵין לְךָ בֶּן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה" די איינציגסטע חירות איז נאר ווער עס איז עוסק אין תורה. און ווי מיר ווייסן תורה איז מלשון הוראה, עס לערנט אונז דעם וועג. ווען א איד איז עוסק בתורה און ער גייט אין די וועגן פון תורה, ער לאזט זיך לערנען און פירן דורך די תורה, צו לעבן גענוי לויט ווי די תורה הייסט איהם, דער איז א בן חורין און איז מרגיש א טעם חירות אין לעבן. און אדרבה, וואס העכער ער פירט זיך, וואס מער דערהויבן מיט פרישות און קדושה, ער איז זיך מקדש עצמו במותר לו, ער דערווייטערט זיך פון שלעכטע תאוות און מוֹתרוֹת, אלס מער איז איהם דאס לעבן לעכטיג און צופרידן און ער איז טועם א שטערקערע טעם חירות. דאגעגן דער וואס פירט זיך נישט על פי תורה נאר גיבט זיך נאך זיינע תאוות און רצונות, ער לעבט א לעבן פון שעבוד און עבדות, ער איז כסדר געפאנגן אין די נעץ פון זיינע גלוסטענישן און רייץ צו נאך און נאך, און פארמאגט נישט קיין שום יישוב הדעת אדער מנוחת הנפש.
דוקא דער קעניג וואס איז א בן חורין
ווי האט נאר א טאטע זיך אויסגעדרוקט צו מיר לעצטענס? זיין יונגל מוטשעט איהם שטארק אז ער זאל איהם קויפן אלס א אפיקומן מתנה א גאר ספעציעלע און גרויסע עלעקטראנישע קאר וואס איז געאייגענט פאר קינדער; אבער ער מיינט אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע שריט און ער וויל עס נישט קויפן, ווייל ער וויל איהם נישט מאכן פאר 'קעניג פון די גאס'... איי צו זיין א קעניג איז גאנץ א חשוב'ע זאך? אבער ווייזט אויס אז ווען די מלוכה באשטייט בלויז פון וועלן האבן די שענסטע און די בעסטע אדער זאכן וואס קיינער האט נישט, דאס איז נישט קיין 'געזונטע' קעניגרייך, און אויב עפעס איז עס ממש די פארקערטע פון וואס אמת'ע קעניגרייך און חירות טראגט מיט זיך.
און דער אמת איז, די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען די שורש פון 'חרות' און 'בן חורין' אין גאנץ תורה נביאים כתובים איז טאקע לגבי א קעניג, ווי שלמה המלך זאגט אין קהלת (י' י"ז) אַשְׁרֵיךְ אֶרֶץ שֶׁמַּלְכֵּךְ בֶּן חוֹרִים וְשָׂרַיִךְ בָּעֵת יֹאכֵלוּ בִּגְבוּרָה וְלֹא בַשְּׁתִי, וואויל איז פאר א לאנד וואס דער קעניג איז בן חורין, א קלוגער און ערוואקסענער מענטש, און ער מיט זיינע מיניסטארן זענען נישט פארנומען מיט'ן נאכלויפן די תאוות, נאר זיי עסן בלויז אין די באשטימטע צייט, און זענען עוסק אין גבורת החכמה והבינה (רש"י) דאס הייסט אין טיפע זאכן, און זענען נישט פארנומען מיט'ן הוליענען און טרינקן וויין וכדומה.
ווייל נאר אזא מלך קען ווערן גערעכנט ווערן פאר א בן חורין! נישט דער קעניג וואס נוצט זיין קעניגרייך כדי צו קענען עררייכן זיינע תאוות און הבלים, דער איז אינגאנצן ווייט פון דער מושג פון 'מלוכה' און 'חירות' כרחוק מזרח ממערב.
די אמת'ע חירות וואס מיר האבן זוכה געווען ביי יציאת מצרים
דאס איז דער "וַיּוֹצֵא אֶת עַמּוֹ יִשְֹרָאֵל מִתּוֹכָם לְחֵרוּת עוֹלָם" וואס איז געשען בשעת יציאת מצרים, אפילו פיזיש האבן מיר טאקע נישט פארמאגט קיין סאך דעמאלטס, מיר זענען געגאנגען אין א מדבר אָן קיין שפייז און אָן קיין פרנסה, מיר זענען נאך געבליבן אונטערטעניג פאר לאנגע יארן אין פארשידענע גליות, אבער דעם 'חֵרוּת הדעת' דאס האבן מיר דעמאלטס קונה געווען. מיר האבן איבערגעלאזט נאך זיך די טומאה און די זוהמא פון מצרים וואס איז ווי באקאנט די מקור התאוה און ערות הארץ. און ווי עס איז מבואר אין ספרים הקדושים אז דעריבער ווערט מצרים אנגערופן א 'בית עבדים' ווייל עס איז א מקום וואו מען איז אן עבד און משועבד צו תאוות און חמדות עולם הזה. אט דעם אמת'ן חירות האבן מיר דעמאלטס קונה געווען, אז מיר האבן זיך דערווייטערט פון דארט און מיר האבן זוכה געווען אנשטאט דעם צו א מעמד הר סיני און קבלת התורה וואס האט אונז אינגאנצן אויסגעלייטערט און אויסגערייניגט פון דאס אלעס.
און דאס בלייבט אונזער עבודה אין די ימי הספירה לדורות, מקבל צו זיין פון דאסניי די חירות פון פסח, צו ארבעטן אויף זיך און אויף די מידות, צו זיין מוסיף והולך אין קדושים תהיו און זיך אויפהייבן העכער, זיך גרייטן צו קבלת התורה און ווערן א עכטער בן חורין וואס קען טועם זיין א טעם חירות אין לעבן.
און ווען א איד לעבט מיט העכערקייט און דערהויבנקייט און ער איז זוכה צו די ריכטיגע חירות, דעמאלטס קען ער טאקע מקיים זיין די אלע 'גופי תורה' און פילע מצוות וואס ווערן דערמאנט אין אונזער פרשה, און דעמאלטס קומט איהם אָן גרינג אויסצופירן די אלע אזהרות און ציוויים בין אדם לחבירו וואס די תורה הקדושה באפעלט אונז, און בפרט די מצוה פון "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ", וואס ווען א מענטש איז נישט קיין ריכטיגער בן חורין -נאר ער לעבט פיל מיט אייגענע תאוות און חשבונות- איז איהם דאס גאר שווער מקיים צו זיין, און ער קען כמעט נישט שעצן קיין אנדערע און זיי באמת ליב האבן אזויווי זיך אליין, אבער ווען איינער איז העכער פון אלעם, ער איז פריי פון יעדע חשבון, ער איז א בן חורין, דעמאלטס איז דאס גאר א לייכטע און זיסע עבודה, צו זעהן און צו פילן און ליב האבן יענעם פונקט ווי זיך אליינס. ווי אויך איז ער ווייט פון לֹא תֵלֵךְ רָכִיל, לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ, לֹא תִקֹּם וְלֹא תִטֹּר, און אזוי ווייטער.
אַשְׁרֵיךְ אֶרֶץ שֶׁמַּלְכֵּךְ בֶּן חוֹרִים! דאס איז די שענסטע מלוכה און די בעסטע חירות צו וואס איד קען נאר זוכה זיין אויף די וועלט, אמן כן יהי רצון.
לסיכום געדענק:
• נאכלויפן תאוות און חמדות עולם הזה קען נישט ווערן אנגערופן חירות. אזא איינער איז נישט קיין 'פרייע' מענטש, אדרבה, ער איז משועבד און ער צאלט א טייערע פרייז.
• לעבן מיט די תורה, מיט השי"ת, דאס איז די שטערקסטע, בעסטע, און איינציגטסע חירות וואס איז פארהאן, און אויף דעם דארפן מיר ארבעטן.
• אפילו ווען ס'איז אביסל שווער אין אנהייב, מען דארף מוותר זיין און זין אנשטרענגן, איז עס אבער א "דרך ארוכה וקצרה" און צום סוף שניידט מען די זיסע פירות דערפון.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com