בלאט 1 פון 1
"פון יעצט" - נייע סי.די. פון הרב יואל ראטה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:16 am
דורך [NAMELESS]
אין די יעצטיגע טעג גייט ארויסקימען א נייע סי.די. פון די באקאנטע ראש ישיבה תפארת התורה
הרה"ג יואל ראטה שליט"א. ער אליינס גייט זינגען מיט די בחורים. מוזיק ביי פרייליך ארקעסטרע
(קרעדיט הארסי פון אייוועלט)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:46 am
דורך שמעקעדיג
פארן דעקל אליינס וואלט איך עס איינגעהאנדלט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:39 am
דורך ידען
און אויך נאר פאר פריילעך ארקעסטרע.
זעהט אויס ער איז געגאנגען יעצט צו זיין מער פראפעשענעל, אנדערש ווי די פריערדיגע טעיפס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:22 am
דורך אוי טאטי
גייט עס כאטשיג האבן אלע זיינע אלטע ניגונים ביז יעצט אויך?
גייט עס זיין צובאקומען אין געשעפטען?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:39 pm
דורך [NAMELESS]
דער יואל ראטה איז א חידוש עצום אין די האריזאנטן פון היימישן אומאפהענגיקן אידנטום, ער גייט נאך זיין הארץ און פייפט אויף נארמעס, ער איז נישט קיין גרויסע גאון, אבער ער איז א ראש ישיבה ביי די דרייסיג יאר פון זיבעציג בחורים, ער איז נישט קיין גרויסער מחנך, אבער ער האט שוין מחזק ומחיה געווען צענדליגער נפשות, ער איז נישט קיין גרויסער זינגער, אבער דא האלט ער שוין נאך א טעיפ ממנו ילמדו וכן יעשו. אשרי חלקו!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:41 pm
דורך לעמיל
נייע ניגונים אדער די אלטע וואס מ'זעיט אין אויף די כליפס זינגען מיט זיין ישיבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:08 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:דער יואל ראטה איז א חידוש עצום אין די האריזאנטן פון היימישן אומאפהענגיקן אידנטום, ער גייט נאך זיין הארץ און פייפט אויף נארמעס, ער איז נישט קיין גרויסע גאון, אבער ער איז א ראש ישיבה ביי די דרייסיג יאר פון זיבעציג בחורים, ער איז נישט קיין גרויסער מחנך, אבער ער האט שוין מחזק ומחיה געווען צענדליגער נפשות, ער איז נישט קיין גרויסער זינגער, אבער דא האלט ער שוין נאך א טעיפ ממנו ילמדו וכן יעשו. אשרי חלקו!
פון אזא מענטש רעדט מען!
מען רעדט כסדר פון מאכן א טשענדזש אין סיסטעם,
מען רעדט פון אריינגעבן א חיות אין אידישקייט,
ענדליך, איינער טוט צו דער זאך!
WAY TO GO
פון האקן און קראכן וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. אדרבה, די האקערס זענען עתידים ליתן את הדין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:25 pm
דורך בן תמליון
קופערניקוס האט געשריבן:דער יואל ראטה איז א חידוש עצום אין די האריזאנטן פון היימישן אומאפהענגיקן אידנטום, ער גייט נאך זיין הארץ און פייפט אויף נארמעס, ער איז נישט קיין גרויסע גאון, אבער ער איז א ראש ישיבה ביי די דרייסיג יאר פון זיבעציג בחורים, ער איז נישט קיין גרויסער מחנך, אבער ער האט שוין מחזק ומחיה געווען צענדליגער נפשות, ער איז נישט קיין גרויסער זינגער, אבער דא האלט ער שוין נאך א טעיפ ממנו ילמדו וכן יעשו. אשרי חלקו!
איך וואלט צוגעשטימט אז ער איז א חידוש א רעוואלטירער וואס פייפט זיך אויף די צוגעגעסענע כאלאזן און פראבירט פריש אייגנס, אבער פון די צווייטע זייט איז זיין מהלך אזאנס וואס וועט אונז גארנישט ברענגען פאראויס ער שטופט דעם באשעפער מיט ברעסלאוו שיק מיט מקוואות אין יוטוב מיט ווייסיך וואס. קיין שום טיפערס אדער מחשבה. עס קומען צו מיין טיר באחנטע בחורים פאר צדקה איך גיב א דאלאר און פלוצלונג וואקסט ארויס א קונטרס פון שיק מיט א סי די פון יואליש ראטה מיט מרה שחורה ניגונים איך וויל זיין א צדיק און אומאן ראש השנה. אי משום הא וואלט איך ענדערש געוואלט מיין בחור צו בלייבן ביי ר' זלמן'ען אדער זיין ברודער און טאנצן אויף די ברענטשעס ובכן צדיקים ווען ער ווייסט עס איז בלויז א געים ווי די היפי קרעפ ער זאל גלייבן אין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
טאנצן אויף זייערע ברענטשעס געציילטע שעות א יאר וועט נישט טון די טריק.
מען דארף אריינברענגען א חיות אינעם טאג-טעגליכן הלוך-ילך.
אפשר טוט ער נישט אינגאנצן ריכטיג, אבער ער טוט.
זאל מען זיין ברעסלאוו, זאל זיין בארדיטשוב, איי דאונט קעיר (אקעי, נישט העלבראנץ...),
בעיקר זאל מען בלייבן א איד, מיט א טעם דערין, נישט זוכן שפעטער אין פרעמדע פעלדער און זיך אפרעדן אויף אידישקייט.
אבי דער בחור שפירט א טעם אין א אידישקייט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:51 pm
דורך משה געציל
בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט צוגעשטימט אז ער איז א חידוש א רעוואלטירער וואס פייפט זיך אויף די צוגעגעסענע כאלאזן און פראבירט פריש אייגנס, אבער פון די צווייטע זייט איז זיין מהלך אזאנס וואס וועט אונז גארנישט ברענגען פאראויס ער שטופט דעם באשעפער מיט ברעסלאוו שיק מיט מקוואות אין יוטוב מיט ווייסיך וואס. קיין שום טיפערס אדער מחשבה. עס קומען צו מיין טיר באחנטע בחורים פאר צדקה איך גיב א דאלאר און פלוצלונג וואקסט ארויס א קונטרס פון שיק מיט א סי די פון יואליש ראטה מיט מרה שחורה ניגונים איך וויל זיין א צדיק און אומאן ראש השנה. אי משום הא וואלט איך ענדערש געוואלט מיין בחור צו בלייבן ביי ר' זלמן'ען אדער זיין ברודער און טאנצן אויף די ברענטשעס ובכן צדיקים ווען ער ווייסט עס איז בלויז א געים ווי די היפי קרעפ ער זאל גלייבן אין.
מען רעדט דאך דא פון בחורים וואס האבן נישט מצליח געווען ערגעץ אנדערשט, און ווי איך פארשטיי זענען זיי אויך נישט גיין גרויסע בעלי מחשבות, סא הא קעירס? אויב טאנצן, שפרינגן, זינגן, מאכט זיי פרייליך און האלט זיי ביי אידישקייט, זאלן זיי טאנצן אויף איין פיס באשמורת הבוקר און שרייען בקול רם, ק קא קאק קאקא קאקאר קאקארי קאקאריק קאקאריקא!
איך קען א טאטע וואס קלאגט נעבעך אז זיין בחור׳ל איז מלובש בתכלת און פארט אויף אומאן, טאטע זיסער דו ווייסט דאך יא אז ווען נישט אומאן וואלט ער אינגאנצן נישט געדאווענט ר״ה, ווען נישט תכלת וואלט ער אינגאנצן קיין ציצית נישט געגאנגן. הייב אויף דיין צוויי הענט און דאנק דעם פון אויבן וואס האט דיר געהאלפן אז אזא איינער ווי יואלי ראטה איז ארויסגעוואקסן און ער האט געראטעוועט דיין בחור! פריי דיך ביז גאר אז ער פארט כאטש אויף אומאן!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:40 pm
דורך אבי גערעדט
עס איז א אלטע (אלטע? לאו דוקא, אזוי אלט ווי די ישיבה איז) פארפלאנטערטע דעבאטע, ויש צדדים לכאן ולכאן.
אבער דאס איז הכל מודים, אז עס איז דא בחורים וואס זענען דארטן אריינגעפאלן משום איזה סיבה שהוא, אין זיי וואלטן ווען באמת געקענט אויסוואקסן לייטישע נארמאלע חברה, אבער זינט זיי זענען אנגעקומען אהין, וואס דארט איז מער ווייניגער כל באיה לא ישובון, זענען זיי פארפאלענע לייט, ערשט-קלאסיגע היפיס וואס האבן זיך גארנישט צו שעמען פון די נ-נח'ס אין פרענקען שבאיזראעל, דאס איז זיכער א געוואלדיגע ווייטאג.
אבער, פאר די בחורים וואס ער ראטעוועט פון די גרס, איז זיכער אז עס קומט אים כל הכבוד, איך רעד נאר פון בחורים וואס זענען נישט קיין קעיסעס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל, הייליג גערעכט!
יעדעס ווארט איז שפתים יישק.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:45 pm
דורך נפתלי
משה געציל האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט צוגעשטימט אז ער איז א חידוש א רעוואלטירער וואס פייפט זיך אויף די צוגעגעסענע כאלאזן און פראבירט פריש אייגנס, אבער פון די צווייטע זייט איז זיין מהלך אזאנס וואס וועט אונז גארנישט ברענגען פאראויס ער שטופט דעם באשעפער מיט ברעסלאוו שיק מיט מקוואות אין יוטוב מיט ווייסיך וואס. קיין שום טיפערס אדער מחשבה. עס קומען צו מיין טיר באחנטע בחורים פאר צדקה איך גיב א דאלאר און פלוצלונג וואקסט ארויס א קונטרס פון שיק מיט א סי די פון יואליש ראטה מיט מרה שחורה ניגונים איך וויל זיין א צדיק און אומאן ראש השנה. אי משום הא וואלט איך ענדערש געוואלט מיין בחור צו בלייבן ביי ר' זלמן'ען אדער זיין ברודער און טאנצן אויף די ברענטשעס ובכן צדיקים ווען ער ווייסט עס איז בלויז א געים ווי די היפי קרעפ ער זאל גלייבן אין.
מען רעדט דאך דא פון בחורים וואס האבן נישט מצליח געווען ערגעץ אנדערשט, און ווי איך פארשטיי זענען זיי אויך נישט גיין גרויסע בעלי מחשבות, סא הא קעירס? אויב טאנצן, שפרינגן, זינגן, מאכט זיי פרייליך און האלט זיי ביי אידישקייט, זאלן זיי טאנצן אויף איין פיס באשמורת הבוקר און שרייען בקול רם, ק קא קאק קאקא קאקאר קאקארי קאקאריק קאקאריקא!
איך קען א טאטע וואס קלאגט נעבעך אז זיין בחור׳ל איז מלובש בתכלת און פארט אויף אומאן, טאטע זיסער דו ווייסט דאך יא אז ווען נישט אומאן וואלט ער אינגאנצן נישט געדאווענט ר״ה, ווען נישט תכלת וואלט ער אינגאנצן קיין ציצית נישט געגאנגן. הייב אויף דיין צוויי הענט און דאנק דעם פון אויבן וואס האט דיר געהאלפן אז אזא איינער ווי יואלי ראטה איז ארויסגעוואקסן און ער האט געראטעוועט דיין בחור! פריי דיך ביז גאר אז ער פארט כאטש אויף אומאן!
גערעכט
אבער בן תמליון האט זיך באצויגן צו שמעקעדיג'ס תגובה אז ענדליך טוט שוין איינער צו דער זאך מיינענדיג אז דאס איז די וועג פאר דעם אלגעמיינם ציבור אויך
אלו ואלו דברי שלום ואמת, הא לן והא להו
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:38 pm
דורך דולה ומשקה
איין גרויסע צומישענישט פערצן יעריגע בחורים אינאיינעם מיט צוואנציג יעריגע, אלעס אינאיינעם זינגטס: "האב רחמנות אויף מיין נשמה..."
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:56 pm
דורך שמייכל
איך האב שוין געהערט די רעקארדעד רידעם פון פריילעך מיט א שטיק צייט צוריק, וואס זאלעך אייך זאגן, די חברה טויגן, כ׳ווייס נישט וויפיל זיי האבן באקומען באצאהלט ביי דעם דאזיגן אלבום, זינט יואל ראטה איז נישט באקאנט אלס א רוטשילד אייניקל, אבער מיט דעם אלעם האבן זיי געשפילט אזוינס פראפעשינאל, אזש אין געוויסע פלעצער קען זיך דוכטן אז מען הערט די איזראעילי רידעם, דער נחמן דרייער האט דאך אזוי שטארק אדאפטעד סינגולדה׳ס גיטאר סטייל אזש מ׳דערקענט באלד נישט קיין חילוק, און ווער רעדט נאך פון הערשקאוויטש און שרייבער, זיי האלטן זיך אזוי טייט אינאיינעם ווי כאילו זיי וואלטן געאטעמט פון איין פייפ...
איז מוזיק ווייז ווייסעך שוין, יעצט זינגען ווייז ווארט מען נאך צו הערן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:07 pm
דורך חאצקל
גערעכט, שרייבער איז גאר גרויס אין דראמען, אבער צו מעכאניש און קאלט, אזוי ווי רוב אמעריקאנער מוזיקאנטן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:15 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:גערעכט, שרייבער איז גאר גרויס אין דראמען, אבער צו מעכאניש און קאלט, אזוי ווי רוב אמעריקאנער מוזיקאנטן
וואס קענסטו טוהן אז גאנץ פריילעך איז געבעיסט אויף די אמעריקאנע סטייל, זיי שפילן אסאך Fusion און Pop, אבער ווען זיי ווילן דוקא קענען זיי שפילן אויפן האר ווי די איזראעילי רידעם, פארגעס נישט, זיי זענען אלע אויפגעוואקסן מיט די איזראעילישע מוזיק, דאס האבן זיי אויסגעהערט אין זייערע קינדערישע יאהרן, אלע משה גאלדמאנס טעיפס האבן זיי געקענט אויסענווייניג פונקט ווי דו...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:20 pm
דורך חאצקל
דער מעלה פון דער איזראעלי רידעם איז נישט נאר דער טעכנישער טייל, עס האט אין זיך נשמה און טעם, וואס דאס מיין איך אז פרייליך קען נישט נאכמאכן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:27 pm
דורך שמייכל
הארציגקייט האט פריילעך אויך, נאר ווי דו האסט שוין דערמאנט - זיי ציהלן נישט אזוי ווייט צו זיי הארציג ווי צו זיין פראפעשינאל און פונקטליך, אראפצולייגן יעדע סטייל כדבעי, צו דאס איז Bossa Nova צו Funk א.א.וו.
בד"וו - נחמן דרייער האט א געוואלדיגע הארץ אין זיין שפילן, און געראדע מענדי הערשקאוויטש האט אויך נישט פיינט א ווארים שטיקל מוזיק לויט ווי איך קען אים, די מעשה איז נאר אז היינט צוטאג איז שוין ביי די גוי׳אישע וועלט אויך כמעט אינגאנצן אפגעפרעגט ווארימע (ראמענטיק) מוזיק, אלעס ווערט קעלטער און פארגרעבטער, די קלאסיקעל וועלט וועלכע איז געווען אמאל ריזיג גרויס איז היינט אויסגעשפילט אין רוב וועלט׳ס אויגן, אפילו דזשעס וועלכע איז אויך נאך געווען אין כלל פון מוזיק מיט געפיהל ווערט אויך קלענער און קלענער, אזוי אז די היינטיגע דזשעס פערפארמערס שפילן מער Fusion און Modern Jazz וועלכע פארמאגט אסאך ווייניגער ווארימקייט ווי די אמאהליגע Traditional דזשעס פון פופציג יאהר צוריק.
בעק טו יואלי ראטה׳ס אלבום...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:15 am
דורך הדד בן בדד
מען רעדט דאך דא פונעם אלבום און נישט פון יואלי'ן אליינס.
די אלע ניגונים, ווי אויך דער גאנצער מענטש און זיין קאמפאני, סערווירט פאר א געוויסער טיפ, א געוויסער עלעמענט, וועלכע זוכט די סארט ווארימקייט, און קיין טראפל טיעפקייט, פלאטשיק אזוי ווי עס קען נאר ווערן, אבער פאר וועמען עס פעלט אויס, איז דאס גוט. ווי שוין ערווענט דא, איז טאקע א שאד אויף די וואס וואלטן יא געהאט א תכלית ערגעץ אנדערש, אבער אזוי גייט עס, יעדער מהלך שלעפט מיט מיט זיך אזעלכע וואס וואלטן בעסער אנגעקומען ערגעץ אנדערש.
יא, די דעקל און זייער שיין, און רעדט טאקע צו די סארט מענטשן, אדער צו דעם טייל אין הארץ, אפילו ביי געווענליכע מענטשן, און ער גייט מסתמא פארקויפן אסאך קאפיס נאר וועגן דעם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 3:53 pm
דורך קווארטין
כ'גיי נישט אריין אין זיין גענג-מהלך-ישיבה, יו נעים איט, אבער וועניך פאל אמאל אריין צו זיינס א מוזיק קליפ, שפיר איך עפעס א היימישקייט, ס'רעדט צו מיר, סיז ווי איינער צו זאגן "ווי אר אלל אין די סעים באוט", עט א סערטעין פוינט, אינקלודינג דער ראש ישיבה זעלבסט ( ער איזעך דאך כולל, ניין?) פארשטייטזיך, דאסיז מיין פערזענליכע פילינג. (נישט אויף יענעם, "ועמך כולם צדיקים".)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:20 pm
דורך לעמיל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 4:01 am
דורך שמן למאור
א נייע קליפ פון יואלי ראטה מיט זיין ישיבה.
נאך איינער האט זיך דערמאנט פון די KKK?
https://youtu.be/_wGZ6jVYH5Q