בלאט 1 פון 1

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:00 am
דורך קרעקער
וועמענס קינדל פארקויפט עמעזאן?
גרינס קינדל יו איז עס גוט געווען

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:36 am
דורך שמעקעדיג
קרעקער דרייט זיך דא און עסט קינדל...

די נייע קינדל וועט האבן א לעקטערל? מעגליך, כדי צו קאמפיטן מיט זייער קאמפעטישאן, די NOOK פון בארנס און נאובעלס, וועלכע איז א אויפגעכאפטע אי.ריעדער און האט א אויסגעצייכענטע ראטע ביי די מבינים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:08 am
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געמאלדען איבער די נייע קינדלעך.
די גרויסע נייעס איז א ביליגע ווערשען וואס קאסט נאר $159!! אויך איז דא קינדעל HD ביט א בעסערע סקרין.
די נישט קאלירטע קינדעל איז צוגעקימען מיר א לייט וואס מאכט גרינגער צו ליינען אין די טינקעל
http://www.zdnet.com/amazons-kindle-fir ... 000003880/

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:46 am
דורך smart
wow עס איז אינטרעסאנט וויאזוי פון די ריטעיל ליין זענען זיי אזוי גרויס געווארען אין טעכנעלאגיע ליין, ווארט נאר ביז זיי וועלן האבן פאונס וכו' אין נאכדעם מירדשען מיט גרויסע קאמפאניס אזוי עס איז געשען ביי אסאך אנדערע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:01 pm
דורך פיינע קאווע
קען מען צולייגן א sd קארד ? עס האט א usb?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:27 am
דורך שמעקעדיג
איז פאראן א חילוק אויב איך האב א עמעזאן קינדל דעווייס, צו איך פארמאג א טעבלעט מיט א קינדל עפפ דערויף?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:33 am
דורך יידל
יא, ווייל אן עמעזאן קינדל דיווייס ארבעט מיט אי-אינק. (חוץ קינדל פייער). חוצמזה איז אלעס די זעלבע אדער גאר בעסער א טעבלעט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:35 am
דורך דעת תורה
מענין לענין, איך זעה א מצאות סייט פארקויפט דעם "נוק" טאבלעט פאר 90 דאלער. לוינט עס? לויפט עס אויף ענדרויד?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:37 am
דורך דעת תורה
יידל, די אי. אינק איז דא נאר אויף ספעציעלע קינדל - אדער בכלל אי - ביכער, אדער דאס זעלבע וועט זיין אויב לייג איך ארויף פ.ד.פ.'ס דערויף? און עקטשולי, צי קען מען בכלל דאס טאן?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:50 am
דורך סאשי פיש
[ קינדל ארבעט מיט אי-אינק, און ליינט זיך ווי געדרוקטע טעקסט אויף פאפיר.

וואס איז דאס אי -אינק? א מין סקרין ספעשיל צו ליינען?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:57 am
דורך יידל
דעת תורה, מ'קען ארויפלייגן דערויף פי די עףס און מ'ליינט דאס מיט די זעלבע אי-אינק. אלע קינדלס האבן אי אינק חוץ קינדל פייער.
אי אינק איז אן אינטערעסאנטע טעכנעלאגיע, ואכמל. וויקיפידע איז מסתמא גוט מסביר.