בלאט 1 פון 2

היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:49 am
דורך היכי דמי
סאטמאר מאנסי יוכיח!

https://dryveup.com/satmarmonsey/?utm_s ... -Campaigns

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 6:21 pm
דורך האניג
ביטע זיי מסביר דעם קעפל

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:19 pm
דורך מנחם מנדל
זיי טענה'ן עס איז נישט קיין עכטע אנליין קאמפיין ווייל מען דארף דאונלאודען א פי די עף צו זעהן די נעמען ווער עס האט געדאונעיט...

איך וויל יעצט פרעגן זייערע דיינים אויב לפי זה מען מעג האבן אינסטעגראם אין טוויטער אויף א פי די עף..

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:58 am
דורך לאז געמאכט
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 9:19 pm זיי טענה'ן עס איז נישט קיין עכטע אנליין קאמפיין ווייל מען דארף דאונלאודען א פי די עף צו זעהן די נעמען ווער עס האט געדאונעיט...

איך וויל יעצט פרעגן זייערע דיינים אויב לפי זה מען מעג האבן אינסטעגראם אין טוויטער אויף א פי די עף..
און ווען מען דרוקט DONATE קומט געהעריג ארויף א ליסט פון DONORS
איי געס דאס איז דורך BLUETOOTH און נישט דורך אינטערנעט

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 2:01 am
דורך שיינע איד
מען האט שוין געפסקנט לצורך פרנסה איז מותר אבער נאר לצורך פרנסה של הרב נישט יעדער קען ניצען די היתר ווייל מחזי כיוהרא

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:01 am
דורך היכי דמי
סאטמאר מהז"ל האט אויך געמאכט א אנליין קאמפיין די וואך אין קרית יואל.
ווער קען אהערברענגן זיין דרשה ווי ער האט אויסגעשריגן אז צדקה אויף די אינטערנעט איז אסור

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:06 am
דורך א גוט יאר
היכי דמי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:01 am סאטמאר מהז"ל האט אויך געמאכט א אנליין קאמפיין די וואך אין קרית יואל.
ווער קען אהערברענגן זיין דרשה ווי ער האט אויסגעשריגן אז צדקה אויף די אינטערנעט איז אסור
מהר''א האט טאקע קיינמאל נישט גערעדט איבער צדקה אנליין
אבער מהר''יי... :lol:

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 4:06 pm
דורך היכי דמי
איך זיץ און איך לאך ווי מען קען זאגן איין זאך, און טוהן פונקט דאס פארקערטע. נאכדעם שרייט מען אינטערנעט טמא
WhatsApp Image 2024-06-05 at 16.05.38_81759c18.jpg

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 4:11 pm
דורך א גוט יאר
דאס איז זאלי

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 5:52 pm
דורך היכי דמי
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 4:11 pm דאס איז זאלי
און זיי האבן אויך געמאכט אן אנליין קאמפיין די וואך

https://www.dryveup.com/satmarkj

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 6:10 pm
דורך הכנה דרבה
דרייקאפ.קאם/סאטמאר

שמך נאה לך ואתה נאה לשמך

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:30 pm
דורך וואסער
האק נישט אין קאפ בנוגע מהרי"י
סאטמאר קרית יואל איז בכלל נישט געווען קיין אנליין קאמפיין, די גאנצע אנליין איז כמעט נאר געווען ווי א קרעדיט קארד מאשין.

כדי צו פארשטיין וואס מען האט געטון דארף מען מקדים זיין, די פראבלעם פון די אנליין קאמפיינס איז די רייץ מיטצואהלטן לייוו א גאנצע צייט, און אזוי אויך מיטצוהאלטן ווי יעדע טיעם האלט. דאס אלעס האט מען געהרגעט. (קוק ווייטער וואזוי)

דאס זענען די זאכן וואס מען האט געטון דערפאר.

1. בראש וראשון מען האט נישט געקענט אנקומען דורכן סייט צו קיין שום טיעם נאר אויב מען האט באקומען פון יענעם די דירעקט לינק.
2. די נומבערס אויפ סייט איז נאר געווארן אפדעיטעט בערך יעדע שעה נישט לייוו
3. עס איז נישט געווען קיין שום מעגליכקייט צו זעהן די קאמענסט פון נותנים, וואס דאס מאכט עס פאר א סעמי סאשול מידיא.
4. און די לעצטע זאך (אגב די קלענסטע) אז מען זאל נישט זעהן די נדבנים אויפן סייט ממש נאר דורך א PDF, אגב עס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ צו דאנלאודן [ווי איינער האט דא אויבן ערוונעט אז וואטסאפפ און אינסטעגרעם וואלט נישט מותר געווארן אויב מען וואלט דאס נאר געקענט זעהן דורך א PDF] דאך האבן די דיינים געפילט אז עס איז אויך א שטיקל גדר.

אבער די לצים פון מהר"א האבן נאר נאך געמאכט סעמי די PDF אפציע, (מען קען נאך אלץ געהעריג זען אויפ סייט ביים דריקן DONATE) אין זענען פושט טלפיו ווי דעם חזיר און שרייען "כשר אני".

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:31 pm
דורך וואסער
אדרבה קוק א חילוק צווישן די צוויי
מהרי"י https://www.dryveup.com/satmarkj
מהר"א https://www.dryveup.com/satmarmonsey

אזוי אויך איז די קאמפיין פון מהרי"י נישט געווען אויפן מעין פעידזש פון דרייוואפ
https://www.dryveup.com/

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:23 pm
דורך היכי דמי
וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 8:31 pm אדרבה קוק א חילוק צווישן די צוויי
מהרי"י https://www.dryveup.com/satmarkj
מהר"א https://www.dryveup.com/satmarmonsey

אזוי אויך איז די קאמפיין פון מהרי"י נישט געווען אויפן מעין פעידזש פון דרייוואפ
https://www.dryveup.com/

אלעס פיין און וואויל.

ביזט מודה אז די קאמפיין איז געווען אויף די אינטערנעט? א זאך וואס אלע רבנים האבן געאסערט עס צו נוצן שלא לצורך פרנסה?
ביזט מודה אז די רבי האט געשריגן אז עס איז אסור בהנאה

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:16 am
דורך ודברת בם
ווייל זיי האבן נישט סאשעל מידיע האבן זיי recruited זייערע אינגעלייט צו מאכן טעלעפאן קאולס אויף א גאר מאדנע לעוועל. מיינע קאזינס וואס איך רעד צו איינמאל אין פינעף יאר הערן נישט אויף קלינגען.

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:04 am
דורך חב''ד הויזן
וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 8:30 pm האק נישט אין קאפ בנוגע מהרי"י
סאטמאר קרית יואל איז בכלל נישט געווען קיין אנליין קאמפיין, די גאנצע אנליין איז כמעט נאר געווען ווי א קרעדיט קארד מאשין.

כדי צו פארשטיין וואס מען האט געטון דארף מען מקדים זיין, די פראבלעם פון די אנליין קאמפיינס איז די רייץ מיטצואהלטן לייוו א גאנצע צייט, און אזוי אויך מיטצוהאלטן ווי יעדע טיעם האלט. דאס אלעס האט מען געהרגעט. (קוק ווייטער וואזוי)

דאס זענען די זאכן וואס מען האט געטון דערפאר.

1. בראש וראשון מען האט נישט געקענט אנקומען דורכן סייט צו קיין שום טיעם נאר אויב מען האט באקומען פון יענעם די דירעקט לינק.
2. די נומבערס אויפ סייט איז נאר געווארן אפדעיטעט בערך יעדע שעה נישט לייוו
3. עס איז נישט געווען קיין שום מעגליכקייט צו זעהן די קאמענסט פון נותנים, וואס דאס מאכט עס פאר א סעמי סאשול מידיא.
4. און די לעצטע זאך (אגב די קלענסטע) אז מען זאל נישט זעהן די נדבנים אויפן סייט ממש נאר דורך א PDF, אגב עס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ צו דאנלאודן [ווי איינער האט דא אויבן ערוונעט אז וואטסאפפ און אינסטעגרעם וואלט נישט מותר געווארן אויב מען וואלט דאס נאר געקענט זעהן דורך א PDF] דאך האבן די דיינים געפילט אז עס איז אויך א שטיקל גדר.

אבער די לצים פון מהר"א האבן נאר נאך געמאכט סעמי די PDF אפציע, (מען קען נאך אלץ געהעריג זען אויפ סייט ביים דריקן DONATE) אין זענען פושט טלפיו ווי דעם חזיר און שרייען "כשר אני".
אויב ס'איז איינער וואס האקט אין קאפ איז עס דו.

מ'פארפירט שוין ווייסעך ווילאנג אז אנליין קאמפיינס איז א איסור גמור אן קיין שום עצה אדער וועג ארויס און פלוצלינג ווען ס'קומט צום אייגענעם קאמפיין נעמט מען זיך פלוצלינג דרשנען טעמא דקרא און דרייען מיט די פינגער, אז לכאורה, די גאנצע פראבלעם פון אנליין קאמפיין איז דאך נאר די רייץ, דאס הייסט אז יעדע מאל מ'האט געהאקט קעגן די איסור פון אנליין קאמפיינס איז די איסור געווען.... די רייץ, וואס מ'קען טעכניש זיך א עצה געבן איינס צוויי. און מ'שטאלצירט נאך דערמיט, כאילו מ'האט דא געטון עפעס א מוראדיגע קידוש השם....

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:19 am
דורך yn.NY
וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 8:30 pm האק נישט אין קאפ בנוגע מהרי"י
סאטמאר קרית יואל איז בכלל נישט געווען קיין אנליין קאמפיין, די גאנצע אנליין איז כמעט נאר געווען ווי א קרעדיט קארד מאשין.

כדי צו פארשטיין וואס מען האט געטון דארף מען מקדים זיין, די פראבלעם פון די אנליין קאמפיינס איז די רייץ מיטצואהלטן לייוו א גאנצע צייט, און אזוי אויך מיטצוהאלטן ווי יעדע טיעם האלט. דאס אלעס האט מען געהרגעט. (קוק ווייטער וואזוי)

דאס זענען די זאכן וואס מען האט געטון דערפאר.

1. בראש וראשון מען האט נישט געקענט אנקומען דורכן סייט צו קיין שום טיעם נאר אויב מען האט באקומען פון יענעם די דירעקט לינק.
2. די נומבערס אויפ סייט איז נאר געווארן אפדעיטעט בערך יעדע שעה נישט לייוו
3. עס איז נישט געווען קיין שום מעגליכקייט צו זעהן די קאמענסט פון נותנים, וואס דאס מאכט עס פאר א סעמי סאשול מידיא.
4. און די לעצטע זאך (אגב די קלענסטע) אז מען זאל נישט זעהן די נדבנים אויפן סייט ממש נאר דורך א PDF, אגב עס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ צו דאנלאודן [ווי איינער האט דא אויבן ערוונעט אז וואטסאפפ און אינסטעגרעם וואלט נישט מותר געווארן אויב מען וואלט דאס נאר געקענט זעהן דורך א PDF] דאך האבן די דיינים געפילט אז עס איז אויך א שטיקל גדר.

אבער די לצים פון מהר"א האבן נאר נאך געמאכט סעמי די PDF אפציע, (מען קען נאך אלץ געהעריג זען אויפ סייט ביים דריקן DONATE) אין זענען פושט טלפיו ווי דעם חזיר און שרייען "כשר אני".
האלו! דו מאכסט ליצנות?! א קוועטש ארויף א קוועטש אראפ: ביידע האבן געהאט אנליין קאמפיינס מיטן גאנצן קנאק!

"האבן די דיינים געפילט"... יע יע, פאר אפאר דאללער, פיל איך אויך!... (נישט דאס איז געווען סאטמארע שיטה אלעמאל, אז מווערט משוחד פאר געלד "יעוור עיני צדיקים"?... אה, נאר אין ארץ ישראל ווערט מען משוחד... אין אמעריקע קען מען פאקן טאשן...)

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:38 am
דורך ודברת בם
זיין האבן נישט קיין שום בושה

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:38 am
דורך חב''ד הויזן
די גאנצע זאך אז מפארקויפט יעצט אז די גאנצע איסור איז בלויז געווען 'די רייץ' איז א ליצנות.
איך רעדט פון ביידע סאטמאר'ס אבער ספעציעל מהרז"ל וואס האט אפיציעל אראפגעריסן די קאמפיינס אין פובליק.

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:41 am
דורך ודברת בם
די גאנצע ויואל משה איז א פי.די.עף.

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:42 am
דורך ודברת בם
די עירוב איז פאר די גוים, די איסור פון די אינטערנעט איז ווייל ס'איז נישט פי.די.עף. און די ויואל משה אמת ותורתו פי.די.עף.

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:03 pm
דורך היכי דמי
איינער זאגט מיר אז קרית יואל וועד גייט צוריק אנהייבן לאזן פארקויפן מאמענט אין קרית יואל אויף PDF

Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:10 pm
דורך טראפעלע
היכי דמי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:03 pm איינער זאגט מיר אז קרית יואל וועד גייט צוריק אנהייבן לאזן פארקויפן מאמענט אין קרית יואל אויף PDF
:lol: :lol: