בלאט 1 פון 7

פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:08 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט געפענט אזא אשכול איבער דעם גרויסן גאון אין צדיק..
בעיקר ארום די צוואה וואס איז היינט ארויסגעקומען ווער ס'זאל איבערנעמען.

בעטן מיר די חשובע חברים ווער ס'האט דער צוואה זאל מוחל זיין און ארויפלייגן דא...

יישר כחכם

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז דאס בכלל ביאלא? א עכטע חסידות? מיט חסידים?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:49 pm
דורך אייזיק שפירא
א געהעריגע חסידות אין ארץ ישראל, מיט מוסדות

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:49 pm
דורך אייזיק שפירא
די רבי האט געלאזט צוואה אז זיין פערדע זוהן זאל איבער נעמען די הנהגה

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
דער רבי שרייבט אז צו רבי'סטיווע דארף מען זיין געאייגענט און עס איז בכלל נישט קיין חסרון אין זיינע אנדערע קינדער, ווייל פונקט ווי נישט יעדער קען זיין א חזן אזוי קענען זיי נישט זיין רבי'ס.

די שאלה איז נאר פארוואס א רבי מוז זיין דווקא א זוהן פון די פריעדיגע רבי דאס איז נאכנישט קלאר, אפשר איז די יונגסטע זוהן טאקע די פאסיגסטע קאנדידאט צו ערפילן די פאזיציע, ווען מען ליינט די צוואה ווייטער שטעלט זיך ארויס אז דער רבי זאגט אן זיין נעפיו ר' שמחה בעל פסקי תשובות ער זאל נישט ווערן א רבי. זעהט זיך אויס אז דער רבי האט פון וואס מורא צו האבן.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:59 pm
דורך אייזיק שפירא
צוואה

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 8:18 pm
דורך בעל דרשן
זייער א אינטערעסאנטע צוואה, מען זעט אז ער רעכנט זיך מיט אלע קינדער
אבער אינטערעסאנט ווי די פסקי תשובות קומט דא אריין,

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 8:25 pm
דורך אייזיק שפירא
ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט געוויזן די צוואה בחייו פאר אלע קינדער און זיי האבן גע'חתמ'ט אז זיי גייען פאלגן

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 8:28 pm
דורך אוהב ספרים
דער נעפיו דער בעל פסקי תשובות קומט אריין, ווייל יארן צוריק איז געווען א הו"א אז ער גייט זיין דער ממלא מקום..

דער עלצטער זוהן וואינט אין מאנטשעסטער האט א שיינע קהלה דארט, מער ליטוויש געשטימט, נישט פאר דעם ארץ ישראלדיגע ציבור וכו'.

ביאלא ציילט זיך א ערך פון קרוב צו 900 משפחות.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 8:29 pm
דורך קהל'ס נער
חיים הלוי האט געשריבן: דער רבי שרייבט אז צו רבי'סטיווע דארף מען זיין געאייגענט און עס איז בכלל נישט קיין חסרון אין זיינע אנדערע קינדער, ווייל פונקט ווי נישט יעדער קען זיין א חזן אזוי קענען זיי נישט זיין רבי'ס.

די שאלה איז נאר פארוואס א רבי מוז זיין דווקא א זוהן פון די פריעדיגע רבי דאס איז נאכנישט קלאר, אפשר איז די יונגסטע זוהן טאקע די פאסיגסטע קאנדידאט צו ערפילן די פאזיציע, ווען מען ליינט די צוואה ווייטער שטעלט זיך ארויס אז דער רבי זאגט אן זיין נעפיו ר' שמחה בעל פסקי תשובות ער זאל נישט ווערן א רבי. זעהט זיך אויס אז דער רבי האט פון וואס מורא צו האבן.

מוז זיין אז ער האט געזוכט אין גאנץ ביאלא און נישט געקענט טרעפן איינער וואס איז אזוי געראטן ווי זיין זוהן, א עכטע השגחה פרטית. איך שיק עס שוין אריין צו "מעלות".

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 8:35 pm
דורך אייזיק שפירא
למעשה קען ער קיינעם נישט פערזענליך אזוי ווי זיין זוהן
און ער איז מעיד אויף אים אזעלכע זאכן

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 9:43 pm
דורך כספי
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 8:28 pm
דער עלצטער זוהן וואינט אין מאנטשעסטער האט א שיינע קהלה דארט, מער ליטוויש געשטימט, נישט פאר דעם ארץ ישראלדיגע ציבור וכו'.
דער רבי אליין האט אויך געוואוינט אין לוגאנא, געווען ליטוויש געשטימט, און זעהט אויס יא געפיט פאר דעם ארץ ישראל'דיגן ציבור וכו'.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
נארמאל וואלט דאך זיין עלצטער זוהן געדארפט איבערנעמען, אבער דער רבי מיינט דאך פשוט די טובה פון די חסידים, און דער עלצטער זוהן דארף דאס אוודאי פארשטיין. אזוי ווייט אז ער זאל אזוי גוט זיין און ווייטער דאווענען אין די שוהל פון זיין פערדער ברודער.

אבער פאר'ן רבי איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז אפשר "פאר די טובה פון די חסידים" זאל איבערנעמען איינער וואס איז בכלל נישט זיין קינד. ער אליין האט גארנישט געוואלט אוועקגעבן פון זיך, אבער בנו בכורו דארף זיין א וואוילע יונגעל און פארשטיין ס'איז פשוט די טובה פון די חסידים.....

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 11:35 pm
דורך מיסטעריע
ס'האט אויכעט צו טוהן מיט די חסידים, אויב די חסידים האבן געוואלט דעם פערטען זוהן, אידאך גוט, אויב האבן די חסידים געוואלט דעם בעל פסקי תשובות, וואלט די רבי אויך געדארפט איינגעבן.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 11:36 pm
דורך תניא בניחותא
אויב ס’איז דא א זון וואס איז הגון, דארף ער נישט זיין ממש דער גרעסטער פון די חבורה אז ער זאל איבערנעמען.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 11:59 pm
דורך מיסטעריע
אפשר וואלט מען געדארפט כאטשיג מאכן וואלן, אזוי ווי ס'געווען ביי איהם ער האט געוואונען כאטש ער איז געווען די אינגסטע

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:40 am
דורך יצחק אייזיק
פרוכט זאפט האט געשריבן: נארמאל וואלט דאך זיין עלצטער זוהן געדארפט איבערנעמען, אבער דער רבי מיינט דאך פשוט די טובה פון די חסידים, און דער עלצטער זוהן דארף דאס אוודאי פארשטיין. אזוי ווייט אז ער זאל אזוי גוט זיין און ווייטער דאווענען אין די שוהל פון זיין פערדער ברודער.

אבער פאר'ן רבי איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז אפשר "פאר די טובה פון די חסידים" זאל איבערנעמען איינער וואס איז בכלל נישט זיין קינד. ער אליין האט גארנישט געוואלט אוועקגעבן פון זיך, אבער בנו בכורו דארף זיין א וואוילע יונגעל און פארשטיין ס'איז פשוט די טובה פון די חסידים.....

דער עלטסטער וואוינט נישט אין ארץ ישראל. ער דארף נישט דאווענען ביים ברודער

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:42 am
דורך אחידוש
נייגעריג אויב עס גייט זיך אויסארבעטן
און עס גייט זיין שלום?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:52 am
דורך סקרו דרייוער
האט די רבי געלעבט בשלום מיט זיין ברודער, די טאטע פון די פסקי תשובות?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 6:31 am
דורך אוהב ספרים
סקרו דרייוער האט געשריבן: האט דער רבי געלעבט בשלום מיט זיין ברודער, דער טאטע פון די פסקי תשובות?

ניין, די ברודער זענען געווען ברוגז, אלע זענען געווען עלטער און איהם פיין מקנא געווען, דער פסקי תשובות איז געפארן צום פעטער, און אזוי אויכעט דער ביאלא לונדון.

ווען דער חלקת יהושע איז אוועק האבן די ברודער נישט געוואלט איבערנעמען, יעדער איז געווארן א עניו, דער יונגסטער האט יא מסכים געווען, מען האט געמאכט בחירות און ער האט געווינען 96 פון 100 קולות, די ברודער האבין איהם גע'חתמ'ט, שפעטער האבן זיי חרטה געהאט. עס איז געווען א דין תורה און זיי האבן פארלוירן [דאכטזעך ביי בית דינו של רבי נסים קרליץ, און איך געדענק נישט כרגע צו אלע ברידער אדער נאר איינער איז געווען ביים דין תורה].

די צוואה איז נישט חידושים, שוין א 15 יאר וואס די זאכן זענען ידועים אין ביאלא, ולע"ע אין על כך חולק, און וועגן דעם ערווענט ער אזוי שטארק וועגן די אייניקלעך וואס זענען דערווייל אונטערגעוואקסען און קענען מאכן טראבעל.

צו פארגלייכן די קהלה אין לוגאנא, וואס יארן איז שוין געווען קוים מנין, צו די קהלה פון ר' לייבוש איז מאנטשעסטר איז ממש מגוחך.
אין לוגאנא איז נישט געווען קיין ליטווישע קהלה משא"כ אין מאנטשעסטער.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 7:04 am
דורך נחום הסופר
א גרויסע חידוש, ווי אזוי קען זיין אז דער פסקי תשובות און ביאלא לונדון זענען געפארן צום פעטער ביאלא-לוגאנא, בו בזמן וואס זייער פאטער (ר' ירחמיאל צבי יהודה מביאלא-פשיסחא) איז געווען צוקריגט מיט'ן ברודער? אדער איז ביאלא-פשיסחא נישט געווען אזוי שטארק צוקריגט ווי די אנדערע ברודערס?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 8:37 am
דורך אוהב ספרים
בשעתו האבן ביידע גע'דמיונ'ט אז זיי גייען זיין ממלא מקום.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 8:54 am
דורך ר' גרשון
ר' לייביש וויל נישט זיין רבי, איהם אינטערעסירט בלויז לערנען און זיין ד' אמות, און ווי אויך איז ער נישט אזוי מעורב בין הבריות. די פראבלעם ווערט נאר מיט'ן ר' לייבישן'ס קינדער...