אלעס איז מיין שולד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך בונה של טוב »

נאך פון אלס קינד פלעג איך שטארק שטרעבן פאר שלימות (יארן איידער ״דער וועג צו שלימות״ איז פארקויפט געווארן אויפ׳ן מארקעט, און צוגעלייגט געווארן צו די מוסר אפטיילונג אין אונזער ספרים שאפע)

די ליגנט אז מ׳קען זיין א מלאך און קיינמאל נישט דורכפאלן אין עבירות- אדער אז ס׳דא אזא זאך בכלל ווי א צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא,
דאס איז א געוואלדיגע עוולה פאר זיך, וואס האט יארן לאנג אומזיסט מיר געפייניגט די נשמה. אזוי לאנג האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגער בטלן וואס קען נישט אויספיגערן וויאזוי צו זיין perfect.
כ׳פלעג פילן ווי א total loser פאר׳ן זיין א בשר ודם!

אויב דאס וואלט געווען די איינציגסטע מכה מיט וואס איך בין געשלאגן - דיינו…

לייג אבער צו די צוויי קרובים:

1.די געוואוינהייט פון אלעמאל נעמען זאכן personal

ווען עפעס געלונגט נישט, פיל איך אז: אויב וואלט איך עטוואס מער מיה אריינגעלייגט דערין וואלט איך זיכער עס געקענט פארמיידן, אין אנדערע ווערטער אויב איך וואלט זיך נישט ״געפוילט״ און געווען ״מער אחריות׳דיג״ וואלט קיין שלעכטס קיינמאל נישט געשעהן.

דערמאנט מיך וואס מיין פעטער פלעגט זאגן: ב״ה איך בין נישט גאט, ווייל כ׳ווייס נישט וויאזוי איך וואלט געקענט טון א בעסערע דשאב פון אים

וואס איך מיין צו זאגן: ס׳קוקט אויס ווי איך וואלט געהאט א
‏God complex
ווען דו זעהסט ווי אפט איך האק זיך אין קאפ מיט מיין אינערליכע קריטיקער וואס לאזט מיך נישט במנוחה און צוביילט מיר דעם מח ביז איך בין בלוי מיט שולד געפילן - ווען זאכן גייען מיט׳ן פּיטם אראפ - אפילו ווען ס׳האט לאו דוקא עפעס מיט מיר צו טון - ס׳פשוט part of life!

בעפאר דו ווילסט מיר זאגן כ׳זאל עס ארויסהאקן פון קאפ, וויל איך דיר מסביר זיין:
ערשטנס איז נישט אזוי פשוט צו dilute א פאר׳סם׳טע וועג פון פילן וועגן זיך וועלכע איז איינגעגעסן געווארן פון קליינווייז אָן.
צווייטנס, איז זייער נארמאל פאר א קינד צו מיינען זיי זענען שילדיג פאר יעדע זאך - ווייל זיי זענען צו יונג צו קענען זיך ערלויבן צו בּלעימען זייערע עלטערן- ס׳נישט צום אויסהאלטן די לעוועל פון insecurity וואס ס׳קען מאכן פאר א קינד צו פילן אז ער איז נישט באשיצט, און קען זיך נישט פארלאזן אויף זיינע עלטערן, ממילא די מח ספראוועט זיך מיט זייערע חסרונות דורכ׳ן זיך איינרעדן אז אויב פירט ער זיך אויף בעסער וועט זיין מצב זיכער בעסער ווערן (ס׳געט אים א געפיל פון safety כאילו זאכן זענען under control)

אבער ווען דו נעמסט אזא פשוט׳ע נאטירליכע coping mechanism פון א קינד און מ׳בויט דערויף אפאר הויכע שטאָק מיט א חינוך וואס לערנט קלאר אז אלעס איז דיין שולד: צרות קומען פון דיינע עבירות, דיין חבר איז קראנק ווייל דו האסט גערעדט ביים ליינען אדער אנדערע ״גרויסע זינד״
דעמאלס איז עס אסך אסך שווערער אויסצו-וואשן פון דיין סיסטעם דעי נאגנדע קריטיק אין קאפ וואס באשולדיגט דיר פאר יעדע זאך, און מאכט דיר פילן ווי די ערגסטע מענטש.

‏2. catastrophizing איז די פארפאלגנדע געפיל ווען עפעס אין דיין טאג גייט אראפ פון די ערווארטעטע שינעס - און די מח הייבט אן רודערן כאילו ס׳איז עק וועלט, און שטעלט זיך שוין פאר די ערגסטע אויספיר (worst case scenario)

דרך אגב,
דערמאנט עס מיר דער בדחן ביי מיינע עלטערן׳ס חתונה וואס האט דערציילט אז א יונגערמאן האט געפרעגט זיין חבר: וואס איז די חילוק צווישן אן עקסידענט און א קאטאסטראפע?

ענטפערט יענער: אן עקסידענט איז ווען דו שיקסט זיין שוויגער אין גראסערי און זי טראסקעט אראפ די טרעפ

א קאטאסטראפע איז ווען זי קומט צוריק ארויף לעבעדיג

סך הכל, ווען מ׳רעדט וועגן די מח ווילד לויפן אין די ריכטונג פון פארשטעלן זיך אן אויספיר פון א געשעהניש אסך ערגער ווי ס׳לאזט זיך אויס - מיינט עס דער מח האט דורכגעלעבט אסך טראגישע איבערלעבענישן און וויל זיך ספראווען פון פאראויס דורכ׳ן זיין גרייט צו האנדלען סיי וועלכע שרעקליכע רעזאלטאטן.

אבער לעבן אונטער די דריק 24 שעה פון walking on eggshells ווייל מ׳האט מורא אז יעדע שלעכטע ריר קען האבן מאסיווע קאנסקווענצן - פולט אן די גוף מיט א לעוועל פון cortisol וואס איז זייער נישט געזונט. ס׳נישט sustainable צו לעבן אונטער אזויפיל סטרעס.

ווער רעדט נאך ווען די חינוך לייגט צו זאלץ צו די וואונדן און באקט אריין מער זאכן פון וואס מורא צו האבן און catastrophize’ען

קענסטו האבן טענות אויב א מענטש האט זיך צוגעוואוינט צו זארגן כסדר און לעבן מיט אזויפיל ענקזייעטי?

די שלשה אחים: 1. א פחד פון מאכן טעותים- messing up
2.א געוואוינהייט פון נעמען זאכן פּערסענעל, און מיינען אז אלעס איז דיין שולד 3. די פראגראמינג פון ערווארטן דאס ערגסטע & catastrophizing

צוזאמען איז עס אן עקסעלענט רעסעפּי פאר א צושמעטערטע מאראל.

Anyone relate?
‎(צרות רבים חצי נחמה)
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

Oh yes!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך צקון לחש »

שרייבסט געוואלדיג, יש"כ
צדיקים האבן שוין געזאגט אז וויקטימייזעישאן דורך וויקטימס איז נאך די שווערסטע פון אלעס, ה' ירחם כל שארית ישראל עמו, וישבור עול גלות הדעת והנפש מעל צווארינו
טיילונג איצט!
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

Perfectionism is a trauma response, you didn't receive love as a child so you told yourself that if you will be perfect you will receive the love that you need, after a couple of years with that mindset it became part of your identity and embedded in your DNA

קיינער ווערט נישט געבוירן מיט א רצון צו זיין א מושלם, א מענטש דארף שלימות ווי א לאך אין קאפ, פארוואס זאל ער עס וועלן בכלל? וואס א מענטש דארף איז ליעבע, acceptance, sense of belonging, וכו', די שלימות נאראטיוו בויט זיך נאר אויף אלץ א מיטל צוצוקומען צום ציל כדלעיל. די עצה איז פשוט זיך צו טרעפן מענטשן וואס געבן דיך וואס דו דארפסט באמת און ווארף אוועק די גאנצע שלימות משוגעת ווייל ס'גייט דיך גארנישט צוגעבן אין לעבן, נישט אויף דעם וועלט און קל וחומר נישט אויף יענע וועלט, לאדיך פשוט אפ פון די נארישקייטן און פערטיג.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re:

שליחה דורך בונה של טוב »

Easier said than done

וואלט עס נישט געווען א מחי' ווען אונזער לעבן וואלט געפארן אויף אזעלכע געשמירטע רעלסן אלעמאל, אין א בחינה פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים?
"לאדיך פשוט אפ און פארטיג" איז advice וואס איז נישט אזוי פשוט צו קענען מקיים זיין.

גראדע האב איך יא באקומען ליבשאפט אלס קינד, אבער דו ביזט גערעכט אז perfectionism איז א טראומא רעאקציע.

ס'געווען א טראגישע עקסידענט אין די משפחה וואס האט איבערגעדרייט מיינע קינדערישע יארן.

אבער דו קענסט נישט סתם אפשאקלען טראומא כאילו ס'איז ברעקלעך וואס האבן זיך אנגעקליבן אויף דיין שויס ווען דו האסט געגעסן א פיינע קיפּעלע.

טראומא רעקארדירט אין די nervous system א נייע וועג פון זיין, און ווען מ'וויל עס טוישן נעמט עס צייט און געדולד און אסאך פראפעשינעל הילף פון מענטשן וואס פארשטייען גוט וויאזוי צו געבן די סארט support וואס העלפט היילן פון טראומא.

דו קענסט נישט מיט talk therapy אנקומען צו ווערן אויסגעהיילט פון טראומא. ס'קען העלפן אסך צו פילן בעסער- ווען מ'האט די ריכטיגע שליח, אבער ארויסנעמען פונ'ם גרוב איז נאר somatic healing א ישועה
as far as I have heard & seen

I have come a long way
but again:
מ'קען זיך נישט simply אפשאקלען דערפון, it's a process
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re:

שליחה דורך שפילער »

הכנה דרבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 10:29 am קיינער ווערט נישט געבוירן מיט א רצון צו זיין א מושלם, א מענטש דארף שלימות ווי א לאך אין קאפ, פארוואס זאל ער עס וועלן בכלל? וואס א מענטש דארף איז ליעבע, acceptance, sense of belonging, וכו', די שלימות נאראטיוו בויט זיך נאר אויף אלץ א מיטל צוצוקומען צום ציל כדלעיל.

גראדע איז לאוו אויך א מיטל צוצוקימען צו security דאס איז וואס א מענטש דארף די עיקר security וועגן דעם yearned ער אזוי שטארק פאר ליבשאפט ווייל אז מען האט אים ליב איז ער זיכער אז מען גייט אים נישט אוועקווארפן!
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

די חילוק איז נאר אז לאוו קען מען פארשטיין פארוואס א מענטש זאל עס וועלן האבן, און ס'איז טאקע א נאטורליכע צורך מיט וואס יעדער ווערט געבוירן, משא"כ שלימות איז נישט נאטורליך און טוט נישט גארנישט אויסער פיטערן טראומאס.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך בונה של טוב »

@הכנה דרבה א מענטש וואס פילט ווי זיין לעבן איז אלעמאל אויף הינערנע פיס, וועט אינסטינקטיוו פרובירן האבן עטוואס ״קאנטראל״ אויף זיין לעבן. פּערפעקשעניזם איז א סערווייוול מעקאניזם (אויפ׳ן מאמענט, געט עס א געפיל אז ס׳וועט דיר שיצן פון אלעם בייזן ווען דו מאכסט זיכער to have all your ducks in a row

אבער די צרה איז ווען מ׳האט on top אויף דעם coping מעקאניזם נאך אויך א חינוך ווי דו ״מוזט״ זיין פּערפעקט, אויב נישט ביזטו שלעכט/א זינדיגער א.ד.ג.
האדעווען קינדער נישט מורא צו האבן פון טעותים איז א שליסל צו הצלחה אין לעבן, אבער אויב נעמסטו צו פון א קינד די רוהיגקייט פון זיין א בשר ודם און פארלאנגסט ער זאל זיך צושטעלן צו
unrealistic expectations
דעמאלס רויבט עס אים פון א וויכטיגע tool
צו קענען מצליח זיין אין לעבן
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך חתן בחור »

בונה של טוב האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:57 pmדי ליגנט אז מ׳קען זיין א מלאך און קיינמאל נישט דורכפאלן אין עבירות- אדער אז ס׳דא אזא זאך בכלל ווי א צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא, דאס איז א געוואלדיגע עוולה פאר זיך, וואס האט יארן לאנג אומזיסט מיר געפייניגט די נשמה. אזוי לאנג האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגער בטלן וואס קען נישט אויספיגערן וויאזוי צו זיין perfect. כ׳פלעג פילן ווי א total loser פאר׳ן זיין א בשר ודם!

די ווערטער מאכן מיך טראכטן פון Complex post traumatic stress disorder.

מער אינפארמאציע איבער דעם פון וויקיפידיע.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
ארכיטקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך ארכיטקט »

אמת'ע ריכטיגע רייד @בונה של טוב.

אלעס ווענדט זיך אין די חינוך וויאזוי דיינע עלטערן \מלמדים לערנען דיר אויס זאכן.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך בונה של טוב »

ארכיטקט האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:03 pm אמת'ע ריכטיגע רייד @בונה של טוב.

אלעס ווענדט זיך אין די חינוך וויאזוי דיינע עלטערן \מלמדים לערנען דיר אויס זאכן.
איך וואלט מדייק געווען און געזאגט: אסך ווענדט זיך אין די חינוך.

נישט אלעס.

די סביבה מאכט א גרויסע חילוק. היינט אז איך וואוין אין א צווייטע פלאץ און געקענט אנהייבן פריש האט עס מיר געגעבן די געלעגנהייט צו לעבן א גוטע לעבן טראצדעם וואס דאס איז געווארן איינגעבאקן. היילן איז אלעמאל א געוואלדיגע מתנה ווען מ׳טרעפט די ריכטיגע שליח, ווייל עס טוט נישט סתם ארויפלייגן א בענדעיד און לאזט די וואונד גיסן אייטער אין באהעלטעניש. פארקערט, עס העלפט גיין אין די יסוד און פארעכטן וואס איז צובראכן געווארן און צום סוף קען גאר בארייכערן דאס לעבן אפילו דאס אלס וואס מ׳האט מיטגעמאכט.

(עס נעמט אוודאי נישט איבערנאכט. און ווי דערמאנט: ערשטנס, מ׳דארף האבן א גוטע סביבה, פונקט ווי פאר א בלום איז שווער צו בליען אָן קיין זון אין א שטיקעדיגע אטמאספער, דאס זעלבע דארף א מענטש אין אכט נעמען וויפיל די סביבה- די מענטשן מיט וועם ער דרייט זיך טאג-טעגליך האבן א השפעה אויף זיין גייסט און געזונט.
און צווייטנס דארף מען געפינען הילף פון איינעם וואס פארשטייט גוט וויאזוי צו העלפן היילן פון טראומא. אויב האט ער נישט ארויס די יסודות קען ער אמאל מער חרוב מאכן.

היילן פון טראומא איז נישט ווי א באקס וואס דו דארפסט זיך צופּאסן דערצו,
there is no “one size fits all
פארקערט, איינער וואס פארשטייט ריכטיג דעם פּראצעס, האט אסך אויסוואלן פון וועגן און שאפט א custom made journey לויט ווי ס׳פאדערט פאר דיינע באדערפענישן און גייט אויף דיין pace
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

בונה של טוב האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:57 pm נאך פון אלס קינד פלעג איך שטארק שטרעבן פאר שלימות (יארן איידער ״דער וועג צו שלימות״ איז פארקויפט געווארן אויפ׳ן מארקעט, און צוגעלייגט געווארן צו די מוסר אפטיילונג אין אונזער ספרים שאפע)

די ליגנט אז מ׳קען זיין א מלאך און קיינמאל נישט דורכפאלן אין עבירות- אדער אז ס׳דא אזא זאך בכלל ווי א צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא,
דאס איז א געוואלדיגע עוולה פאר זיך, וואס האט יארן לאנג אומזיסט מיר געפייניגט די נשמה. אזוי לאנג האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגער בטלן וואס קען נישט אויספיגערן וויאזוי צו זיין perfect.
כ׳פלעג פילן ווי א total loser פאר׳ן זיין א בשר ודם!
ליידער, די טרויעריגע איראניע פון אלעמאל פרובירן צו זיין perfect
איז אז:
.If you try to please everyone, you will end up pleasing no one

נישטא קיין זאך אין דער וועלט וואס דו קענסט טון perfect
וואס קוקט אויס פּערפעקט פאר איינעם, און איז ״פונקט גוט״ לויט יענעם׳ס געשמאק
קען זיך ארויסשטעלן אז פאר א צווייטן וועט עס גאר זיין פארקערט - דער צווייטער האט עס בכלל נישט ליב...

ממילא, די בעסטע דרך אין לעבן
איז טון וואס pleased דיר, וואס דו פילסט אין דיין הארץ איז ריכטיג,
און כאטשיק א צווייטנס אומצופרידנהייט וועגן דעם, קען דיר אפשר וויי טון (אויב זיי דריקן עס אויס אין אומאנגענעמע וועגן),
אבער עכ״פ ביזטו געבליבן true to yourself און זיך אליין נישט פארראטן.
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: אלעס איז מיין שולד

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

א גוטע ליד וואס האט מיר דערמאנט פון דעם אשכול
פון די באוואוסטע זינגערין Nina Simone - Jazz & Blues singer
וואס Rolling Stone האט איר נומינירט אלס איינע פון די גרעסטע זינגערס of all time
פארשפארט