בלאט 1 פון 2

ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
אין די לעצטע פאהר חדשים איז אנטיסעמיטיזים אין די וועלט ארויף מיט א שטאפעל אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן א לאנגע צייט (זייט די צווייטע וועלט מלחמה?)

מ׳דארף זיין זייער קליינקעפיק עס אויסצוטייטשן אלץ א בלויזע רעאקציע צו די מלחמה אין א״י.. ס׳זיכער אז די אנטיסעמיטיזים האבן פשוט געטראפן א וועג ארויסצווייזן זייער באהאלטענע האסע וואס זיי האבן אקעגן יודן אייביג געהאט

פון די אנדערע זייט איז Jewish pride ארויף אפאהר שטאפלען אין רעאקציע צו דעם

אלץ איינע וואס האלט זיך היבש ״אויפגעקלערט״ און open minded האביך אין די פארגאנגענהייט אנגעקוקט די גאנצע ״proud to be a Jew״ אזא פארמאכטע וועג פון טראכטען, יומעניטי ווערט צוביסליך איין גרויסע קולטור, שטייטלעך און צעביסלעך קאנעקטען מיר זיך אלע אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען שייך אמאל, מ׳אדאפטירט די גוטע איידיעס פון די אנדערע קולטורן, יעדע באשטייערט צום יונעווריסעל יומעניטי קולטור וואס האט זיי געהאלפן סערווייוען און סטרייווען, און די גאנצע איידיע אז ״אונזער״ קולטער אדער העריטעש איז עפעס מער ספעציעל ווי א צווייטע האלט נאר צוריק דאס צאמשמעלצן וואס געשעט.

למעשה, סוכ״ס ווערן אונז דערמאנט יעדע שטיק צייט אז מ׳איז נאכנישט אינעם עולם השלם, ס׳איז נאכאלץ דא גוטס און שלעכטס, ביזט א יוד און מ׳האט דיך נאכאלץ פיינט- ליין: jealous - און ווי אזוי איך קוק עס אהן איז עס טאקע דערפאר ווייל אונזער קולטור האט אזויפיל בייגעשטייערט צום יומעניטי און אונז האבן אזויפיל צו שטאלצירן, און נאכמער צוצוגעבן צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ

אשר על כן שריי איך אויס איי עם פראוד טא בי עי דשוי!

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm
דורך דערהויבענע איד
הודו לה', מי טו!!


די אחדות און די גמילות חסד מאכט מיך פראויד צו זיין א איד. ס'ליגט אין די אידישע DNA צו טון חסד.


אפאר יאר צוריק האב איך באקומען אן הלואה פון Hebrew free loan פון פופצן אלפים, פון פרייע אידן! ס'איז פשוט אונזער נאטור צו געבן, אפילו פאר איינעם וואס מ'קען נישט, אפילו פאר איינער וואס זיי לכאורה דיסעגריען מיט מיר מער ווי עגריען מיט מיר, פשוט אז יענער זאל קענען קויפן א הויז....אנבעליבעבל.



יעצט צו די אלע אויפגעקלערטע שטיבעליסטן, איך האב נישט געזאגט אז אין קיין איין אנדערע פאלק איז עס נישטא, ס'קען זיין אז יא, כ'רעד פון וואס ס'איז יא דא ביי אונזער פאלק

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:16 am
דורך yesiknow
שמא קגרים "דערהויבענע יוד" יעצט פארשטיי איך די גמרא רבי בדיק בשמיה.
האסט שוין באצאלט כאטשיק... מאך א קידוש השם פאר די "פרייע " יודען

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:31 am
דורך אלע צוזאמען
פאעזיע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 pm
אלץ איינע וואס האלט זיך היבש ״אויפגעקלערט״ און open minded האביך אין די פארגאנגענהייט אנגעקוקט די גאנצע ״proud to be a Jew״ אזא פארמאכטע וועג פון טראכטען, יומעניטי ווערט צוביסליך איין גרויסע קולטור, שטייטלעך און צעביסלעך קאנעקטען מיר זיך אלע אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען שייך אמאל, מ׳אדאפטירט די גוטע איידיעס פון די אנדערע קולטורן, יעדע באשטייערט צום יונעווריסעל יומעניטי קולטור וואס האט זיי געהאלפן סערווייוען און סטרייווען, און די גאנצע איידיע אז ״אונזער״ קולטער אדער העריטעש איז עפעס מער ספעציעל ווי א צווייטע האלט נאר צוריק דאס צאמשמעלצן וואס געשעט.
דאס איז אזוי נישט אמת, טאקע, דע אינדיאנע טרייב אין די הויכע טיבעטן בערג מישט זיך אויס, מיט וועם פונקטליך?
גאנץ אזיע און דריי פערטל אפריקע איז אנגעפולט מיט מאדנע גלויבונגן און פארשידענארטיגע קולטורן, וואס רירן זיך נישט קיין כל שהוא פון זייערע געצין-דינעריי, אבער אונז אידן זאלן זיך טוישן.
אפילו די רוצח’ישע שמאטע קעפ ישמעאל’ים האלטן זיך ביי זייער 1400 יעריגע מסורה, און פרובירן זאלסטו זיי צו אסימילירן, מיט א קאפ קורצער וועט יענער ווערן.

די מין ’’אויפגעקלערטקייט’’ איז די גרעסטע פארמאכטקייט וואס מ’האט נאר געזען.
Welcome to the IAmAProudJew club.

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:12 am
דורך שאלתיאל
וואס האט זיין שטאלץ מיט דיין העריטעדש און קולטור מיט פארמאכקייט? כדי צו זיין יוניווערסל דארף מען אויפגעבן דאס אייגענע איידענטיטי?

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:46 am
דורך דערהויבענע איד
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:12 am וואס האט זיין שטאלץ מיט דיין העריטעדש און קולטור מיט פארמאכקייט? כדי צו זיין יוניווערסל דארף מען אויפגעבן דאס אייגענע איידענטיטי?

היינט אין די מערב וועלט איז נישט פאפולער צו זיין נאציאליסטיש, נאר צו זיין גלאבאל.

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:47 am
דורך [NAMELESS]
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:12 am וואס האט זיין שטאלץ מיט דיין העריטעדש און קולטור מיט פארמאכקייט? כדי צו זיין יוניווערסל דארף מען אויפגעבן דאס אייגענע איידענטיטי?
אויב דיין איידענטיטי איז דיין העריטעדש און קולטור איז די גאנצע איידיע פון א יונערווערסעל קולטור א סתירה ווייל די איידיע איז צו טוישן

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:48 am
דורך דערהויבענע איד
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:31 am
פאעזיע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 pm
אלץ איינע וואס האלט זיך היבש ״אויפגעקלערט״ און open minded האביך אין די פארגאנגענהייט אנגעקוקט די גאנצע ״proud to be a Jew״ אזא פארמאכטע וועג פון טראכטען, יומעניטי ווערט צוביסליך איין גרויסע קולטור, שטייטלעך און צעביסלעך קאנעקטען מיר זיך אלע אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען שייך אמאל, מ׳אדאפטירט די גוטע איידיעס פון די אנדערע קולטורן, יעדע באשטייערט צום יונעווריסעל יומעניטי קולטור וואס האט זיי געהאלפן סערווייוען און סטרייווען, און די גאנצע איידיע אז ״אונזער״ קולטער אדער העריטעש איז עפעס מער ספעציעל ווי א צווייטע האלט נאר צוריק דאס צאמשמעלצן וואס געשעט.
דאס איז אזוי נישט אמת, טאקע, דע אינדיאנע טרייב אין די הויכע טיבעטן בערג מישט זיך אויס, מיט וועם פונקטליך?
גאנץ אזיע און דריי פערטל אפריקע איז אנגעפולט מיט מאדנע גלויבונגן און פארשידענארטיגע קולטורן, וואס רירן זיך נישט קיין כל שהוא פון זייערע געצין-דינעריי, אבער אונז אידן זאלן זיך טוישן.
אפילו די רוצח’ישע שמאטע קעפ ישמעאל’ים האלטן זיך ביי זייער 1400 יעריגע מסורה, און פרובירן זאלסטו זיי צו אסימילירן, מיט א קאפ קורצער וועט יענער ווערן.

די מין ’’אויפגעקלערטקייט’’ איז די גרעסטע פארמאכטקייט וואס מ’האט נאר געזען.
Welcome to the IAmAProudJew club.
מ'רעדט אבוויעסלי פון די מערב וועלט לענדער און קולטור, און די שמאטע קעפ ישמאלים זענען טאקע נישט קיין חלק פון די שמאלץ טאפ.

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:53 am
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:31 am
פאעזיע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 pm
אלץ איינע וואס האלט זיך היבש ״אויפגעקלערט״ און open minded האביך אין די פארגאנגענהייט אנגעקוקט די גאנצע ״proud to be a Jew״ אזא פארמאכטע וועג פון טראכטען, יומעניטי ווערט צוביסליך איין גרויסע קולטור, שטייטלעך און צעביסלעך קאנעקטען מיר זיך אלע אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען שייך אמאל, מ׳אדאפטירט די גוטע איידיעס פון די אנדערע קולטורן, יעדע באשטייערט צום יונעווריסעל יומעניטי קולטור וואס האט זיי געהאלפן סערווייוען און סטרייווען, און די גאנצע איידיע אז ״אונזער״ קולטער אדער העריטעש איז עפעס מער ספעציעל ווי א צווייטע האלט נאר צוריק דאס צאמשמעלצן וואס געשעט.
דאס איז אזוי נישט אמת, טאקע, דע אינדיאנע טרייב אין די הויכע טיבעטן בערג מישט זיך אויס, מיט וועם פונקטליך?
גאנץ אזיע און דריי פערטל אפריקע איז אנגעפולט מיט מאדנע גלויבונגן און פארשידענארטיגע קולטורן, וואס רירן זיך נישט קיין כל שהוא פון זייערע געצין-דינעריי, אבער אונז אידן זאלן זיך טוישן.
אפילו די רוצח’ישע שמאטע קעפ ישמעאל’ים האלטן זיך ביי זייער 1400 יעריגע מסורה, און פרובירן זאלסטו זיי צו אסימילירן, מיט א קאפ קורצער וועט יענער ווערן.

די מין ’’אויפגעקלערטקייט’’ איז די גרעסטע פארמאכטקייט וואס מ’האט נאר געזען.
Welcome to the IAmAProudJew club.
דארטן איז נאך אביסל אונטערשטעליג אבער די טרענד רוקט זיך צו א גלאבעל סאסייעטי - קוק ווי די אראבישע לענדער ווערן שטייטלעך מאדערנעזירט - טאקע שטייט אבער עס ריקט זיך אין יענע דירעקציע און קאמפערעסן צו 200 יאר צוריק, און ווען עס וועט זיין אינטערנעט טיף אין אפריקע טרייבס גייט זיך עס אויכעט טוישן

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:01 am
דורך הכנה דרבה
איך בין א פראוד אמעריקען, איך בין אויך פראוד צו זיין א באבובער, מיט אידישקייט האב איך נאכנישט געטראפן וואס צו זיין פראוד.

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:10 am
דורך זאקן
די ביסט פראוד צו זיין אמעריקאנער און די ביסט אויכט פראוד צו זיין א באבובער, אבער די קענסטו נישט טרעפן א זאך מיט וואס די קענסט זיין פראוד אז די ביסט א איד??? אפשר זאגסטו פאר די ציבור וואס איז אזוי גוט צו זיין א באבובער.

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:39 am
דורך אחידוש
אתה בחרתנו מכל העמים
אונז זענען שטאלץ צו זיין א איד

Re:

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:55 am
דורך היימלינד
הכנה דרבה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:01 am איך בין א פראוד אמעריקען, איך בין אויך פראוד צו זיין א באבובער, מיט אידישקייט האב איך נאכנישט געטראפן וואס צו זיין פראוד.
סא באבוב איז נישט אידישקייט לדבריך
thanks for clarifying

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:57 am
דורך היימלינד
פאעזיע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 pm

למעשה, סוכ״ס ווערן אונז דערמאנט יעדע שטיק צייט אז מ׳איז נאכנישט אינעם עולם השלם, ס׳איז נאכאלץ דא גוטס און שלעכטס, ביזט א יוד און מ׳האט דיך נאכאלץ פיינט- ליין: jealous -

שטייט אין גמרא, למה נקרא שמה סיני שמשם ירדה שנאה לישראל, דהיינו אז פון דעמאלטס ווען דער אייבישטער האט אונז אויסדערוועלט פאר א פאלק און אונז געגעבן די תורה [דבר בעתו - די וואך איז שוין ר"ח סיון] האבן די גוים באקומען צו אונז א שנאה מחמת קנאה.



עשו שונא ליעקב און נאך שטייען שוין פון פריער, ולא קשה ואין כאן מקומו להאריך

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 8:20 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
דער פותח האשכול איז באורד.
שרייבט ער נארישע זאכן.
סימפל! און קלאר.

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:56 pm
דורך [NAMELESS]
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 8:20 pm דער פותח האשכול איז באורד.
שרייבט ער נארישע זאכן.
סימפל! און קלאר.
יא איך בין באורד אז נישט וואלט איך זיך נישא דא געדרייט - פונקט ווי דיר און יעדער איינע דא.

מ׳קומנט זיך דא אויסגעבן און הערן געדאנקען פון חברים און ידידים וואס זענען דא צו מאכן דאס פלאץ געשמאק

סתם אראפצורייסן אהן קיין שום סאבסטענס מאכט עס זייער אומבאקוועם פאר מענטשן צו שרייבן דא און עס ווייזט וועלכע מינע מענטש דו ביזט אין ריל לייף

Re:

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:07 pm
דורך טמיר
הכנה דרבה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:01 am איך בין א פראוד אמעריקען, איך בין אויך פראוד צו זיין א באבובער, מיט אידישקייט האב איך נאכנישט געטראפן וואס צו זיין פראוד.
וויפיל באבובע נאבעל פרייז געווינער זענען דא?
וואס האט באבוב בייגעשטייערט פאר יומעניטי?

Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:12 pm
דורך טמיר
איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען נישט זיין צי זיין פראוד א יוד
.
וו אימער זענען געקומען האט די עקענאמיע געבליט. יודן האבן ביישטייערט צי די וועלט מער ווי סיי וועלכע גרופע מענטשן, אין אלע תחומים.

יודן זענען אלעמאל געווען די נרדפים קיינמאל נישט די רודפים.

Re: Re:

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:46 pm
דורך הכנה דרבה
טמיר האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 9:07 pm
הכנה דרבה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:01 am איך בין א פראוד אמעריקען, איך בין אויך פראוד צו זיין א באבובער, מיט אידישקייט האב איך נאכנישט געטראפן וואס צו זיין פראוד.
וויפיל באבובע נאבעל פרייז געווינער זענען דא?
וואס האט באבוב בייגעשטייערט פאר יומעניטי?
איך בין א ספרדי ממילא מיט נאבעל פרייז געווינער, עקאנאמישע אנדרייער, העכער ווי עוורידזש IQ, וואס זענען אשכנזישע זאכן קען איך מיך נישט גרויסהאלטן סייווי.

באבוב האט בייגעשטייערט פאר יומעניטי הערליכע ניגונים און דורות פון צדיקים קדושים וטהורים וואס האבן באלאכטן די וועלט מיט זייער קדושה און רפואות וישועות אפילו פאר גוים.

צוריק צום ערשטן פוינט, די אשכנזים האבן זיך אנגעשלאסן אינעם אידישן פאלק מיט ארום א טויזענט יאר צוריק, אבער בעפאר דעם זענען מיר אידן שוין איינמאל געוועהן רודפים, נאך א זאך מיט וואס איך אלץ ספרדי קען מיך נישט גרויסהאלטן.

אבער באמת ביזטו גערעכט ווייל מיין רבי אין חדר פלעגט אונז מסביר זיין וויאזוי גאוה ארבעט, אז אפילו דער גארבידזש קאלעקטער ווען ער הייבט אויף דעם גארבידזש פילט ער אויך פראוד. סאו מה נפשך אויב דארף איך אן ego stroke וועל איך שוין טרעפן מיט וואס זיך גרויסצוהאלטן, אבער... איך האב עס שוין געטראפן אין באבוב, חבל.

Re: Re:

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:55 pm
דורך סקעפטיקער
הכנה דרבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 9:46 pm צוריק צום ערשטן פוינט, די אשכנזים האבן זיך אנגעשלאסן אינעם אידישן פאלק מיט ארום א טויזענט יאר צוריק
נישט ריכטיג https://jewishbelief.com/khazars/

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:57 pm
דורך הכנה דרבה
מה ענין שמיטה אצל הר הקוזארים?

Re:

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:04 pm
דורך סקעפטיקער
הכנה דרבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 9:57 pm מה ענין שמיטה אצל הר הקוזארים?
נישט די טעאריע האסטו געמיינט?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:09 pm
דורך הכנה דרבה
ניין