בלאט 1 פון 1

קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 2:06 pm
דורך קרעפלעך
פארציילט מיר א שכן אין בית הכנסת א האר שטעלן געשיכטע.

זיינ'ס א חבר טוט אין ריעל עסטעט אין ניו יארק. איין טאג לעצטענס איז ער געווען אין יאנקערס אויף ביזנעס און אזוי שפאצירנדיג באפאלט אים א גוי פון א גאס ארויפציר מיט טויטע קללות און אנטיסעמיטישע לאזונגען. האט ער נישט געוויסט וואס על מה יצא הקצף, דער גוי האט אויסגעזען גראדע ווי א בעסערע צאמגענומענער באשעפעניש. דער אינגערמאן קלערט מסתם איז דאס א מיטל מזרח פאלעסטינער מלחמה אויסברוך און פרובירט צו גיין אין א פארקערטע דירעקציע ער האט נישט געזוכט קיין צרות.

אונזער גוי, וואס לויט ווי דער פארציילט מיר מאלט אים אראפ וואלט געקענט פעססען פאר א דאקטאר אדער לויער לויט זיין געשטעל און טראגע, ריקט זיינע טריט אינעם זעלבן דירעקציע אבער זיינע טענער לאזן נאך, פאר דער אינגערמאן זעט אויס ווי ער וויל דוקא יא א וויכיח האבן, ער ווייזט אים מיט די הענט ווי צו זאגן וואס ווילסטע פון מיר, דער גוי האלט זיך רואיג ער וויל אים עפעס פארציילן.

פארוואס האס איך דיר? פארוואס איך האב דיר צוזאמגעשאלטן ווילסטע אוודאי וויסן? דער אינגערמאן שטייט אביסל אפגעריקט אבער איז גרייט צו הערן.

איך בין א קריסט א קאטאליק הייבט ער אן מיט ווייטאג, מיין טאטע זיידע ביז דורות ארויף. איך האב איין אייציג קינד א בן יחיד געהאט אויף דער עלטער, קענסט זיך פארשטעלן וואס איך האב אלץ אריינגעלייגט אינעם קינד ווי אזוי איך האב אים געוואלט זען אויסוואקסן מיין חינוך און ווירדן.

א חודש צוריק האב איך אנגעהויבן באמערקן שטארקע שיניום אין מיין זון ער האט אויפגעהערט גיין אין קלויסטער, טראגט מער נישט זיין נעקלעס און בכלל איז ער געווארן זייער פאר זיך עפעס האב איך געזען באדערט און נאגט עם.

ווען איך האב ענדליך עפעס געקענט דערטאפן וואס דא קומט פאר האב איך געזען דעם בראך דאס ערגסטע וואס קען פאסירן ער וויל א איד ווערן, ער וויל זיך מגייר זיין. ס'האט מיר נישט געהאלפן די גרעסטע טעראפיסטן פאר אים גלחים און טאטעס גארנישט.

וואס פאר א משוגעת איז עם אין קאפ אריין? ער האט נישט געהאט קיין פארקער מיט אידן קיינמאל.

ווען איך האב ענדליך מצליח געווען צו זיך עפענען פאר מיר האט ער אויסגעזאגט דעם סוד.

פאר עטליכע מאנאטן צוריק איז מיין קינד געווען אין רוים אויף א וואקאציע. אויפן וועג צוריק העכערן ים אויפן פליגער האט איינער פון די פאסאזשירן געהאט א מעדיקעל אישו, און נישט מער אדער ווייניגער א אידישע מאן איז אים געקומען דערמינטערן. פאר מיין זון איז דאס געווען צופיל, ס'טייטשט?! א איד א EMT איז געקומען העלפן א נישט איד וואס האט גע'חלש'ט?!?

פון דארט און ווייטער האט ער אנגעהויבן האבן ספיקות איבער די גאנצע קריסטליכע רעליגיע. אזא קידוש השם וואס דער הצלה האט געמאכט האט מיין זון געמאכט טראכטן אביסעלע טיפער, און דא האלט מען, מיין גאנצע חינוך און האפענונג פאר מיין זונ'ס עתיד איז אוועק מיט די ווינט און דו פרעגסט פארוואס איך האס ענק אידן?

-----

אויב די געשיכטע איז אמת קלער איך אז מ'וואלט געדארפט מעורר זיין די הצלה ארגאניזאציע אז ווען ס'פאסירט אמאל אזא מעשה אין די לופט זאל מען פרובירן מסביר זיין די פארוואונדערטע קידוש השם פארלאזירטע פאסאזשירן אז ס'העכסט נארמאל וואס זיי טון און אז זיי וואלטן עס געטון אפילו זיי וואלטן נישט געווען אידן ווייל פשוט דאס איז נארמאל און מענטשליך און אפשר אויך נישט ארויסצואווייזן צופיל עקסייטמענט פאר דעם און נאכדעם און זאל יעדער זיין געזונט און שטארק א געזונטן זומער.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 2:08 pm
דורך א גוט יאר
🤣

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 4:21 pm
דורך כרם זית
הונדרעט פראצענט גערעכט.

ליידער איז עס ווי די באקאנטע saying אז העדליינס ווערט נאר געמאכט ווען א מענטש בייסט א הינט.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 5:06 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז א מאדנע אורזאך (סיבה/ריזן) אויסצוגיסן דעם כעס אויף א איד. און א מאדנע געשיכטע, בכלל.

דער פאקט אז א אידיש אויסזעהענדער מענטש האט באהאנדלט אן עמערדזשענסי מצב אויף א פראפעסיאנאלן און איבערגעגעבענעם וועג איז א פאזיטיווע זאך.

אויך דער פאקט אז דער נישט אידישער יונגער מאן האט געצויגן זיינע מסקנות פון דעם געשעהעניש, ווייזט אז זיינע עלטערן האבן איהם נישט געגעבן דעם ריכטיגן חינוך. ווייל ער איז ערצויגן געווארן אז די אידן זענען שלעכטע און געפערליכע מענטשן. און דא האט ער געזעהן פונקט די פארקערטע. דאס האט איהם געמאכט אפפרעגן דעם גאנצן חינוך פון זיינע עלטערן. אויך זיין רעליגיע. וואס לערנט איהם אז די אידן זענען שלעכטע מענטשן.

אונז, אלס גרופ האמיר זיך גארנישט צו שעהמען און צוריקהאלטן. פארקערט דאס איז דער גרעסטער קידוש ה'. ממנו ילמדו וכן יעשו.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 5:20 pm
דורך חיים הערש
אגב, קידוש השם איז בעיקר צווישן אידן, און עס מיינט נישט אז די גוי וועט זיך מגייר זיין, עס מיינט אז די גוי/איד וועט ארויפקוקן אויף די אידישע פאלק/השם.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm
דורך ים רויבער
די אלטע טענה אויף אידן, ווען מען איז ארעם, פארוואס זענען אידן אזוי נאכגעלאזט און אנעדזשוקעיטעד, ווען מען איז רייך בא'גנב'עט מען די מענטשהייט.
ווען מען וויל נישט נעמען קיין פאבליק סערוויס דזשאב, איז מען סעלפיש, ווען מען העלפט אנדערע, איז עס נאר צוליב אגענדעס.

הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב.
(נישט אז איך גלייב אז די מעשה דא ארויפגעברענגט האט ווירקליך פאסירט)

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 7:27 pm
דורך יענקעל ג
דעי מענטש דארף א גרויסע דאקטאר

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
יענקעל ג האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 7:27 pm דעי מענטש דארף א גרויסע דאקטאר
?

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 12:23 am
דורך אונטער חכם
דער עולם דא דארף נייע סארקאזם גלעזער עמערדזשענסי...

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 1:01 pm
דורך סקעפטיקער
אונטער חכם האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:23 am דער עולם דא דארף נייע סארקאזם גלעזער עמערדזשענסי...
איך האב גלייך פארשטאנען אז די כוונה איז סארקאזם אבער נישט געקענט כאפן וואס די נקודה איז, ביז עס איז מיר קלאר געווארן אז ער מיינט ארויסצוברענגען אז יעדער פארשטייט אז די מעשה איז נישט אמת ווייל אז אן EMT זאל ראטעווען א מענטש איז פשוט מענטשליכקייט און ווייזט נישט אויף עפעס ספעציעל, א"כ וואס זענען די העדליינס דערפון?

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: ער מיינט ארויסצוברענגען אז יעדער פארשטייט אז די מעשה איז נישט אמת

וועלכע מעשה? אז דער אידישער EMT האט געראטעוועט די לעבן פון א גוי'אישע פרוי? דאס איז אמת. ס'איז דאקומענטירט.

אפשר די מעשה אז דער גוי דער טאטע פון דעם יונגערמאן וואס האט זיך געוואלט מגייר זיין אין רעזולטאט פון דעם אקט פון קידוש ה' אז ער איז באפאללן דעם איד. דאס איז זיכער נישט אמת.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 5:34 pm
דורך סקעפטיקער
פון די צווייטע מעשה רעד איך

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 1:07 am
דורך ים של שלום
בדידי הוה עובדא. איך בין געווען אויף א פליגער און א גוי איז צאמגעפאלן. א חסידישע EMT איז גלייך געקומען צו זיין הילף. און דאס איז די שמועס וואס איך האב געהאט מיט א גוי וואס איז געזיצן נעבן מיר.

Him: Excuse me. Can i ask you something?
Me: Sure
Him: Is he really an EMT?
Me: Of course. Why would you think otherwise?
Him: I thought religious jews only study the bible and become rabbis

האבעך געדארפט לערנען א גוי ברטנורא און מסביר זיין אז מיר זענען (מער ווייניגער) נארמאלע מענטשען.

אדאנק אין פלייט וייפיי האבעך אים געקענט ווייזן וועבסייטס און ווידיאס פון יודישע קאמפעניס און פראפעשענעלס.

צום סוף זאגט ער מיר: You blew my mind today

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:21 pm
דורך חמול על מעשיך
א גוי ווי אויך אסאך ניק'ס דא אויף ק"ש פארשטייען אז נאר דורך שטודירן קען מען אנקומען צו א וועלטליכע קאריערע און נאר א גראדואירטע סטודענט האט א עתיד אין לעבן, אבער פאקט אין היסטאריע ווייזט נישט אזוי.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 7:32 am
דורך שמעקעדיג
ים של שלום האט געשריבן:
אדאנק אין-פלייט ווייפיי האבעך אים געקענט ווייזן וועבסייטס און ווידיאס פון יודישע קאמפעניס און פראפעשענעלס.

צום סוף זאגט ער מיר: You blew my mind today

געוואלדיגע מעשה, שטארק הנאה געהאט.

סתם נייגעריג, וועלכע וועבסייטס האסטו אים געוויזן?

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 12:00 am
דורך ים של שלום
B&H
איתמר גינזבערג (שטייט דארט אז ער האט גערעדט ביי Google)
און נאך אפאר פריוואטע פרופעשענעלס וואס איך וויל נישט דא עדווערטייזן
ווידיאוס האב איך אים געוויזן פון חסידישע זינגערס און בענדס

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 12:24 am
דורך פעטער בייטשיקל
אונטער חכם האט געשריבן: דער עולם דא דארף נייע סארקאזם גלעזער עמערדזשענסי...

עקזעקטלי. דער עולם כאפט ניטאמאל וואס ער וויל ארויסברענגען...

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:54 am
דורך שפילער
קידוש השם מיינט נישט אז א יוד טוט א extraordinary זאך , קידוש השם איז פלעין ווען א יוד טוט א גוטע זאך קיקט עס דער גוי ארויף דעטס אלל

ועוד דעס אז דער גוי זעהט אז ער איז א וואלאנטיר און נישט קיין דאקטער אדער ems דאס שעצט ער

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 4:40 pm
דורך קלמישל2
געשריבן אייזן. ס'איז שוין א meme.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 9:59 pm
דורך פאלאטשינטא
יאפ, ווען איך בין געווען אויף rotation פאר מיין EMT license אין די בראנקס, האט די קראו אויך געגעבן א געפיהל פון האס.

זאגענדיג, אלס קומען דא אידן פאר EMT, go get a job.

גיי זיי מסביר א גוי, ווען איך טוה נישט גארנישט קוקט ער מיר אן אוואו וואס געבסטו צו צו סאסייעטי, טוה איך יא, בינען דא איינצונעמען די וועלט.

ווען מען גייט אין עמוירדזשענסי רום און ס'איז נישטא קיין בעט, שרייט מען וואס בלאקסטו די האלוועי, ווייל איך האב געטשוזט דא צו זיין היינט.

בקיצור די גוי דארף אונז נישטא, נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט אויס,

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 7:18 pm
דורך געדאנקן
שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 7:32 am
ים של שלום האט געשריבן:
אדאנק אין-פלייט ווייפיי האבעך אים געקענט ווייזן וועבסייטס און ווידיאס פון יודישע קאמפעניס און פראפעשענעלס.

צום סוף זאגט ער מיר: You blew my mind today

געוואלדיגע מעשה, שטארק הנאה געהאט.

סתם נייגעריג, וועלכע וועבסייטס האסטו אים געוויזן?
סתם פאר נייגעריג, וועלכע סייטס זענען טאקע גוט צו ווייזן פאר א גוי אים צו ווייזן אז אידן זענען סוקסעספול אין וועלטליכע זאכן?

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 10:45 pm
דורך ים רויבער
bhphotovideo.com
meridiancapital.com
lightstonegroup.com

דאס איז אפאר מעגא קאמפעניס וועלכע באלאנגען פאר היימישע יודן.

די ליסטע איז פארשטייט זיך לאנג. אבער אויב זוכסטו אים צו איבערצייגן אז אונז זעמיר ככל הגוים, העסטו מסתמא האבן א הארד טיים, עס איז נישט דא צופיל עקטארס און סעלעברעטיס ביי אונז. אזוי אויך איז האבן אונז (היימישע אידן) נישט צופיל ענדזשעניערס און סייענטיסטן.

Re: קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 11:47 pm
דורך מיסטעריע
Meridian Capitol זאלסטו נישט ווייזן.... ס'איז א פארגאגענהייט, אדרבה פרעג דיך נאך.