בלאט 1 פון 1

וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 4:28 pm
דורך דערהויבענע איד
און אונזער סאסייעטי זענען פארהאן רעכטע, לינקע, עקסטרימיסטן, שוואכע, און אלעס אינדערמיט. אדער ווי מ'קען עס אנרופען כאניאקעס, קנאים, ליידיגגייער'ס, און שקצים. פארשטייט זיך אז איך בין נישט מסכים צו די אלע נארישע נעמען, איך רוף עס נאר אזוי for a lack of a better term.


די לינקע פארפירן א גאנצן צייט אז די פרומע זיצן ביים שיסל און פירן דעם עולם אין באד אריין, ווערנדיג יעדן טאג עקסטער מער און מער עקסטרעם. ווייטער די רעכטע האלטן אז זיי געבן א גאנצן צייט אויף, אויף זייערע פרינציפן אז די לינקע זאל מען אויכעט אריינעמען אין די מוסדות, און די גאנצע וועלט רוקט זיך מער שוואכער, און זיי שלעפן אראפ די היימישע אידן.


כ'בין נייגעריג וואס זאגן דא די חברי השטיבל, וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע, און האט די מערסטע קאנטראל אויף אונזער געזעלשאפט?



דא אינם שטיבל האב איך אמאל אויסגעשמועסט אז א אינגערמאן וואס נויגט א טראפ צו לינקס גייט קיינמאל נישט באקומען א כלי קודש זשאב ביינונז, הגם ער קען גוט לערנען און ער קען זיך אראפלאזן צו א בחור וכדומה, און אנדערע ווערטער, די מוסדות החינוך געהערט כמעט אינגאנצן - חוץ די ראשי המדריכים און די קאוינסלער'ס אין די זומער ( וואס דעמאלטס הרג'עט מען זיך טאקע ארום מיט די מנהל ) - צו די רעכטע.


פון די אנדערע זייט איז דא אסאך אנדערע אספעקטן אין אונזער קולטור, ווי למשל די ליין מאטריאל, וואס חוץ די בלאט און די איד איז אלעס געפירט ביי די לינקע, ווער רעדט נאך פון די עסן, מוזיק, מארקעטינג, זשים, ענטערטעימענט, פסכילאגיע, און רוב ביזנעסער, וואס אן דעם קען אונזער געזעלשאפט נישט אנגיין.


דאס איז מיין פערספעקטיוו. וואס זאגן די חברים דא?

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 4:37 pm
דורך אלפא
איך מיין עס איז געבינדן צו @מי אניאבזערוואציע אז פון די מאקרא זייט ציען מיר רעכטס בעת פון די מייקרא זייט זענען מיר נוטה לינקס.

די תשובה ליגט טאקע אביסל אין דיינע קאטעגאריעס, די אינסטיטוציעס (רבנות, מוסדות,) וועלכע פירן כלומר'שט דעם נאראטיוו - ציט רעכטס, און מ'קען שפעקילירן פארוואס. אבער לאידך גיסא פארט די קולטור (מוזיק, ליטעראטור, מאדעס,) גאנץ שטארק לינקס - עס ווערט נשפע פון די מאטעריאליסטישן נאציאנאלע סביבה, וממילא דרייווט עס יחידים אהין.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 3:59 pm
דורך דערהויבענע איד
אלפא האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:37 pm איך מיין עס איז געבינדן צו @מי אניאבזערוואציע אז פון די מאקרא זייט ציען מיר רעכטס בעת פון די מייקרא זייט זענען מיר נוטה לינקס.

די תשובה ליגט טאקע אביסל אין דיינע קאטעגאריעס, די אינסטיטוציעס (רבנות, מוסדות,) וועלכע פירן כלומר'שט דעם נאראטיוו - ציט רעכטס, און מ'קען שפעקילירן פארוואס. אבער לאידך גיסא פארט די קולטור (מוזיק, ליטעראטור, מאדעס,) גאנץ שטארק לינקס - עס ווערט נשפע פון די מאטעריאליסטישן נאציאנאלע סביבה, וממילא דרייווט עס יחידים אהין.
אמת.


וואס געשעהט איז, אז די ישיבות - כוללים - מוסדות'ן זענען רעכט געשטימט, און אלעס חוץ פון דעם, ביזנעסער, געשעפטן, זענען לינק געשטימט.


די שאלה איז אווערא''ל, ווי ריקט זיך אונזער סאסייעטי מער, און וועלכע זייט האט נאך אלע מעשיות א גרעסערע השפעה.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 5:59 pm
דורך אלפא
איך מיין עס איז די צווייטע (ע"ע טעכנעלאגיע, מאדעס,). אבער עס איז יתכן אז דאס איז נישט מער ווי wishful thinking.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 7:25 pm
דורך דערהויבענע איד
אלפא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:59 pm איך מיין עס איז די צווייטע (ע"ע טעכנעלאגיע, מאדעס,). אבער עס איז יתכן אז דאס איז נישט מער ווי wishful thinking.

ס'קען אויכעט זיין אז ווייל דו ביסט שוין אין ביזנעס וכדומה און ארומגענומען מיט דיין סירקול, ס'קען אבער נאך זיין אז די אנדערע סירקול, ד''ה די ישיבות און כוללים זענען מער רעכט ווי אין דיינע צייטן. יעדער איינער טראכט אז סאסייעטי טראכט ווי אזוי זיין סירקול טראכט.


אן אמת'ע השפעה צו לינקס אין אונזער געזעלשאפט וואלט געווען אז אפילו כלי קודש און מורי צדק רוקן זיך לינקס, און דאס דארפסטו זען אפי' למשל אין א היינטיגע תשובה ספר.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2024 6:55 pm
דורך תרמב
איך וואלט געזאגט אז א תשובה ספר איז לאו דווקא די פלאץ צו קוקן.

איך וואלט געזאגט אז דו זאלסט קוקן ווער זענען די ליעדינג דיינים אין די קהילות, וועם פרעגט מען די שאלות, ווער געבט זיך אפ מיט מער אינגעלייט, צו זיי זענען מער גענויגט צו לינקס מער ווי צעהן יאר צוריק און צוואנציג יאר צוריק.

פון מיין קוקווינקל קוקט עס אויס בעסער ווי צעהן יאר צוריק, אבער קען זיין איך לעב אין א באבל.

וואס ס'שטייט אויף צעטלעך אויף די וואנט און אין די גליונות איז נישט דווקא רעלעוואנט.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2024 8:50 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קען מען מסביר זיין די לעצטערע קהלישע מחלוקסן אז טייל דיינים ורבנים ציהען רעכט און טייל לינקער?

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:46 am
דורך תנחום
@אלפא האט אנגעכאפט מוזיק אלס איינע פון קולטורישע זאכן וואס ציען לינקס. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דוקא מוזיק האלט זיך אויף רעכטס. עס איז טאקע געוועהן אן עפאכע פון מער מאדערענע און לינקע מוזיק מיט ליפא שמעלצער אויפן שפיץ און מיכאל מיט טרעק פייוו אא"וו, אבער זאכן האבן זיך גאנץ שנעל בארואיגט. היינט לייגט מען מער א דגוש אויף גוטע ארעינזשמענטס ווי איידער קילע אינטראוס און בחורישע לאוזינגען.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:30 am
דורך סעגאל
תנחום האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:46 am @אלפא האט אנגעכאפט מוזיק אלס איינע פון קולטורישע זאכן וואס ציען לינקס. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דוקא מוזיק האלט זיך אויף רעכטס. עס איז טאקע געוועהן אן עפאכע פון מער מאדערענע און לינקע מוזיק מיט ליפא שמעלצער אויפן שפיץ און מיכאל מיט טרעק פייוו אא"וו, אבער זאכן האבן זיך גאנץ שנעל בארואיגט. היינט לייגט מען מער א דגוש אויף גוטע ארעינזשמענטס ווי איידער קילע אינטראוס און בחורישע לאוזינגען.
זעהט נישט אויס איר זענט געווען לעצטענס ביי א חתונה. אויסער אויב די ביי וועלכע איך בין געווען האבען ספעציעל אויסגעקליבען די פאר צידרייטע ניגון'ם וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע עטליכע יאר
אדער א קלענערע טשענס אז דאס וואס האט געהייסן צעדרייט ווען איך בין געווען אין ישיבה ריפסטו היינט רעכט.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 4:50 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 8:50 pm קען מען מסביר זיין די לעצטערע קהלישע מחלוקסן אז טייל דיינים ורבנים ציהען רעכט און טייל לינקער?
דאס איז נישט קיין נייע זאך: ס'איז אייביג געוען. ליין נאר די היסטאריע פון אידישע קהילות אין די לעצטע 200 יאר. ספעציעל אין די צייטן פון חת"ם סופר. און דעם ערשטן בעלזער רב. דער שר שלום.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:12 pm
דורך berlbalaguleh
אין חינוך פון די קינדער איז זיכער אריינגעקומען (בהדרגה) א נייגונג צו רעכטס. (מער פרומקייט).

לאמיר נעמען אזעלכע "קלייניקייטן" ווי ניגונים/שירים. און דער וועג וואס מ'טייטשט/לערנט מיט די קינדער.

ווען איך בין געווען א יונגל אין חדר האט מיין רבי (און די אנדערע רבי'ס) געטייטשט.. שולחן עורך...מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל-גיין. די היינטיגע רבי'ס טייטשן. מ'עסט און מ'טרינקט לכבוד יום טוב. "מ'לאזט זיך וואויל-גיין" האט א נעגאטיווע קאנ-נאטאציע.

אויך: דאס באקאנטע לידל וואס א איד אן ארעמאן וועלכער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן ברעטער צו בויען א סוכה האט זיך געבויעט א סוכה'לע א קליינע פון ברעטעלעך געמיינע. פי' ביליגע. וואס ער האט מסתמא באקומען פונ'ם לאמבער יארד אומזינסט.

נאר די היינטיגע מחנכים האבן באשלאסן אז דאס ווארט "געמיינע" האט א נעגאטיווע מיינונג. און זיי האבן עס אויסגעטוישט פאר דעם ווארט "שיינע".

די פראבלעם איז אז דאס נעמט אוועק דעם גאנצן "מעסעדזש" פונ'ם לידל. אז א איד אן ארעמאן האט מיט מסירת נפש אופיגעבויעט פאר זיך א סוכה'לע א קליינע.

ס'איז באוואוסט אז דאס ווארט "געמיין" אין גאליציאנישן-אידיש האט געמיינט ביליג. דער בעלזער רב מהרי"ד זי"ע האט אמאל געזאגט פאר אן עושר אז ער זאל זען צו האבן א פאר "געמיינע" אידן אין זיין סוכה פאר יו"ט.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:18 pm
דורך צוויי
די זאך איז, אז אין די היינטיגע אויסשפראך מיינען די אויבנדערמאנטע ווערטער עפעס אנדערש, און עס קען זיך שלעכט אויסטייטשן,
אדרבה זאל מען אויך אויסלערנען די יונגווארג די אפטייטש פון פארשידענע ווערטער וואס ס'איז נישט עכט באקאנט אין די היינטיגע טעג זייער אמאליגע באדייט, און דערנאך זאל מען טאקע גארנישט משנה זיין פון זייער אטאנטישקייט אינעם ניגון אדער נוסח וואס מ'דערלערנט פאר די קינדער.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:46 pm
דורך berlbalaguleh
אמת: נאר א סאך פון די היינטיגע רבי'ס ווייסן אליינס נישט די כונה פון די אמאליגע אפ-טייטשן. זיי ווילן "מתקן" זיין.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:11 pm
דורך דערהויבענע איד
סעגאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:30 am
תנחום האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:46 am @אלפא האט אנגעכאפט מוזיק אלס איינע פון קולטורישע זאכן וואס ציען לינקס. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דוקא מוזיק האלט זיך אויף רעכטס. עס איז טאקע געוועהן אן עפאכע פון מער מאדערענע און לינקע מוזיק מיט ליפא שמעלצער אויפן שפיץ און מיכאל מיט טרעק פייוו אא"וו, אבער זאכן האבן זיך גאנץ שנעל בארואיגט. היינט לייגט מען מער א דגוש אויף גוטע ארעינזשמענטס ווי איידער קילע אינטראוס און בחורישע לאוזינגען.
זעהט נישט אויס איר זענט געווען לעצטענס ביי א חתונה. אויסער אויב די ביי וועלכע איך בין געווען האבען ספעציעל אויסגעקליבען די פאר צידרייטע ניגון'ם וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע עטליכע יאר
אדער א קלענערע טשענס אז דאס וואס האט געהייסן צעדרייט ווען איך בין געווען אין ישיבה ריפסטו היינט רעכט.
לדעתי אין די לעצטע 10 יאר האט די מוזיק אינדוסטרי גענומען א טויש פון 'באמישע' ניגונים - לדוגמא ליפא'ס ניגונים - צו קאאנעקטינג האוילי סטייל ניגונים.

די ערשטע איז געקומען לענ''ד פון א פלאץ פון שטויסן סאסייעטי צו א פלאץ פון ראמאנטיזירן אידישקייט.

וועלכע איז מער לינק, אדער רעכט,? כ'ווייס נישט.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
אמאל (מיט דרייסיג יאר צוריק) זענען די ניגונים פון מרדכי בן דויד און אברהם פריעד געווען אינגאנצן אפגעפרעגט. נישט ביי מיר. נאר ביי די מערסטע הנהלת הישיבות. כל שכן ביי סאטמאר. היינט איז מרדכי בן דויד א העיליגער איד (כ'בין זיכער ער איז).

די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 8:39 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:19 pm אמאל (מיט דרייסיג יאר צוריק) זענען די ניגונים פון מרדכי בן דויד און אברהם פריעד געווען אינגאנצן אפגעפרעגט. נישט ביי מיר. נאר ביי די מערסטע הנהלת הישיבות. כל שכן ביי סאטמאר. היינט איז מרדכי בן דויד א העיליגער איד (כ'בין זיכער ער איז).

די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.
ער איז געווארען מער חסידיש און זינגט אויך מיט א חסידישע הברה
דער ערשטע טייפ זיינער איז יא געווען א ביסל מער מאדערן

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 10:18 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 8:39 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:19 pm אמאל (מיט דרייסיג יאר צוריק) זענען די ניגונים פון מרדכי בן דויד און אברהם פריעד געווען אינגאנצן אפגעפרעגט. נישט ביי מיר. נאר ביי די מערסטע הנהלת הישיבות. כל שכן ביי סאטמאר. היינט איז מרדכי בן דויד א העיליגער איד (כ'בין זיכער ער איז).

די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.
ער איז געווארען מער חסידיש און זינגט אויך מיט א חסידישע הברה
דער ערשטע טייפ זיינער איז יא געווען א ביסל מער מאדערן
זייט ווען האבן חסידים א הברה?

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 10:26 am
דורך [NAMELESS]
רוב חסידים לערנען זיך אויס צו זאגען א שורוק ווי א חיריק און א צירי ווי פתח יוד

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 10:30 am
דורך היימלינד
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:26 am רוב חסידים לערנען זיך אויס צו זאגען א שורוק ווי א חיריק און א צירי ווי פתח יוד
פאר 90 יאר צוריק האט עס געהאט מיט מנהג המדינה גארנישט מיט חסידות
זעלבע מיט לבוש און נאך אסאך זאכען - אפאר יאר פריער

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 3:11 pm
דורך ראדני
היימלינד האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:30 am
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:26 am רוב חסידים לערנען זיך אויס צו זאגען א שורוק ווי א חיריק און א צירי ווי פתח יוד
פאר 90 יאר צוריק האט עס געהאט מיט מנהג המדינה גארנישט מיט חסידות
זעלבע מיט לבוש און נאך אסאך זאכען - אפאר יאר פריער
ביז צעהן פופצען יאר צוריק, ווען א חסידישע זינגער האט זיך געוואלט דערקלערן באמישע זינגער האט ער געדארפט זינגען מיט די ליטווישע הברה.

אין ארץ ישראל גייט נאך אן עד היום הזה, אז ווען איינער וויל זיך דערקלערן אלץ א אפציעלע זינגער אינקארפערעיטעד, הייבט ער אן זינגען מיט די אמעריקאנער/אונגערישער ריש, אנשטאט די ישראלישער/גאליציאנער ריש.

Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 10:47 am
דורך אלפא
טראכט איך צו מיר אז עס קען זיין אז ביידע ריכטונגען האבן צוגלייך אן השפעה אויף אונזער (מיטלגארטיגן) קולטור.

אזויווי עס איז באוואוסט לגבי פליגער און שיפן אז ווען זיי צילן צו א געוויסע נקודה און די ווינט/כוואליעס שטופן זייטיגוועגס צו א צווייטע דיירעקציע - דארף מען אויסדרייען דעם עראפלאן/שיף אביסל צום ריכטונג פונעם ווינט אזוי ארום קומט מען אן צו וואו מען וויל (עי"ע crosswind landings).

ענליך קען מען זאגן ביי אונז, ווי די 'ווינט' פירט לינקס - יעדער פאר זיך ציט מער לינקס, דערפאר דארף קומען די מענואווערס פון די 'פירערס'/אינסטיטוציעס/עסטעבלישמענט וועלכע דירעקטירט גאר רעכטס און ביינזאם קומט מען אן היבש גראד'לעך.

די יעצטיגע מערכה אנקעגן דעם QIN טעלעפאן האט מיר געמאכט אריינטראכטן דערין, און איך מיין עס האט אן אמת אז יעדער פאר זיך וויל טאקע זיין מער פראגרעסיוו, אבער אלס א general rule קען למעשה יעדער באשטיין אז עס זאל זיין א קאונטער באלאנס, און דערפאר באקומען די מערכות (סאציאלאגישע) מאמענטום על אף עס שיינט אויבן אויף אז קיינער זוכט נישט צו גיין אזוי רעכט..