בלאט 1 פון 1

Taming the Raging Mind - Gutman Locks

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 3:29 pm
דורך פרייוויליג
פרישע מהודורה פון די בוך פון רבי גוטמאן לאקס - אדער ווי געוויסע רופן אים די רב הכותל - איז יעצט עוועילעבל צו קויפן אויף עמעזאן.

די בוך איז עוועילעבל פאר א פרייע דאונלאד אנליין. אבער פאר די וואס גלייכן צו ליינען עכטע ביכער, רעקאמאנדיר איך זייער די בוך.

הרב לאקס איז א fascinating איד. די בוך איז הערליכע עצות, תורות, טיפס, פון זיין שטורעמישע לעבן. עס פארמאגט 105 אידישע מעדיטאציע טעכניקס, וואס האט מיך זייער באנומען. זיך דרייענדיג יארן לאנג צווישן גורוס, בודהיסטס, הינדוס אא"וו גייט ער אריין אין באזונדערע סארט מעדיטאציעס, ער צונעמט דאס אויף שטיקער בטוב טעם ודעת. דער איד איז נישט אויפגעוואקסן פרום, מען האט אים אמאל גערופען די סענטראל פארק גורו, ער האט געפאשעט אין אינדיע, ער האט פראבירט יעדע סארט soul searching טעכניק אין דער וועלט, ביז ער איז ענדליך צוריק אהיימגעקומען, צו די שויס פון ה' אלקי ישראל.

Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 10:35 pm
דורך יעקב פאטאש
ווי קען מען עס דאונלאדען אנליין?

Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 10:42 pm
דורך הוגה
האט ער עפעס א שייכות מיט גיל לאקס, די סענטראל פארק גורו, וואס דרייט זיך אויך ביים כותל?

Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 11:53 pm
דורך אלע צוזאמען
יעקב פאטאש האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:35 pm ווי קען מען עס דאונלאדען אנליין?
https://www.thereisone.com/TAMING%20new ... dition.pdf

Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:32 am
דורך פרייוויליג
הוגה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:42 pm האט ער עפעס א שייכות מיט גיל לאקס, די סענטראל פארק גורו, וואס דרייט זיך אויך ביים כותל?
דער זעלבע מענטש.