בלאט 1 פון 2
הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:40 pm
דורך מנחם מנדל
מען האט אין אונז אלעמאל אריינגעבאקן די ענין פין שלא שינו את לבושום אין אז איינער טוישט א האר פין די חסידישע וועי אף דרעסינג, איז ממש אראפ פין דרך,
עפן איך די אשכול אז פאר ווער עס קומט אמאל ארויס פין באקס אין איז רעדי צו דראפען די ווייסע רבינו תם גאטשעס אין די הארטע אומבאקוועמע עקאו שיך אין די בראקסאני העמדער...
זאל זיך וויסן װי אהינצוטען...
איך בעט פין די עולם אריינצושיקן לינקס פין אלגעמיינע קליידער - שיך, פארשטייצעך אבער אז מען זאל קענען גיין דערמיט אין בית מדרש נישט קיין דזשינס אין געלע טי שירטס שכויעך!
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:42 pm
דורך מנחם מנדל
איך גיי אנפאנגען מיט וואס איך זוך.
גוטע באקוועמע אונטערוועש, אנע גרויסע אויפשריפטן...
שווארצע קלאסישע באקוועמע שיך.
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:13 am
דורך אקטיווע שרייבער
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 11:40 pm
מען האט אין אונז אלעמאל אריינגעבאקן די ענין פין שלא שינו את לבושום אין אז איינער טוישט א האר פין די חסידישע וועי אף דרעסינג, איז ממש אראפ פין דרך,
עפן איך די אשכול אז פאר ווער עס קומט אמאל ארויס פין באקס אין איז רעדי צו דראפען די ווייסע רבינו תם גאטשעס אין די הארטע אומבאקוועמע עקאו שיך אין די בראקסאני העמדער...
זאל זיך וויסן װי אהינצוטען...
איך בעט פין די עולם אריינצושיקן לינקס פין אלגעמיינע קליידער - שיך, פארשטייצעך אבער אז מען זאל קענען גיין דערמיט אין בית מדרש נישט קיין דזשינס אין געלע טי שירטס שכויעך!
שוין דא ב״ה בתי מדרשים וואס מען קען גיין מיט באקוועמע דשינ׳ס אן זיך שעהמען
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:20 am
דורך [NAMELESS]
סתם נייגעריג דשינ'ס איז באקוועם? א סעקונדע צוריק רעדסטו זיך אפ אויף די הארטע גאטשע לויט ווי איך זעה איז ג'ינס א הארטע מאטריאל.
בכלל וואס איז די עסק פון גיין מיט טייטע אינטער הויזן עס איז דאך נישט באקוועם ווען עס איז נישטא קיין מקום צו סטרעטשען
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:37 am
דורך אשרי העם
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 11:40 pm
מען האט אין אונז אלעמאל אריינגעבאקן די ענין פין שלא שינו את לבושום אין אז איינער טוישט א האר פין די חסידישע וועי אף דרעסינג, איז ממש אראפ פין דרך,
עפן איך די אשכול אז פאר ווער עס קומט אמאל ארויס פין באקס אין איז רעדי צו דראפען די ווייסע רבינו תם גאטשעס אין די הארטע אומבאקוועמע עקאו שיך אין די בראקסאני העמדער...
בני ישראל לא משנים את שמם, לא מחליפים את לבושם, וכולם במצרים יודעים לזהות יהודי. מצד שני חז”ל מספרים שהם עבדו אלילים. אלא שלצד ירידתם הרוחנית, נותרו היהודים שונים ובולטים מהסביבה המצרית,
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:43 am
דורך אשרי העם
מדרש רבה (ויקרא פרשה לב):
רב הונא אמר בשם בר קפרא: בשביל ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים: שלא שינו את שמם ואת לשונם, ולא אמרו לשון הרע, ולא נמצא ביניהן אחד מהן פרוץ בערוה
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:19 am
דורך הכנה דרבה
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 11:42 pm
איך גיי אנפאנגען מיט וואס איך זוך.
גוטע באקוועמע אונטערוועש, אנע גרויסע אויפשריפטן...
שווארצע קלאסישע באקוועמע שיך.
איך ווייס נישט וואס הייסט ביי דיר גרויסע אויפשריפטן אבעראונטערוועש גיי איך מיט Hanes א שטייגער ווי דעם
https://www.walmart.com/ip/730205603
שיך גיי איך נישט מיט קלאסישע, נאר פשוטע שיך, אויפ׳ן מינוט האב איך צוויי פאר שיך, איינס פון Nike און די צווייטע פון sketchers.
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:42 am
דורך מנחם מנדל
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 10:19 am
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 11:42 pm
איך גיי אנפאנגען מיט וואס איך זוך.
גוטע באקוועמע אונטערוועש, אנע גרויסע אויפשריפטן...
שווארצע קלאסישע באקוועמע שיך.
איך ווייס נישט וואס הייסט ביי דיר גרויסע אויפשריפטן אבעראונטערוועש גיי איך מיט Hanes א שטייגער ווי דעם
https://www.walmart.com/ip/730205603
שיך גיי איך נישט מיט קלאסישע, נאר פשוטע שיך, אויפ׳ן מינוט האב איך צוויי פאר שיך, איינס פון Nike און די צווייטע פון sketchers.
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
פיינעלי די ערשטע זאכליכע תגובה דאהי.
איך האב נישט געבעטן צו הערן מדרשים אין פשטים אויף שלא שינו את לבושים... סייווי אונזערע זיידעס אפאר דורות צירוק זענען נישט געגאנגען מיט ביבער היטן אין עקאו שיך אין ווייסע רבינו תם גאטשעס...
איך וויל פשוט לינקס פאר גוטע אלוועלטליכע בגדים..
@הכנה דרבה קענסט שיקן א לינק צו די שיך ביטע, עס איז דא הונדערטע סארטן.
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:44 am
דורך מנחם מנדל
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:20 am
סתם נייגעריג דשינ'ס איז באקוועם? א סעקונדע צוריק רעדסטו זיך אפ אויף די הארטע גאטשע לויט ווי איך זעה איז ג'ינס א הארטע מאטריאל.
בכלל וואס איז די עסק פון גיין מיט טייטע אינטער הויזן עס איז דאך נישט באקוועם ווען עס איז נישטא קיין מקום צו סטרעטשען
רעדסט צו מיר? איך האב דירעקט געשריבן נישט דזשינס...
בכלל גלייך איך נישט דזשינס, עס האט נישט א קלאסישע אויסקוק, איך זיך פאר גוטע ווייכע הויזן נישט די ברייטע בעגי g&g הויזן.
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 11:02 am
דורך yesiknow
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:20 am
סתם נייגעריג דשינ'ס איז באקוועם? א סעקונדע צוריק רעדסטו זיך אפ אויף די הארטע גאטשע לויט ווי איך זעה איז ג'ינס א הארטע מאטריאל.
בכלל וואס איז די עסק פון גיין מיט טייטע אינטער הויזן עס איז דאך נישט באקוועם ווען עס איז נישטא קיין מקום צו סטרעטשען
די קשיא איז גיט, גאר גיט .
אזוי ווי געוויסע גייען מיט שיך וואס די היל איז א טפח גרויס אויך זייער שפיציג אין פראנט ווי איז דא פלאץ פאר די פינגערס...
נאר וואס דען פאר אביסיל עעטענשאן איז א מענטש גרייט צו אנטון טייט ברייט וואטעווער נאר צו באקומען בליקען פון די מענטשהייט
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:37 pm
דורך אקטיווע שרייבער
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:20 am
סתם נייגעריג דשינ'ס איז באקוועם? א סעקונדע צוריק רעדסטו זיך אפ אויף די הארטע גאטשע לויט ווי איך זעה איז ג'ינס א הארטע מאטריאל.
בכלל וואס איז די עסק פון גיין מיט טייטע אינטער הויזן עס איז דאך נישט באקוועם ווען עס איז נישטא קיין מקום צו סטרעטשען
גיי טאקע מיט גראבע רבינו תם׳ס און זיי פארקלעבט אינגאנצן ביז אראפ…
שפרייט אויס דיינע פיס יעדע פיר מינוט ווי א חזיר..
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:43 pm
דורך מנחם מנדל
אז מען רעדט שוין, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די תחתונים מוזען אזוי וויכטיג זיין ציכטיג ווייס, אז מען זאל קענען דערקענען יעדע קליינע פגם און פלעק ווען מען קומט אין מקוה?
וואס איז שלעכט מיט שווארץ?
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:48 pm
דורך אקטיווע שרייבער
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:43 pm
אז מען רעדט שוין, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די תחתונים מוזען אזוי וויכטיג זיין ציכטיג ווייס, אז מען זאל קענען דערקענען יעדע קליינע פגם און פלעק ווען מען קומט אין מקוה?
וואס איז שלעכט מיט שווארץ?
האסט קשיות אויף שונאי ישראלים?
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:34 pm
דורך הכנה דרבה
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 10:42 am
@הכנה דרבה קענסט שיקן א לינק צו די שיך ביטע, עס איז דא הונדערטע סארטן.
https://www.ebay.com/itm/266602096347?m ... media=COPY
ס׳שווער צו טרעפן א נארמאלע סייז פון דעם סארט שוך ווייל ס׳גייט אויס זייער שנעל, פאר א נארמאלע סייז וועסטו דארפן אביסל גראבן.
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:26 pm
דורך מנחם מנדל
קוקט אויס פיין, א לינק פין די סקעטשערס האסטע אויכעט נאר אויב עס איז גרינג... איך זיך מער א ביליגערע שיך.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:51 pm
דורך הכנה דרבה
דו גייסט נישט אפלאזן ביז איך גיב דיר ארויס מיין גאנצע wardrobe.
https://a.co/d/202J1E5
דאס איז אפיציעל פאר פרויען אבער איך האב געדארפט א פאר שיך וואס איז machine washable און קיין מענער שיך האב נישט געטראפן קיין גוטע.
פאר ביליג גיי קיין payless
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:53 pm
דורך מנחם מנדל
![👍](//cdn.jsdelivr.net/gh/twitter/twemoji@latest/assets/svg/1f44d.svg)
טענק יו באאס.
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 9:23 pm
דורך משה פיינער
איינער קען מיר געבען פארשטיין ווער גייט מיט לאנגע גאטשעס אין ווער מיט די קערצערע ?
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:37 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:48 pm
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:43 pm
אז מען רעדט שוין, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די תחתונים מוזען אזוי וויכטיג זיין ציכטיג ווייס, אז מען זאל קענען דערקענען יעדע קליינע פגם און פלעק ווען מען קומט אין מקוה?
וואס איז שלעכט מיט שווארץ?
האסט קשיות אויף שונאי ישראלים?
זאל מען אנהייבן ערשט מיט אף-ווייט, און אנדערע ליכטיגע קאלירס
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 11:39 pm
דורך בקע לגלגולת
סדא א געשעפט אין בארא פארק וואס פארקויפט זייער שיינע הויזן געמאכט פון עלעסטיק וואס ציט זיך און איז זייער באקוועם איך קען מיך נישט דערמאנען די נאמען אויפן מינוט
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:04 am
דורך יין שרף
בקע לגלגולת האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 11:39 pm
סדא א געשעפט אין בארא פארק וואס פארקויפט זייער שיינע הויזן געמאכט פון עלעסטיק וואס ציט זיך און איז זייער באקוועם איך קען מיך נישט דערמאנען די נאמען אויפן מינוט
Ilmio and enod
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 1:51 am
דורך יקנהז
א מ'רעדט שוין... פון וואו נעמט זיך צו רופן די ווייסע לאנגע גאטשעס 'רבינו תם'?
Re: הילף אין לינקס פאר אלגעמיינע גוטע בגדים.
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 7:28 am
דורך צפת
רשי'ס הייסט די קורצערע, רבנו-תם הייסט די לענגערע, און ס'איז אויך דא 'שימושא רבה'.