בלאט 1 פון 2
אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:47 am
דורך חכמת שלמה
מיט גרויס צער און ווייטאג טוה איך דא מיטטיילן שווערע נייעס וואס עס שפילט זיך אפ בתוככי מחנינו לב-טהור חשק שלמה הוצל דבנימין גוטאמאלה ת"ו.
א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן אין דרוקעריי, וואו מיר וואוינען אצינד. די גאנצע אלטע חלק פון די דרוקעריי איז אראפגעגאנגען מיטן פייער און צענדליגע משפחות זענען פארבליבן אן א דאך איבערן קאפ. אצינד דרייט מען זיך ארום אובד עצות, מענטשן האבן פשוט נישט וואו צו וואוינען און וואו אראפצולייגן א קאפ.
די שמועסן דא זענען, אז דאס איז א שאדן פון ארום 500,000 דאלער. דאס איז אן ערנסטער שאדן, וויבאלד מען דארף דרונגענד האבן וואו די מענטשן זאלן זיך פריש קענען איינקוואטירן מיט זייערע משפחות.
בדרך-אגב, קאווע שטיבל איז די ערשטע פלאץ אין די וועלט, וואו די נייעס ווערט געבראכן. אזוי אז מיר פארמאגן היינט זכות קדימה איבער אלע אנדערע פלעצער. מיר זענען די ערשטע צו ברעכן און צו מעלדן די נייעס.
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:08 am
דורך פרייוויליג
השי"ת זאל אויפרעכטן די אלע אידן דארט, ויצלם מאפילה לאורה. זיי זאלן שוין האבן אפגעענדיגט זייערע תיקונים פון מלקט זיין די ניצוצות אין גוטאמאלה, און זיי זאלן זיך קענען צוריק קערן און וואוינען צווישן בני ישראל.
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:43 am
דורך היימלינד
שיק א משפחה [אבער א גאנצע] צו מיר, עס איז דא גענוג פלאץ אין גלילות ניו יורק ווי צו זיך איינגלידערן
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 12:11 pm
דורך בן ישי
א נייע טענט מיט ווענט קאסט 500,000?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 1:23 pm
דורך kolal1
איז דא אינשורענס אויף דעם?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 1:31 pm
דורך ודברת בם
אין בן דוד בא יד שתכלה פרוטה מן השוק. יעצט קענט איר אנטלויפן פון דארט אין די שכן וועט נישט זאגן איר זענט אפגעפארן..
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 1:44 pm
דורך א גוט יאר
מ'דארף געלט פאר א נייע משוגעים הויז...?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 1:51 pm
דורך kolal1
ווי זענען די פיקטשערס פון די פייער
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 2:54 pm
דורך לאכעדיג
זיי קענען מאכן א טשערעדי קאמפיין... און ווי אויך קענען זיי שרייבן דריי טעג פאר די קאמפיין הייבט זיך אן אז זיי האבן שוין גערעיזט 2.1 מיליאן דאללער...
נ.ב. על הצד אז די מעשה איז אמת...
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 4:58 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ביטע מאך א טשערידי קאמפיין און שיק א לינק!
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 6:17 pm
דורך האניג
חכמת,
סארא קעפל דאס...
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:36 pm
דורך kolal1
ווערט נישט באריכטעט און ערגעץ סאמטינג פישי
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
פרייוויליג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 11:08 am
השי"ת זאל אויפרעכטן די אלע אידן דארט, ויצלם מאפילה לאורה. זיי זאלן שוין האבן אפגעענדיגט זייערע תיקונים פון מלקט זיין די ניצוצות אין גוטאמאלה, און זיי זאלן זיך קענען צוריק קערן און וואוינען צווישן בני ישראל.
והשי"ת ישלח להם רפואה שלימה, רפואת הגוף ורפואת הנפש. במהרה בימנו, אמן.
אויך: מ'דארף נעמען א פאסיק און איבערלייגן זייערע פיהרערס. און גוט אריינשמייסן. אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט...ביז ס'וועט שפריצן בלוט. (ח"ו). נאר אזוי אויך ווי מיין רבי אין חיידער פלעגט צו זאגן..אז דו וועסט נישט קענען זיצן פאר 2 וואכן...!
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 4:58 pm
ביטע מאך א טשערידי קאמפיין און שיק א לינק!
לאל...
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
kolal1 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 1:51 pm
ווי זענען די פיקטשערס פון די פייער
אין לב טהור (טמא) האט מען נישט קיין קעמערעס.
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
kolal1 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 1:23 pm
איז דא אינשורענס אויף דעם?
יא: ביים הויפט (גנב) פון לב טהור...וויזוי הייסט ער נאר?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:21 am
דורך חיי עולם
באלד גייט ער נאך לייגן בילדער פון א מופת ווי נאר דער בילד פונעם שמייליגען איז אפגעשוינט געווארן...
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 4:00 am
דורך וואס זאגסטו
כ'האף אז די אינשורענס וועט נישט כאפן נאר באצאלן ווי טאטעלעך...
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:33 am
דורך האלטער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
אויך: מ'דארף נעמען א פאסיק און איבערלייגן זייערע פיהרערס. און גוט אריינשמייסן. אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט...ביז ס'וועט שפריצן בלוט. (ח"ו). נאר אזוי אויך ווי מיין רבי אין חיידער פלעגט צו זאגן..אז דו וועסט נישט קענען זיצן פאר 2 וואכן...!
אייער רבי אין חדר האט נאר געזאגט אדער געטוהן אויך ?
בד"וו אין וועלעכע חדר האט איר געלערנט ?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:03 am
דורך א גוט יאר
איר ווילט גיין אויף זיינע שפורן...?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:52 am
דורך האלטער
אויב ער איז מסכים פארוואס נישט ?
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:53 am
דורך האלטער
איך בין נאך א גאסט אין שטיבל במילא קען איך זיך נאך נישט פארבינדן אין אישי
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
כאילו אין אישי ענטפערט מען אויף אזא שאלה