בלאט 1 פון 1

רבי ישעי'לעס קאך - וואודבורן נ"י - ביהמ"ד ניקלשבורג

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 2:43 pm
דורך קלוגע יודל
זייענדיג נעכטן אין סטעטן איילענד, ביים ברודער פון הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע, האב איך געזעהן דארט די אנפירערס פון רבי ישעי'לעס קאך אין וויליאמסבורג, האב איך מיר דערמאנט אז די חברה האבן געעפנט א קאך גלייך לעבן ביהמ"ד ניקלשבורג אין וואודבורן, ווי זיי האבן צוגעשטעלט פרישטאג מיט פלענער פאר נאכטמאל און נאך, אבער נאך אפאר וואכן האט זיך עס ליידער פארמאכט. ווי איך פארשטיי פון די ניקלשבורגער רבי'ס אויפפירונג ווען מען האט איהם געפרעגט דערוועגן, איז עפעס געוועהן א רוגזה צווישן די הנהלת הקאך מיט די רבי.

ווייסט איינער מער פרטים וואס איז געשעהן דארט?

אפשר האט ער געוואלט אנקאלערן (color) די ווענט דארט אזוי ווי אין ביהמ"ד? די כלים האט שוין געהאט זיין חתימת יד קדשו....

Re: רבי ישעי'לעס קאך - וואודבורן נ"י - ביהמ"ד ניקלשבורג

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 4:15 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען. (און איך וויל נישט וויסן.).

איין זאך ווייס איך יא. אז דער ניקלשבורגער רבי שליט"א גייט אין די דרכים פון דעם צדיק יסוד עולם ר' ישעיה'לע מ'קערעסטיר, זי"ע. נישט נאר האט ער אן אפענע טיר און ער געט צו עסן פאר אידישע קינדער ביד רחבה וברוח נדיבה.

איך האב שוין געזאגט אויף אנדערע פלעצער אז נישט געקוקט וואס די לצים זאגן (מ'דארף עס נישט איבערחזר'ן.) איז עס א גרויסע זאך אז א יעדער לערנט זיך אפ די מידת הכנסת אורחים פון דעם צדיק און מ'געט צו עסן פאר אידישע קינדער. ווייל אפילו מ'געט פאר הונדערט אידן וואס וואלטן עס אפשר נישט געדארפט. נאר ס'זענען דא 2 אידן וואס וואלטן אנדערש געהונגערט ווייל זיי שעהמען זיך אדער זיי האבן נישט קיין געלט צו קויפן עסן. און אזוי האבן זיי צו עסן בדרך כבוד, האט זיך עס שוין געלוינט.

נאר ס'זענען דא א סאך אנדערע צדקה וחסד ארגאניזאציעס און יחידים וועלכע שטעללן צו עסן פאר נצרכים א גאנץ יאר. למשל. משביע אין בארא פארק. אנגעפיהרט דורך הרה"צ ר' שמחה ראפאפארט שליט"א. וואו אידן נצרכים און סתם אורחים ווי משולחים פון ארץ ישראל קומען און עסן א סעודה בדרך כבוד. אויך גאנצע משפחות קומען דארט. אפילו פאר שבתים און יו"ט.

דאס איז אלעס איין שורש. און לאמיר נישט פארגעסן אז ר' ישעיה'לע קערעסטירער, זי"ע האט אריינגעברענגט אמונה בה' און שמירת המצוות אין שוואכע אידן. אזוי ווי אברהם אבינו.

נישט אזוי ווי א פאר אויבער חכמים וועלכע זענען אייביג איפכא מסתברא און זיי זאגן אז די גאנצע זאך איז א פראסטקייט. און זיי זאגן בדרך ליצנות אז ר' ישעי'לע איז געווען צוערשט אן עקסטערמינעיטער. נאכדעים איז ער געווארן א קעיטערער... זיי כאפן נישט (ברוב טיפשותם) די גרויסקייט פון די זאך.

Re: רבי ישעי'לעס קאך - וואודבורן נ"י - ביהמ"ד ניקלשבורג

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 6:01 pm
דורך בן נח
אויב געדענק איך גוט, איז די שורש פון יודישע הכנסת אורחים און חסד אביסעל עלטער. מער אזוי ווי אברהם אבינו

Re: רבי ישעי'לעס קאך - וואודבורן נ"י - ביהמ"ד ניקלשבורג

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 6:29 pm
דורך berlbalaguleh
נו, ר' ישעיה'לע קערעסטירער און די אנדערע צדיקים זענען געגאנגען אין דעם דרך פון אברהם אבינו.

נאר אברהם אבינו איז געווען אויף דעם עולם מיט בערך 3,500 יאר צוריק. און ר' ישעיה'לע מ'קערעסטיר איז געווען אין דעם פריער'דיגן דור. וואס א סאך אידן וואס לעבן נאך האבן איהם געקענט. און כש"כ די צדיקים פון אונזער היינטיגן דור.

Re: רבי ישעי'לעס קאך - וואודבורן נ"י - ביהמ"ד ניקלשבורג

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 6:39 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 4:15 pm נאר ס'זענען דא א סאך אנדערע צדקה וחסד ארגאניזאציעס און יחידים וועלכע שטעללן צו עסן פאר נצרכים א גאנץ יאר. למשל. משביע אין בארא פארק. אנגעפיהרט דורך הרה"צ ר' סענדר ראפאפארט שליט"א. וואו אידן נצרכים און סתם אורחים ווי משולחים פון ארץ ישראל קומען און עסן א סעודה בדרך כבוד. אויך גאנצע משפחות קומען דארט. אפילו פאר שבתים און יו"ט.

Re: רבי ישעי'לעס קאך - וואודבורן נ"י - ביהמ"ד ניקלשבורג

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 6:43 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ייש"כ פאר פאררעכטן. איך האב אויסגעמישט דעם נאמען מיט א אנדער'ן מענטש. נאר דער צדיק בלייבט דער זעלבער...!