ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה

שליחה דורך הבל וריק »

פון וואנעט דער טראדיציע איז ארויסגעקומען, ווייס איך נישט. אבער קלאר איז דאס אַן אנגענומענע ביי אלע שיכטן צוגלייך, אז א פדיון הבּן איז א טראַסק אזא.
ס׳מאָנט עפעס א פיל שענערער אווענט, ווי דער מאנומענטאלער ברית מילה, וואס איז דאס נידריגסטע פון אפצייכענונגען, וואס חרידיזם האט צו אָפערן.
צווישן דאס ווייגעשריי פון א מאלצייט, וואס באַשטייט פון א שטיקעלע מייער'ל אויף א שטייפן געפילטע, און ס'ביליגסטער פאָרעם פון פארפליישונג, אין א קוריאז באשטימטער צייט נאך אויך - דער צופרי, וואס איז פון די טומלדיגסטע קאפיטאליסטישע שטונדן, האט זיך דער גאר סימבאלישער אידישער טהאַט דערקייקלט צו א מצב, אזש די פאמיליע האלט זיך מער נישט ביים באטייליגן געהעריג אפילו. אויס חוב איז זי געווארן, די איינע שמחה, דער סעודת ברית; וואס איז גראדע א סילווערליינינג, ווייל די אנדערע טרויעריג בארימטע שמחות, זענען טאקע א גענצליכער יאָך היינטצוטאגס.

דאס אפּזיצן אונטן אין סעלישׁ איבער א שאנדע פון א טשיקן פּאָרציע און א פרומע גלעזל סאָדא, אויף א רויטן מיטוואך נאכט, האט פארלוירן דעם טעם, תרתי משמע. נישט קיין מאלצייט און נישט קיין פארברענג איז עס. שטומע שוואגער'ס שפּילן מיט עסצייג, קלאצענדיג אויף א שוואכן שפּילער מיט א ווייעך הארץ, וועמען קיינער איז נישט גענוג ברוטאל-געטריי איינצומעלדן אז ס'וועט פון בלויז געפיל און ס'ביסל קרליבאך ידע זיינער, קיין פרנסה נישט ווערן. איז ער א פּאנזי סקעם אזא. אלף-בית פון א ביזנעס האט ער נישט, נעמליך, צוויי-מאליגע קונדן.
בלויז איינמאל קען ער גערופן ווערן צו א שמחה.
נאר די וואס ווייסן נישט, נעמען אים.

וואס דער שפילער טוט יא בשלימות, איז ערלעידיגן, מיט די הילף פון די איבערגעשטרענגטע ספּיקער, אז קיין געהעריגע שמועס זאל זיך נישט קענען פארמירן.

און אז שוין יא א שמועס, איז שטענדיג איינער צו צוויי פארהאן, וואס זענען צו א שרעקליך איינזאמע נאכט פאר'משפט, נישט קיין חילוק ווי רײַך די שמחה, ווייל מען איז נישט וויליג געווען זיך ביליג צו מאכן מיט 'כאפן א פלאץ' אדער גיין אזוי ווייט ווי אויפרייסן א אומשולדיג בּילקע, פאר א צייכן. זיצט ער אליינס אויף א טיש, מיט אומבאקאנטע בעטלער, און אן מאדנעם עלטער פעטער, וואס גנב'עט עסצייג.
מעג ער ענטפערן וויפיל מעסעזשעס ער וויל אויף דעם פארנומענעם טעלעפאן זיינעם - אהן רעסעפציע, קען ער א גאנצן אפיס פירן זאגאר, און קיינער וועט אים נישט באמערקן, אדער זיך קימערן מיט אים.

און אזוי קוקן טאקע אויס די פדיון הבן'ס, וואס איז פון דאס שענסטע ביי די אונגארישע בעלבוסטעס - די מאמעס פון די וואָנטעד בית רחל מוידן - די צוקונפֿטיגע "בעלבוסטעס" - א טיטל, וואס אנדערע שילערין'ס, געלערענטערע פון זיי, קענען נישט ערייכן.
א בית רחל מיידל נאך אלעם, איז מיט-עס, 'וויט-איט', זענען הכל מודים, און מיט הכּל מיין איך וויליאמסבורגע, געוויס.
קענען זיי אפשר נישט קיין פסוק חומש, אדער א שטיקל אידישקייט, ווי די סעמינאר גראדואירער, זענען נישט אזוי פשוט און צופרידן ווי די מאנסי'ער, נישט אזוי תורה'דיג און אידיאליסטיש ווי די לעיקוואדע, אבער זיי זענען ברייט. "זיי פארנעמען מער", זאגן די פארשטייער, די הערשעלע ווייסער.
זיי לאזן די מענער 'ארויסגיין עסן' אין מאנהעטן, אויף גרינע דינסטאג'ס. זיי פּעגערן נישט ער זאל אן אות אחת לערנען, כדאי צו פירן א אידישן שטוב, ווי די אנדערע פארלאנגעדיגע 'חאָשובע' אידענעס.

נאר איין זאך פארלאנגען זיי. קאנטרי, און אביסל קליידונג כמשפט הבנות. מ'קען דאך נישט לאזן ארומלויפן די קינדער בארוועס אין די פאראיאריגע קליידער.
און געוויס אז מ'גייט אין קאנטרי, מיט דעם אויסדערוועלטן קראַוד נאכדערצו, וואס האבן זיי קוים מיט פראטעקציע אנגענומען, איז נישט מער ווי מענטשליך זיך צוצושטעלן.

אויך דאס ווילן זיי טאקע - די בית רחל, נעמליך, א שיינע שמחה.
נאך א פארנומענע פּאָר וואכן פון בעפארברייטונגען און פארמאלע איינלאדענונג, אפגעזעהן די זאַל צו דער אפצייכענונג, איז זי, די געוויינטליכע, פשוטע, פאַרזעהניש פון ליע עוועניו, אין שענסטע און בעסטע אנגעטוהן, אויסגעפיצט ווי א חופה באגלייטערין, אפנעמענדיג די מזל טוב'ס, פאר איר פערטע זוהן מושי'ס בכור, צום פערדן מאל זינט די געבורט.

אומוויסנד איבער דעם באדייטלאזן פראצעס, שטייען זיי דא, אריבער די מחיצה גרעניצן, גרייט פארן צערעמאניע, באטראכטנדיג דעם קנאבּל און צירונג וואָגעלע, מיט א חרדישע ערנסטקייט לדבר מצוה.

פונעם פאפולערע דעת בעל הבית איז דער פדיון א קנאפע שמחה, וואס קומט שוין אזוי אויך נאך רייע פּיסט ליידיגע מזל טוב'ס ביי קורצע זכור'ס אין בלאס טויטע עפטער-האוער שוהלן, לאנגע וואכנאכט'ס אין צוקוועטשטע דיינינג רום'ס, און דער פארשוועכטער ברית צום לעצט.
איז דער שמחה נישט איבעריגעס רירנד אויפן הארצן פון א נארמאלע מענטש.

ס'מעג דער אויסלייזער אליינס - דער קליינע טאטע מיטן הויכן מיללער שטריימל אהן א עול, פּילעווען איבער זיינע חיובים, מיט א לענגערע פשעטל איבער די שוין אויסגעפלאַסטערטע צדדים פון דעת מקנה און שלוחו של אדם כמותו, מיט אזאנע ברענד נעים מפרשים ווי קצות און ר' שמעון, און עס מעג אפילו דער גוט פאָרגעקוקטער כולל ברודער - א פרישער שפעקולירער איבער'ן עולם המעש און איר באדייט, נאך א צאל לעהרע יאר אויף קעסט - די באהאלטענע פנימיות פונעם מצוה ערקלערן, מיט טרעפליכע שילובים, אויף די צופעליגע צוזאמשטויס מיט פסח שני, אבער קיין סאך ווירקט עס נישט אויפן ארעמען סענטימענט.

איז דער פדיון הבן, וואס איז בעצם אויפן זעלבן שטאפל ווי ס'אפשערן, איבערגעשטיגן די בר מצוה אפילו, און אמפּערט זיך פאר אן אייניגן פלאץ מיטן כמעט פארגעסענעם סיט-דאון תנאים, וואס האט גראדע פונקט פון דער בּלוי ארויס, דאס פּאפולעריטעט פארלוירן, אויף א דראסטישן פארנעם, אין די לעצטע צעהן יאר.

איז זי אויך צו די אויפשטייג פונעם אינטערנעט, א קרבן געפאלן. מ'ברויך שוין נישט קיין שמחות היינט צו פארברענגן אדער סאציאליזירן, און מ'מאכט זיך אליינס פארברענגען'ס, וואס זענען טאקע יא איינגענעם, יא נאטורליך, יא אינטערסאנט, והעיקר - פון גוטן ווילן, נישט כאילו כפאו.

זי הינקעט טאקע אויך די פדיון, און איז שוין אויך באלד אן אנדענק פון אן אמאליגע וועלט, וואו אזא פארשווענדעטע אווענט האט נאך א פלאץ געהאט, פאר אפּאר פארבליבענע מינוט, ווי די מענצער חתונות פון יענע יארן.
קען מען נאך אריינכאפן די שמחות דאס ביסל יארן, ביז די טויערן פון בנין בראך וועלן זיך צונויפברעכן פון די שווערע מענטשן געדרענג, וואס די טעגליכע לחיים'ס און וועכענטליכע קעדיישים, וועלן נאך אנברענגן בע"ה, וואס דאן וועט קיין שריד פון דעם שמחה שוואוילטאג נישט פארבלייבן.

אדער נישט, און איך וועל שטענדיג דער פאר'משפט'ער שוואגער בלייבן, וואס קלאצט אין דער וויסטעניש, איבער א ברייטן טעלער מיט א כזית פארשפייז, אינמיטן טאג, אין א נייעם, איבעריג באלאכטענעם וויליאמסבורגער קעלער, און דאס פארשרייבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר