אידישע אונטערהאלטונג מארקעט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2505 מאל

אידישע אונטערהאלטונג מארקעט

שליחה דורך אלפא »

איך האב נארוואס געזען דעם פאדקאסט וואו שמילי אונגאר ברעגט ארויף פיני ראאב פון לעיטעסט טאלקס.

פיני ברענגט ארויס ווי זיין מיסיע און וויזיע איז צו אנפילן דעם לאך וואס איז דא אין די אידישע מארקעט פון אונטערהאלטונג, ווי ער זאגט, זענען דא זייער אסאך אידן וואס זענען למעשה אויפן אינטערנעט (צו עס איז מותר אדער אסור גייט ער נישט אריין), און רוב אירע הערן ליידער אויס גוי'אישע און אפטמאל אומאויסגעהאלטענע סחורה.
ער טענה'ט אז אויב נאר קען מען אנפילן דעם חלל מיטן צושטעלן מער אידישע היימישע אונטערהאלטונגען - א שטייגער ווי פאדקאסטס, אינפארמאטיווע ווידעאס, א.א.וו. קען מען מיט דעם פארדינען אז א גרויסע פראצענט פון אידן וועלכע זענען יעצט אויף לאו-דוקא היימישע פלעצער וועלן אריבערגיין צו בלויז היימישע.

שמילי לאידך גיסא איז זייער סקעפטיש צו דעם געדאנק, אפאר מאל אינמיטן דעם שמועס זעט זיך אן זיין קעגנזייטיגע שטעלונג דערצו (הגם עס איז א שאד אז זיי האבן עס נישט מער צונומען), און ווי ער טענה'ט מאכט עס נישט קיין גרויסע חילוק סייווי, די וועלכע קוקן גוי'אישע מאוויס הערן נישט אויף ווייל עס איז דא די 'אינטערן'ס', און די וועלכע הערן גוי'אישע פאדקאסטס גייען נישט אויפהערן ווען מער אידישע פארמערט זיך.

פיני טענה'ט צוריק אז אין די מוזיק אינדוסטריע דערזעט זיך יא אן א גרויסע פראצענט פון אידן וועלכע הערן שוין בכלל נישט קיין אומהיימישע, נאך וואס די היימישע מארקעט האט זיך גאר שטארק צושפרייט.

שמילי טענה'ט אבער ווייטער, אז למעשה אין די פאדקאסט אינדוסטריע איז מען זייער געצוימט - אנקעגן די גוי'אישע אינדוסטריע - סיי די קלייענטעל איז היבש קליין און רוב נושאים אינטרעסירן נישט רוב עולם - וועלכע צוימט די אויסוואל פון נושאים אויפן ערשטן פלאץ, דאן איז דא דעם פראבלעם אז יעדע צווייטער מענטש וועלכע וואלט געקענט צוגעבן צו א שמועס האלט נישט ביים ארויפקומען - דער אלס כבוד און דער בשיטה. והעולה על כולם, זענען דא פאליטישע און קאנטראוועסיאלע נושאים וואס זענען בבל ישמע נאך איידער וואס-ווען-ווער, וואס נעמט שוין אוועק א באדייטענעם צאל סחורה פון טיש און עס מאכט אסאך שמועסן נישט אזוי רייך ווי עס וואלט געדארפט און געקענט באמת זיין (און וויאזוי עס איז אויף נישט היימישע פלאטפארמעס).


וואס איז אמאל זיכער איז אז ביידע פון זיי רעדן בהשערה און אנעקדאטאל (קיין דאטא איז דאך ממילא נישטא..), די שאלה איז אבער - צו אונז גייען און צו אונז קענען בכלל אמאל אנקומען צו אן ענליכן מצב ווי פארן קריג ווי דאס אידישע קולטור און מארקעט האט געשפרידעלט אויף א מאסיוון פארנעם?
דאס איז זיכער אז יעדע אידישע ביכל, CD, מאווי, האטליין, וואס קומט ארויס איז א טריט נענטער צו אזא מציאות.
די שאלה איז נאר צו די מציאות דעמאלס איז אויך געווען געבינדן דוקא מיט דעם אז עס איז געווען סעקולאר און זיי האבן געקענט גיין full force, אדער איז פיני ראאב גערעכט אז עס איז מעגליך למחצה ולשליש אנצוקומען צו א מצב איבערצונעמען דעם היימישן מארקעט מיט היימיש-אידישע סחורה?


אין דעם שאלה ליגט אויך דעם ברייטערן געדאנק צו עס לוינט צו אינוועסטירן אין אזאנע פלאטפארמעס ווי וויקיפידיע - עס איבערצוטייטשן אויף אידיש און מאכן מער צוגענגליך פארן היימישן עולם, און בכלל צו מ'זאל מפיץ זיין טיפערע, אינפארמאטיווע, און אקאדעמישע נושאים אויף היימישע פארמאטן - כדי צו פארמערן און עס אריינברענגען נענטער צום היימישן מארקעט?!

פון איין זייט טאקע ריקט מען זיך מער און מער צום דיירעקציע ווי אלס מער מענטשן האבן צוטריט און זוכן אזעלכע סחורה, פון די אנדערע זייט איז עס אבער בדרך כלל אזעלכע מענטשן וואס קענען ממילא ענגליש אדער האבן א קלענערע פראבלעם מיט נישט היימישע מאטריאל און פאר זיי איז עס מעגליך א שאד איבערצוטייטשן אדער אינוועסטירן דערין (די אידישע וויקיפידיע איז טאקע גאר שוואך כידוע).

וואס זאגט דער עולם לוינט זיך אדער לוינט זיך נישט?
איז דא גענוג א גרויסע קלייענטעל וואס גייט אפקויפן אזעלכע זאכן?
אויב נישט, קען מען קריעטן - אדער גייט עס אטאמאטיש געשען - און עס לוינט צו אינוועסטירן בכל אופן?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר