די הייליגע קאמפיין פון ביהמ"ד עיון למחשבה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

די הייליגע קאמפיין פון ביהמ"ד עיון למחשבה

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ר' יצחק לאווי (@לעיקוואד)'ס בית מדרש עיון האלט אפ אין די יעצטיגע טעג א 'מעטשינג' קאמפיין מיט דער גאול פון הונדערט טויזענט דאלאר, געמעטשט דורך מכון "כרם - בין תורה לחכמה" דער מכון וואס ווערט אנגעפירט דורך הנגיד הרבני יואל ווערצבערגער נ"י און איז געווידמעט צו שטיצן שיעורי תורה וחכמה ארום די טריי סטעיט געגענט. (דער מכון פארדינט אן עקסטערע אפשאצונג פאר זיך ועוד חזון למועד).

עס איז צום שטוינען ווי פון א ווייטע חלום אפאר יאר צוריק https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=12629 צו עפענען א בית מדרש צו לערנען עניינים פון מחשבת ישראל בעיון, ווערט צוביסלעך געפארעמט א גאנצער נייע סארט בית מדרש און א בית ועד לחכמים פון מענטשען וואס זיכן א טיפערע און מער ערוואקסענע צוגאנג צו תורה און אידישקייט.

דער בית מדרש איז נישט סתם א פלאץ ווי עס קומען זיך צוזאם היימישע "אויבער חכמים" צו רעדן על דא ועל הא. נאר ר' יצחק מיט זיין חבורה האבן אוועקגעשטעלט א פלאץ געבויט אויף אן אמת'ער אהבת התורה ואהבת החכמה. עס איז באמת צום שטוינען צו זען אז נאכדעם וואס מען פארשטייט שוין אז מיט ״חדר לעוועל״ אידישקייט קען מען נישט ווייטער גיין, איז מען נישט צופרידן צו בלייבן בלויז ביים חוזק מאכן און קריטיקירן די אלע וואס שטיפן ווייטער דעם קינדערישע וואגן, נאר מען עפענט זיך באמת צו א נייער וועלט פון ראשונים ואחרונים וואס האבן אויך באמת געזוכט די חכמה אין די תורה, האבן זיך נישט דערשראקן פאר קיין קשיות, און האבן אויסגעטראטען וועגן וויאזוי צו לערנען און אנקומען באמת צו טיפערע הבנות אין אלע יסודות'דיגע עניינים.

דאס ווייזט אויף די כח היחיד און כח הציבור פון וואס מען קען אנרופען בלשון כללות ״דער קאווע שטיבל״ ציבור, וויאזוי מען איז צוביסלעך אויסגעוואקסן די קינדער שוך. נאך אסאך יאר וואס דער עיקר "אויטפוט" און שמועסן זענען געווען שמועסערייען אנליין, צוביסלעך האט מען אנגעבויען ארויסצוגעבן דער וועקער וואס איז געדרוקט געווארן אויף ממשות'דיגע פאפיר אין דער וועלט, דאך איז דאס בעיקר דיבורים. דא האלטן מיר שוין ביים שטאפל אז דאס ברענגט צוזאם מענטשען פנים אל פנים מיט זייער אייגענער נאמען אויף דער עמטליכע וועלט. די יודעי דבר טענה'ן אז עס איז שוין פארהאן עטליכע גרופעס אינגעלייט וואס קומען זיך צאם, סיי ביי ר' יצחק אליינס וועכנטליך, און סיי ביי אנדערע מגידי שיעור, און אנדערע קבוצות, ווי מען שמועסט אויס דברים העומדים ברומו של עולם מיט אן אפענקייט און א קלארקייט, אן קיין פחד און אן קיין מורא. דאס אלעס קען מען היינט זעהן מער ווייניגער, ווי אויף דער פעידזש פון דער קאמפיין געבן הונדרעטער יונגעלייט אפ זייער ברייטהארציגע נדבה מיט די אייגענע נאמען.

דאס קען נאר געשעהן וויבאלד סוף סוף איז דאס אן אמת'ער חבורת לימוד התורה, פשוט דער תורה וואס נישט אלע ווייסען דערפון, די תורה פון אונזערע אמת'ע חכמים ונבונים שבכל דור ודור. און רבי יצחק האט א זעלטענער יכולת אראפצוברענגען די דברי תורה וחכמה צו אונזער מציאות און ארויפצוברענגען דער עולם צו באמת הנאה האבן פון א טיף שטיקל מורה נבוכים, נישט סתם הנאה האבן פון דער איפכא מסתברא'דיקייט פון דעם, נאר באמת דער תענוג השכלי פון פארשטיין א ווארט אמת. וואס דער תענוג השכלי פון לימוד החכמה איז דער יסוד וואס היילט אלעס ווי אלע חכמים האבן שוין געזאגט.

דער מאוומענט ברענגט אויך צוזאמען אידען פון אלע חלקים אידישקייט, ווי עס קענען זיצען און לערנען צוזאמען א סאטמערע אינגערמאן מיט א יונגערמען פון פייוו טאונס און א בחור פון לעיקוואד ישיבה, אלע טרעפן זיך אן ארט אין דער נייער דרך התורה ווי מען קען רעדן בעיון אלעס פון דער רמב"ם ביז דער זוהר און פון שד"ל ביז הרב קוק. אלע מיט די זעלבער תשוקה פשוט צו פארשטיין די תורה און גיין בדרכי החכמה אויף א וועג וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש.

שטיצט די קאמפיין מיט געלט און מער וויכטיג דורך מפיץ זיין די לינק אז ווי מער מענטשען זאלן זיך אנגעבן ביים נאמען צו שטימען רבי יצחק שליט"א כי ברוב עם עלו בני ישראל מארץ מצרים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כיהודה ועוד לקרא, איז ממש מן המותר ארויסצוברענגען די נחיצות וואס די ביהמ"ד ושיעורים פון מורינו הרה"ג ר' יצחק שליט"א איז און טוהט אויף פאר אונזער געזעלשאפט. פאר איינער וואס דרייט זיך אויף קאווע שטיבל, באדייט דאך דאס אז אט דאס זוכט ער. די סארט טיעפע העמק דבר שמועסן פון אמאל, אין אַן אפיציעלן מסודר'דיגן פארמאט, איז אט דאס וואס די ביהמ"ד שטעלט צו! און, לידיעתי, איז ער (ליידער...) דער סאמע איינציגסטער בתוך אונזער געזעלשאפט וואס טוהט דאס און שטעלט דאס צו. (די שיעורי עיון פון הרה"ג ר' יונתן מארטאן שליט"א על גמרא, טאקע דורך די פריערדערמאנטע מפעל הכרם, איז אויך ענליך לגבי התלמוד ודרך ההלכה ופסק וכו' און די היסטארישע קאנטעקסטן רינגסט ארום.)

דא איז א לינק צו דעם קאמפיין, וכל אשר חכמה בקרבינו נוגע ללבבו און האט זיך אמאל געשעהמט אז אין אונזער געזעלשאפט איז ליידער נישטא קיין אלגעמיינע עפּרישיעישאן פאר חקירה וחכמה, זאל ביטע צושטייער געבן כפי יכולתו.

דאס איז א מכתב המלצה דערפאר פון הרה"ג ר' יואל אשר לאבין שליט"א:
לאבין.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

Re: די הייליגע קאמפיין פון ביהמ"ד עיון למחשבה

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
רוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

Re:

שליחה דורך רוני »

מי אני האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 8:00 am
דאס איז א מכתב המלצה דערפאר פון הרה"ג ר' יואל אשר לאבין שליט"א:לאבין.jpg

די דאטום איז תשפ"ה
פשוט אז ער מיינט מיט די 'כולל'...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

סעמיט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 9:38 am דער קאמפיין איז די צייט ווען א קאווע שטיבל איד דארף זיך פרעגן: בין איך דא נאר צו שטופן צייט און אראפרייסן, אדער מיין איך אויך צו בויען און שטיצן ערליכע אידן וואס ברענגען תורה און אידישקייט אויף א הייליגן שטייגער.

ביי מיר איז פשוט אז מ'מעג נאר סותר זיין על מנת לבנות. אפילו מיט א קליינע נתינה איז מען מקיים חבר אני לכל אשר יראיך, און מ'שטיצט תורה און קדושה.
סתירת זקנים בנין (מגילה לא:). ״זקנים״ עם הכולל גימטריא ״יצחק״. ואין זקן אלא חכם ומי שקנה חכמה (קידושין לב:).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
[NAMELESS]

Re: די הייליגע קאמפיין פון ביהמ"ד עיון למחשבה

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיך משתתף געווען ב"ה
פארשפארט