בלאט 1 פון 3
נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2024 3:23 pm
דורך אבימלך
ק/פ פון אייוועלט
אין די יידישע קהילה אין איראן איז פאראן גרויס זארג איבער די שרעקליכסטע שטראף וואס מען ווארט אויף א יונגן איד דעם קומענדיגן שבת - טויט שטראף.
די באשולדיגונגען קעגן דעם יונגערמאן פון ארום 20 יאר אלט, האט זיך אנגעהויבן נאך א קריגעריי אין וועלכן ער איז געווען פארמישט. אין דעם אינצידענט איז אומגעקומען אן איראנער בירגער.
איצט פאדערט די משפחה פון דעם קרבן , אז דער ייד זאל װערן הינגעריכטעט, און נישט געװאלט אויפגעבן זייער תביעה, אפילו נישט אויף א גרויסע סכום פון אויסלייז געלט, װאס די משפחה פון דעם באשולדיקטן איז גרײט צו צאלן.
זייט מתפלל פאר נתנאל בן ציונה
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2024 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
העסקן הרב משה מארגערעטן פארארבייט מעשים די ציבור איז מתפלל אויף הצלחה
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: מוצ"ש מאי 18, 2024 11:19 pm
דורך נעקסט לעוועל
מהאט עס אפגעשטופט
די גזר דין גייט ארויסקומען מאנטאג
(חדשות מהרגע - ידידיה אפשטיין)
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:05 am
דורך berlbalaguleh
חיים הלוי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 17, 2024 7:31 pm
העסקן הרב משה מארגערעטן פארארבייט מעשים די ציבור איז מתפלל אויף הצלחה
אפשר זאל מען קאנטאקטן זייערע גוטע פריינט אין די אידישע קאמיוניטי, די נטורי קרתא. לאמיר זעהן אויב ישראל דויד ווייס וסייעתו זענען וויליג אויסצונוצן זייער גוטע פריינטשאפט מיט די איראנער רעגירונג אויסצולייזן א איד פון טויט שטראף.
אויב זיי קענען דאס אויס'פועל'ן וועל איך אנהייבן מסופק צו זיין אויב ס'איז אפשר יא דא עפעס א תועלת פון זייער לעקן זיך אין מיטשטיין מיט די רוצחים.
איך האלט נאכאלץ אז זיי זענען נישט גערעכט מיט וואס זיי טוען, ווייל אפילו אין בעסטן פאל איז עס אויך א הלכה'דיגע שאלה אויב מ'מעג מדחה זיין איין איד פאר א צווייטן, ווי די גמ' זאגט... "מאי חזית דדמא דידך סימקא מדמא דידי"...!
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:26 am
דורך אמאהלגעקעננט
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:27 am
דורך געדאנקן
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
אפשר זאל מען קאנטאקטן זייערע גוטע פריינט אין די אידישע קאמיוניטי, די נטורי קרתא. לאמיר זעהן אויב ישראל דויד ווייס וסייעתו זענען וויליג אויסצונוצן זייער גוטע פריינטשאפט מיט די איראנער רעגירונג אויסצולייזן א איד פון טויט שטראף.
Turx האט געזאגט אויף קול מבשר אז נטורי קרתא איז געווען פארנומען דערמיט גאנץ שבת
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 2:38 am
דורך [NAMELESS]
הרב משה מארגערעטן ברענג די בשורה טובה אז די קארט האט מסכים געווען אפצושטיפן די גזר דין פאר א חודש
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 4:18 am
דורך פעטוועי רבי
איך האב געהערט פון א קראנטע מקור אז ר' ישראל דוד ווייס פון נטורי קרתא איז געווען פארבינדן מיט איינע פון די הויכראנגיגע מיניסטארן פון איראן, וואס ער האט למעשה ארויסגעגעבן א זאפארטיגע פארלאנג פאר די געריכט אפצושטיפן די הינריכטונג.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל בעארבייט ווערן מעשים לטובה און דער איד זאל געראטעוועט ווערן.
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 6:33 am
דורך berlbalaguleh
ווען דער איד וועט ארויסגיין ממות לחיים, אי"ה. באקומט הרב ישראל דויד ווייס ששי אדער מפטיר. און אסטראלאג זכר צפיק לקללה וועט באקומען גלילה. אויב ער קען עס אויסנווייניג.
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 7:00 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס קרייט דער האהן מיט די אויגען פארמאכט?
ווייל ער קען פון אויסענווייניג!
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
דורך יאסל ראקאווער
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 8:05 am
דורך שמעקעדיג
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
עקלהאפטיגע תגובה!
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 8:13 am
דורך שמן למאור
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
קענען זיין בכלל ארויסגיין? איינער וואס האט נאר איראנער בירגערשאפט קען ארויסגיין?
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 8:15 am
דורך [NAMELESS]
דער רב פון טעהעראן פאהרט דאך ארום.....
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 9:36 am
דורך [NAMELESS]
קען איינער אריין קומען קלאר? איז דאס טאקע א בלבול, אדער איז נתנאל טאקע א רוצח??
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 10:11 am
דורך חב''ד הויזן
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 8:05 am
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
עקלהאפטיגע תגובה!
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 am
דורך [NAMELESS]
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:11 am
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 8:05 am
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
עקלהאפטיגע תגובה!
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
אומדירעקט? זעהט אויס די ווייסט עפעס פרטים. קום פליז אריין קלאר
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 10:33 am
דורך אבימלך
אינטערסאנט איז, אז זיי האבן פאר'משפט א איד צום טויט, און יעצט זענען דא שמועות אז זייער פרעזידענט איז גאר טויט ....
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 12:24 pm
דורך פעטוועי רבי
פעטוועי רבי האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 4:18 am
איך האב געהערט פון א קראנטע מקור אז ר' ישראל דוד ווייס פון נטורי קרתא איז געווען פארבינדן מיט איינע פון די הויכראנגיגע מיניסטארן פון איראן, וואס ער האט למעשה ארויסגעגעבן א זאפארטיגע פארלאנג פאר די געריכט אפצושטיפן די הינריכטונג.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל בעארבייט ווערן מעשים לטובה און דער איד זאל געראטעוועט ווערן.
יעצט באשטעטיגט, חוסעין אמיר אבדולאה וואס איז געווען שבת פארבינדן מיט נטורי קרתא.
און לויט שמועות איז ער אויפן פליגער מיט ראאיסי
פונקט ווען מען דארף אים נאך
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 12:38 pm
דורך אלע צוזאמען
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
זייער זייער נישט שיין.
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 12:47 pm
דורך נעקסט לעוועל
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 12:38 pm
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
זייער זייער נישט שיין.
סאיז ווייט פון זיין א גלייכע משל, סאיז אזוי ווי די זאגסט פארן ווילאמסבורגע אידל, ביזסטעך אליינס שולדיג אז די האסט נישט ווי צו וואוינען, איי האסטעך אפילו נישט אריינגעלייגט אין זיינע זאקן, פאר אים מיינט עס איבערלאזן משפחה, פריינד, קאמיוניטי, ביזנעס, אלעס.
ענליך איז דא, די זאגסט אים מתחייב בנפשו, בעפארן טראכטן וואס סגייט אריין פאר אים זעך אויפצוהייבן און אריבערפעקלען ערגעצאנדערשוואו…
און א סייד נאוט, די בארדער אוט אוו איראן איז נישט אזוי גרינג ווי די אמעריקע קאנאדע בארדער, ווער ווייסט אויב סאיז בכלל שייך דורך די טראדיציאנאלע פראצערדורן צו ארויס גיין פון לאנד
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:19 pm
דורך שמן למאור
מנשסתר האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 8:15 am
דער רב פון טעהעראן פאהרט דאך ארום.....
די רב האט טאקע אויך אנדערע בירגערשאפט.
אזוי געדענק איך ליינען אין אן אינטערוויו וואס איינע פון די אויסגאבעס האבן געהאט מיט אים.
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:24 pm
דורך אלע צוזאמען
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 1:19 pm
מנשסתר האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 8:15 am
דער רב פון טעהעראן פאהרט דאך ארום.....
די רב האט טאקע אויך אנדערע בירגערשאפט.
אזוי געדענק איך ליינען אין אן אינטערוויו וואס איינע פון די אויסגאבעס האבן געהאט מיט אים.
אויכעט ווייסט ער אז דערוואגן זאל ער זיך צו פארבלייבן אין א צווייטע מדינה און נישט צירוק אהיים גיין, אלע אידן אין איראן וועלן באשטראפט ווערן.