בלאט 1 פון 1

די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 11:10 pm
דורך חמול על מעשיך
מושי, דו קענסט נאר נעמען ביז די דריטע ליין! הערט זיך די טאטעס שטימע...

קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס כלל ישראל קען נאכנישט אויפקומען מיט א גוטע גרעיפ דזשוס? די זעלבע טרוקענע קעדעם קאנקארד איז ווי א לענדמארק אין יעדע אידישע שטוב ווי כאילו דאס איז די אויסגערופענע גרעיפ דזשוס...

ווי נאר א היימישע איד שמעקט א פיינע טשיקן זופ זעהט ער זיך אין די אויגן די ברייטע ווייסע קאווער פון די זעלביגע אלטע אומב'חנ'טע גרעיפ דזשוס... טוטס’מער א טובה...

שטקאן נפק”מ אין וואספארא מצב א איד שטייט היינטיגע טעג, וועט ער אלעמאל וויסן גרעיפ דזשוס קען מען נאר האבן ביזן דריטן ליין, ווי כאילו מ'רייסט זיך אין די גאסן פאר דעם..

חברה, ס'איז צייט פאר אן אפגרעיט...



איי עם סארי פאר אלע קעדעם גרעיפ דזשוס ליבהאבער...