דעמאקראטיע געענדיגט?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 801
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2517 מאל

דעמאקראטיע געענדיגט?

שליחה דורך אלפא »

עס איז נישט קיין נייעס, זיכער נישט קיין סוד, אז דעמאקראטיע איז אין דר'ערד! די סלאגאן גייט שוין זאגאר צוריק אפאר יאר.

די פראבלעם איז אבער אז איך בין אביסל צומישט, ווייל מ'הערט דעם סטעיטמענט פון צוויי פארקערטע ריכטונגען און מיט צוויי פארקערטע 'דעמאקראטיעס' אין קאפ.

די דעמאקראטן שרייען פון דעי וואן אז טראמפ איז 'א סכנה פאר דעמאקראטיע', און אויב האט זיי נאך עפעס אויסגעפעלט - האט JAN 6 עס גאר קאנפירמירט.

פון די אנדערע זייט שטייען רעפובליקאנער און שרייען אז 'דעמאקראטיע איז געענעדיגט' און דאס פאליטיזאציע און וואפאנעזאציע פון דעם יוסטיץ סיסטעם איז די גרעסטע אנדייטונג דערפאר.

אויב מ'קען מיר ארויסהעלפן ביטע: וואס איז דאס 'דעמאקראטיע' פונקטליך, און וויאזוי איז עס אין סכנה אדער געענדיגט מיט די פראפאזיציעס וואס מ'שטעלט פאר?



נאר איידער מ'ענטפערט, דארף מען קלאר שטעלן אז אין דעמאקראטיע אליין זענען בעצם דא זייער אסאך וועריאציעס און נקודות, צ.ב. קיין איין לאנד האט נישט באמת קיין 'ריינע דעמאקראטיע' ד.מ. אז איבער יעדע החלטה שטומט די גאנצע עולם, נאר ענדערש זענען דא 'רעפרעזענטיטיוו' אדער 'פארלימענטערי' דעמאקראטיעס אין די פלעצער ווי מיר באצייכענען 'דעמאקראטיש'.
דאן איז פשוט אז נישט אין יעדע לאנד וואו עס זענען דא וואלן איז עס בהכרח א 'דעמאקראטיע' (ע"ע רוסלאנד, כינע, איראן, וכו'.) און מ'דארף קענען מחלק זיין דערצווישן.
עס איז אויך וואר אז אין אמעריקא אליין איז נישט דער עולם למעשה די וואס איז מחליט דעם פרעזידענטשאפט - נישטאמאל ווענדט זיך עס אין די פאפולאר שטומען כידוע.
מען דארף אויך נעמען אין אכט אז 'געזעץ און סדר' לויט ווי מיר קענען עס, ווי אויך דאס גאנצע אויסשטעל פון די דריי ברענטשעס אוו גאווערמענט, צוזאמען מיט דעם געדאנק פון א קאנסטיטוציע, פרידאם אוו ספיטש, א פרייע מידיע, און איבערזיכט - דאס אלץ איז א חלק פון וואס מיר באצייכענען 'דעמאקראטיע' אין דעם קאנטעקסט.

איז ווען ס'קומט צו ענטפערן מיין שאלה, פון איין זייט דארף מען טאקע נעמען די אימפליקאציעס פון אזא איינער (וואס מאנכע קוקן אן) אומסטאביל און גענוג א גרויסע עגאאיסט צו זיין גרייט אונטערצוהאקן 'דעמאקראטישע אינסטיטוציעס' - וויאזוי דאס 'ברענגט אונטער דעמאקראטיע'?!, ולאידך גיסא, טאקע אויב זענען די אינסטיטוציעס קארופטירט און זיי זענען דא מיט א וואפאנירטע ציל אונטער צו ברענגען איינעם בלויז לשם נקמה/קעגנער וכדו' - צו דאס איז נישט קיין 'סוף צו דעמאקראטיע.

און חוץ פון אויסשמועסן די טענות וראיות צו יעדע צד, איז אויך אינטרעסאנט זיך אליין צו פרעגן, נניח מ'איז גערעכט (יעדער כלפי זיינע ארגומענטן) לגבי די פאטענציאלע אדער עקזיסטירענדע פראבלעמען פאר דעמאקראטיע - וואס קען דעמאקראטיע אליין טון כדי דאס אפצוהאלטן? וועלכע געצייג זענען דא אינעם דעמאקראטישן ארסאנעל דאס צו פארמיידן פון זיך אליין אונטערברענגען? און אויב איז טאקע נישטא קיין טאאלס - וויאזוי דארף מען צוגיין דערצו? און וויאזוי פארלאנגסטו פון דיין קעגנער צוצוגיין צו אזא מצב ווען ער שפירט אזוי און דו ביסט נישט מסכים?

אין אנדערע ווערטער, איז עס אז דעמאקראטיע האט געוויסע פראבלעמען וועלכע באדראען איר עקזיסטענס (טראמפ/קארופטירטע אינסטיטוציעס), אדער איז עס מעגליך די עצם פאקט אז האלב אויף האלב אין אן אנגעבליכע דעמאקראטיע קענען זיך נישט פאראייניגן איבער יסודות'דיגע נקודות - וואס איז די 'ענדע פון דעמאקראטיע'? ובכל אופן צו עס איז דא א וועג ארויס - אויף א וועג וואס די קעגנער האט אויך א טשאנס צו דערהערן?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר