פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20242
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15519 מאל
קאנטאקט:

פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

די נייעס באריכטן האבן פארציילט אז ס'איז (ב"ה) געלונגען פאר די סאלזאטן פון צה"ל צו באפרייען 4 משכונות פון די הענט פון די כאמאס רוצחים (נישט פרייהייטס קעמפער ווי דער בלאט רופט זיי).

די גיבורי ישראל די סאלדאטן פון די ספעציעלע יוניטס האבן זיך פארשטעלט ווי פאלעסטינער רעפיודזשיס. נאכדעים וואס זיי האבן זיך דערוואוסט אז די אידישע געפאנגענע ווערן געהאלטן אין דעם פאלעסטינער לאגער נוסאעיבא. וואס דארט איז דאך די נעסט פון די רוצחים.

זיי האבן ארויפגעלייגט מאטראצן און אנדערע זאכן אויף די דאך פון די קארס מיט וואס זיי זענען אריינגעפארן אין פליטים לאגער. ווען מ'האט זיי געפרעגט פון וואו זיי קומען האבן זיי געזאגט פון צענטער פון רפיח. זיי זענען פליטים.

די אקציע איז ב"ה געלונגען אויף דעם בעסטן אופן. און 4 משכונות זענען באפרייט געווארן און זיך צוריקגעקערט אהיים צו זייערע משפחות.

די געוויינליכע שונאי ישראל וועלכע מוזן דאך מקיים זיין וואס רש"י הק' זאגט אין פ' יתרו האבן זיך באלד גענימען ליארמען אז ס'הייסט, נעבעך, 200 אומ-שולדיגע פאלעסטינער זענען אומגעקומען ביי די אקציע. און פרעזידענט ביידן יר"ה האט, כדרכו גערעדט פון ביידע זייטן פון זיין מויל. ער האט באוויינט דעם פארלוסט פון "אומ-שולדיגע" סיוויליענס. אין די זעלבע צייט האט ער אויך געזאגט אז אמעריקע שטיצט 100% מדינת ישראל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר