בלאט 1 פון 3

קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 6:19 pm
דורך היכי דמי
די "קשר נפשי" ארגאניזאציע וואס איז באקאנט מיט זייער געוואלדיגע אויפטוהנגען פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס האבן זיך געקלויבט אן אנדערע דרך האבן געמוזט קענסעלען א רעדנער וואס האט געזאלט דערציילן זיין פערזענליכע געשיכטע ביי זייער קומענדיגע שבת.


די זינגער און ארטיסט חילי וואגאשל איז געווען אדווערטייזט אז ער גייט אראפלייגן זיין פערזענליכע געשיכטע,
חילי איז אן אייגענארטיגע טאלאנט, זינגט מיט א ריינע הארץ און נשמה, אזש דיין הארץ קען צוגיין ווען דו הערסט אים זינגען. הער נאר די קליפ, אזא טיפקייט.


פאריגע וואך האט ליפא שמעלצער חתונה געמאכט און האט מכבד געווען חילי צו זינגען בשעת זיין דערהויבענע מצוה טאנץ ווי ליפא האט געטאנצן אויף "עלינו לשבח" פארפאסט דורך רבי יצחק פוקס.


זעהט אויס אז די עד האט געצויגן די אויגן פון געוויסע און געברענגט קריטיק.
WhatsApp Image 2024-06-03 at 18.14.31_6ecfd0d7.jpg
און היינט האט ער געפואסט אויף אינסטעגרעם אז מען האט אים געקענסעלט.
WhatsApp Image 2024-06-03 at 18.15.03_6e8938cf.jpg
WhatsApp Image 2024-06-03 at 18.15.21_658f479b.jpg
אינטערסאנט אז אן ארגאניזציע וואס איז אפיציעל פאר מענטשן וואס זענען דערווייטערט פון אונזער סיסטעם זאל האבן א פראבלען מיט איינעם.

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 6:30 pm
דורך בן ישי
אינטערסאנט צו וויסן פארוואס זיי האבן עם געקענסעלט.

ווי איך פארשטיי האבן זיי שוין געהאט אנדערע אזווי זיין מצב וואס האבן אויפגעטרויטן.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 6:43 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. ;) :P
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 6:52 pm
דורך הכנה דרבה
וואס איז די אישו מיט איהם? דער גייט דאך מיט די פולע לבוש מיט אפילו לענגערע פאות ווי מיין טאטע, וואס נאך דארף מען טוהן צו זיין "אין די ליין"? עפעס שטימט נישט דא.

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 7:22 pm
דורך מר. קלונימוס
לאנגע פיאות מיינט שוין גארנישט היינט. אסאך פעלער פארקערט גאר

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 7:28 pm
דורך יין שרף
מן הסתם האט ער געדארפט רעדן פון זיין סעודת המשתה פון די שפרענג וואסער וואס האט משפיע געווען אויף אים א אור רוחני

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 7:30 pm
דורך יקנהז
לאנגע פאות גייט דער בענעדיקט פון קאנאדע אויך...
צו ער גייט מיט א קאפל קען איך נישט כאפן.

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 7:39 pm
דורך yesiknow
מר. קלונימוס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 7:22 pm לאנגע פיאות מיינט שוין גארנישט היינט. אסאך פעלער פארקערט גאר
ווען האט עס אויפגעהערט צו מיינען ?
א גוי גייט מיט פייעס? א פרייע יוד גייט מיט פייעס ?
איינער וואס גייט מיט פייעס לאנגע אדער קורצע איז פראיד מיט זיין יודישקייט אין עס מיינט אסאך עטליסט פאר מיר מיינט עס .

זעט אויס את ספאנסאר האט נישט ליב זיין סטייל האט ער געלייגט דריק אין שוין . ער שרייבט א קליגע ריספאנד כל הכבוד

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 7:48 pm
דורך מר. קלונימוס
ווער ספארשטייט פארשטייט זאגט מען אין אזא פאל..

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 8:16 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
עמיצער ווייסט די אמתע סיבה??

Re:

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:17 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:43 pm דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. ;) :P
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!
ווער איז דער פרישער בעל דרשן?

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 8:16 pm עמיצער ווייסט די אמתע סיבה??
לפי האמת: וואלט אזא ארגאניזאציע ערשט געדארפט צו זיין שטאנדהאפטיג און זיך נישט בייגן פאר אגענדאס, פרעשור און נארישקייטן. נאר ס'זעהט אויס אז דא איז געווען א בעל השפעה מיט אן אגענדא. אדער פון "עסקנים". אדער פון די משפחה וועלכע האבן געהאט אייגענע שמאלע אינטערעסן אז ער זאלל נישט רעדן.

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:25 pm
דורך היכי דמי
באמערק איך איצט אויף די קליפ אז ער טראגט א א רינג אויף זיין פינגער. אן אינטערסאנטע קאראקטער

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
דאס קען זיין א"סגולה". דער בארימטער זינגער אין ארץ ישראל שולי ראנד וואס איז א ברסלאווער חסיד און ער האט א לאנגע בארד גייט אויך א רינגל ופון ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני.

דאס איז אלס אן אויסדרוק פון אהבה ואחוה שלום וריעות צו זיין ווייב. א זאך וואס ער האט (ליידער) נישט געהאט מיט די פרוי וואס ער האט צוערשט חתונה געהאט.

זי קומט פאר ווי א ביסל א צוטומלטע פרוי ל"ע.

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:31 pm
דורך שמעקעדיג
yesiknow האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן: לאנגע פיאות מיינט שוין גארנישט היינט. אסאך פעלער פארקערט גאר

ווען האט עס אויפגעהערט צו מיינען ?
א גוי גייט מיט פייעס? א פרייע יוד גייט מיט פייעס ?
איינער וואס גייט מיט פייעס לאנגע אדער קורצע איז פראיד מיט זיין יודישקייט אין עס מיינט אסאך עטליסט פאר מיר מיינט עס .

זעט אויס א ספאנסאר האט נישט ליב זיין סטייל האט ער געלייגט דריק און שוין.
ער שרייבט א קלוגע ריספאנד, כל הכבוד

לאל זעהט אויס מען האט מער געפאוקעסט אויף זיין טשופיקע אויפן קאפ און די געשניטענע בארד ווי איידער אויף די לאנגע פיאות...

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:53 pm
דורך מנחם מנדל
עס איז מיר נישט קיין חידוש אז מען האט אים געקענסעלט עס איז מיר א חידוש אז קשר נפשי האט אים מעיקרא גענומען...
זיי קעיטערן דאך די קרבתנו סטיל עולם.

קען זיין אז זיי האבן נאר נאכן אים באשטעלן באזוכט זיין אינסטעגראם בלעטל..

ווי איך פארשטיי טוט ער אסאך אין היעלינג ער פירט אן קלאסן ווי מען היילט זיך צוזאמען אנשים נשים וטף, אין פין דארט קומט זיין קאנעקשאן מיט ליפא, ער שיינט צו זיין א אור זאל ער טאקע ווייטער אויפטוען פאר די וואס זיכן ליכטיקייט זאל באשיינען זייער חושך נישט טונקעלקייט זייער טונקעלקייט..

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 11:41 pm
דורך הכנה דרבה
און וואס איז די קרבתנו סטייל עולם? איז די קרבתנו/נפשי אן ענין פון זיך בעסער פארשטיין און זיך אויסקומען מיט די קינדער, אדער איז עס מער אן ענין פון עס אנקוקן ווי אן עונש/נסיון און זיך מחזק זיין צווישן זיך?

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 12:32 am
דורך yatzmachp
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:19 pm די "קשר נפשי" ארגאניזאציע וואס איז באקאנט מיט זייער געוואלדיגע אויפטוהנגען פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס האבן זיך געקלויבט אן אנדערע דרך האבן געמוזט קענסעלען א רעדנער וואס האט געזאלט דערציילן זיין פערזענליכע געשיכטע ביי זייער קומענדיגע שבת.


די זינגער און ארטיסט חילי וואגאשל איז געווען אדווערטייזט אז ער גייט אראפלייגן זיין פערזענליכע געשיכטע,
חילי איז אן אייגענארטיגע טאלאנט, זינגט מיט א ריינע הארץ און נשמה, אזש דיין הארץ קען צוגיין ווען דו הערסט אים זינגען. הער נאר די קליפ, אזא טיפקייט.
אינטערסאנט אז אן ארגאניזציע וואס איז אפיציעל פאר מענטשן וואס זענען דערווייטערט פון אונזער סיסטעם זאל האבן א פראבלען מיט איינעם.
וואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט צו זיין ארטיסטרי? איך זעה א צובראכענע נשמה זינגען. א נשמה אין עולם התוהו. דעיס איז מיין אימפרעשן. דו מעגסט האבן אן אנדערע אימפרעשן.

אז מען רעדט שוין יא, עס קוקט אויס אז ער וויל מען זאל וויסן זיין היסטאריע. ווער איז ער? פון וואו שטאמט ער? ביי וועם איז ער/געווען אן איידעם? מה טובו בעולם?

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 2:39 am
דורך berlbalaguleh
מעגליך אז זיי האבן אויסגעפונען אז ער איז אקטיוו מיט אזעלכע פעולות וואס זענען אין קאנטראסט צו זייער מעסעדזש.

דער מעסעדזש פון קשר נפשי איז טאלעראנץ און פארשטענדעניש צווישן עלטערן און קינדער וועלכע זענען אין יעצטיגן מאמענט אין אן אנדער פלאץ בגשמיות און ברוחניות ווי די עלטערן האבן געוואלט.

נאר אויב א מענטש איז פארמישט אין אקטיוויטעטן וועלכע זענען אין קאנטראסט צו דעם מעסעדזש פון די ארגאניזאציע, איז פארשטענדליך אז זיי קענען איהם נישט ארויפלייגן אויפ'ן פאבליק פארום.

איך האב נישט קיין ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. דאס איז נאר ספעקולאציע.

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 5:11 am
דורך בעל דרשן
איך טראכט אז עס איז משפחה אריינגעמישט אזוי צו אזוי ווער איך משוגע פאר זיין זינגען ער זינגט מיט הארץ און נשמה

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 3:29 pm
דורך שרייבען
As far as i know him i know that his father is supporting him

Re:

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 8:29 am
דורך כשלעצמי
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:43 pm דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. ;) :P
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!
ווער 🤔 איז דעי בעל דרשן? איז ער גרייט זיך צי צוגרינד לייגען? גייט עס העלפן?
אראפ רייסן די סיסטעם איז זייער גרינג און קען זיין אמת אויכעט, אבער גרויסע תוצאת איז נישט עכט ארויס פין דעם. To my understanding

Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 8:55 am
דורך בת קול
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.