בלאט 1 פון 3

א מצוה שלא לשם מצוה?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 12:45 pm
דורך חמול על מעשיך
זיצט דער צוקוועטשטער זאלי פארנט פון זיין חתן רבי און טרייט צו פארשטיין וואס דער אלטגעזעצענער אורח וויל פון אים...

ער האלט געציילטע טעג פאר די חתונה און מען האט זיך גענומען איבער זיינע ביינער, טראץ וואס ער איז נאכאלץ טראמאטיזירט פון די ביז איצטיגע קרעש-קאורס וואס מען האט אין אים אריינגעפאמפט, טרייט דער חתן רבי (וואס אגב איז נאך געווען חתן רבי פאר זיין טאטע...) אים מסביר צו זיין די יסוד פון לעבן, און ער פארנעמט נישט דער שפראך...

אנהייב האט אים עס אויסגעזעהן זייער פרייליכע אינפא, אביסל שרעקעדיג צו אויסטרייען אין ריאלעטעיט דאס ערשטע מאל, אבער פיין, מ'העט עס דורכשוויצן, דא קומט דער אורח און הייבט אים אהן פארליינען ראשית חכמה מיט מורה נבוכים אזש ס'איז אים פארגאנגען די אפעטיט...

היינט זענען דעי פערדן קליגער געווארן און זיי צוטיילן די לעצטע שיעור אין צוויי, אזוי קען מען ביים ערשטן מסביר זיין אז מ'טאר נישט הנאה האבן פון דעי וועלט און דער יצר ווערט נאר שטערקער נאכן חתונה, און די צווייטע איז די אומקלארע באהאלטענע קאוד שפראך פון קיום הבריאה... אבער ביי די פאל האט מען נאכנישט געהאט די גראנדיעזע געדאנק.

און אזוי, מיט א קראצעדיגע שטימע, זאגט ער: וויסן זאלסטו אז מ'איז נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט צו הנאה האבן, אבער ווייסט דאך, אפי' ס'איז דא הנאה דארף מען עס נישט, ווייסטאך, עהעם, יעדעס הנאה וואס מען האט נעמט אוועק פון יענע וועלט, עהעם, מ'מיינט תורה בטהרה, תורה בטהרה איז נאר ווען מען ארבעט אויף זיך... ס'קומט נישט פון זיך אליין, און נישט ח"ו אינזינען האבן צו הנאה האבן... און דא קומט די פאנטש ליין: נאר וואס דען, דער אויבערשטער האט דאך געהייסן, טוט מען אזוי אהן פארשטיין..., עהעם,

דער בחור זיצט פארטראכט און קען נישט פארשטיין. א מצוה דארף מען דאך הנאה האבן, און אז נישט האט מען סיי ווי הנאה, איז וואס וויל ער... און מיט די מיסטעריע דרייט ער זיך נאכאלץ ארום אין בויך ביזן היינטיגן טאג אהן קיין ענטפער...



הצלחה רבה

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 12:51 pm
דורך האי פרושא
חתן רבי'ס אין כלה טיטשערס זענען די גרעסטע גורם פאר היינטיגע גיטין

די מזבח וויינט אין אונז שטעלן אויף די אלע גראביאנען צו טרעפן שולדיגע אין די קאטאסטראפע וואס האט א קלארע לייזונג

די אזויגערופענע טיטשערס שטעלן אהער א לעבעדיגע גיהנום פארן אומשולדיגע אינגערמאן אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 3:32 pm
דורך עמרם
ס'איז דא אזעלכע

אבער כהיום איז שוין דא ב''ה אויך גוטע חתן מדריכים !

די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מאחורי...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 3:40 pm
דורך חמול על מעשיך
עמרם האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:32 pm ס'איז דא אזעלכע

אבער כהיום איז שוין דא ב''ה אויך גוטע חתן מדריכים !

די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מאחורי...
איך ווייס נישט ווער עס שרייבט אין מאחורי איך האב אינסייד דאטא פון די אלע קארסעס אין ארגנזעישאנס (כ’טו אין דעם) איך זאג אז ווי לאנג די פרומע קהילה רעקאמענדירטע טיטשער’ס וועלען זיך נישט טוישען וועט בוני עולם זיין ביזי שיקען אינגעלייט צו איבער נעמען הדרכה...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 4:33 pm
דורך צקון לחש
גוט דעסקרייבד די קלימאקס פון אונזער געפ*קטקייט

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 4:48 pm
דורך Yesh
זייער שיין, אבער פארוואס זאלי? :lol: :lol: :lol:

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 4:54 pm
דורך חמול על מעשיך
Yesh האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:48 pm זייער שיין, אבער פארוואס זאלי? :lol: :lol: :lol:
א צוקוועטשטען זאלי איז נאר א טערם וואס איך ניץ פאר איינער וואס לויפט נאך פרומקייט

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 4:55 pm
דורך האי פרושא
עמרם האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:32 pm ס'איז דא אזעלכע

אבער כהיום איז שוין דא ב''ה אויך גוטע חתן מדריכים !

די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מאחורי...
די וואס שיקן צו די גוטע חתן רבי'ס (וואס זענען אויך נישט גוט נאר בעסער) זיי זענען זיך שוין געווענליך מסדר, עס איז נאך דא הונדערטע האר אויפשטעלנדע מעשיות

שוין גענוג טרערן פארגאסן פארן זיין אויסגעשפארט פון מאחורי!

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 5:02 pm
דורך Yesh
סאיז שוין דא גוטע, איך פלאן צו שוקן צו פעגי גרינפעלד פאר 1 סעשען

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 5:06 pm
דורך חמול על מעשיך
האי פרושא האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:51 pm חתן רבי'ס אין כלה טיטשערס זענען די גרעסטע גורם פאר היינטיגע גיטין

די מזבח וויינט אין אונז שטעלן אויף די אלע גראביאנען צו טרעפן שולדיגע אין די קאטאסטראפע וואס האט א קלארע לייזונג

די אזויגערופענע טיטשערס שטעלן אהער א לעבעדיגע גיהנום פארן אומשולדיגע אינגערמאן אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
הא, דערמאנסט מיר ווען די צווייטע טאג שבע ברכות האט מיר מיין ווייב סערווירט האלוויט ברויט פון פריזער... ביז היינט ליידט זי פון דעם...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 5:53 pm
דורך שמן למאור
דאס איז א געפערליכע זאך וואס קומט פאר ביינונז. מען נעמט א זאך וואס איז טאבאו צו רעדן דערפון, די בחור ווייסט נישט וויאזוי 'יעדער' טוט עס, ער הערט נאר פון איין צוקוועטשטן יוקל וואס ער אליין טוט אויך נישט וויאזוי ער זאגט, נאר ער וויל פשוט האבן א נאמען פון א 'פרומע' חתן מדריך. ער נעמט א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה, און ער לערנט עס אויס מיט א גלאטן פנים כאילו ס'איז א דבר השווה לכל נפש.

ארבעטן אויף תאוות אכילה איז אויך זייער א שיינע זאך, די משנה זאגט פת במלח תאכל... אבער איז דאס דען די טעגליכע מעניו אין סיי וועלכע ישיבה? איך בין כמעט זיכער אז ווען עסן וואלט מען אויך געטון נאר אינטער פארמאכטע טירן, וואלט מען פאר יעדע בר מצוה בחור אויך געהאלטן אזא שרעקעדיגע תאוות אכילה דרשה, און אנגעזאגט אז מען דארף זיין שטארק נזהר נאר צו עסן ברויט מיט וואסער. נאר אויב מען האט גאר א שטארקע תאווה און מען האלט פארן עסן א דבר טריפה, נאר דעמאלטס מעג מען מיקל זיין און עסן א פרוכט. און אויך נאר בצינעה גמור און נישט פארציילן פאר קיינעם און נאר אינטערן דאכענע און נאר אין א טינקעלע שטוב און נאר ככפאו שד און נאר משבת לשבת און פראבירן זיך מצייר צו זיין בשעת מעשה צורת קודשו פונעם רבי'ן זז"ג ווי ער עסט אן עפל אינטערן דאכענע.

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 8:26 pm
דורך סעגאל
חמול על מעשיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 5:06 pm
האי פרושא האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:51 pmאין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
הא, דערמאנסט מיר ווען די צווייטע טאג שבע ברכות האט מיר מיין ווייב סערווירט האלוויט ברויט פון פריזער... ביז היינט ליידט זי פון דעם...
איך האף אז היינט איז נאר די דריטע טאג פון די שבע ברכות

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 1:42 am
דורך פון אונזערע
חמול על מעשיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 5:06 pm
האי פרושא האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:51 pm חתן רבי'ס אין כלה טיטשערס זענען די גרעסטע גורם פאר היינטיגע גיטין

די מזבח וויינט אין אונז שטעלן אויף די אלע גראביאנען צו טרעפן שולדיגע אין די קאטאסטראפע וואס האט א קלארע לייזונג

די אזויגערופענע טיטשערס שטעלן אהער א לעבעדיגע גיהנום פארן אומשולדיגע אינגערמאן אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
הא, דערמאנסט מיר ווען די צווייטע טאג שבע ברכות האט מיר מיין ווייב סערווירט האלוויט ברויט פון פריזער... ביז היינט ליידט זי פון דעם...
אי משום הא... די פראבלעם איז אז ס'דא פרויען וואס זענען אליינס האלוויט ברויט פון פריזער אין נישט נאר ביי פרישטאג נאר אויכעט ביים סעודת לילה...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 2:11 am
דורך יקנהז
איך בין גראדע געגאנגען צו א פרומע קהילה רעקאמענדירטע חתן רבי
נישט גערעדט קיין ווארט אז מ'טאר נישט הנאה האבן וכו' פארקערט ארויסגעברענגט אז ס'איז א נוטירליכע געברויך און ס'קען נישט גיין אהן הנאה, פארדעם מאכט מען נישט קיין ברכה וכו'.
(כאטשיג אין שו"ע שטייט מ'דארף טוהן כפורע חובו.. העלאוי ס'נישט איך ס'די מחבר... קענט העלפ יו... אוודאי מ'קען זאגן הסברים מיט פשטים אז ס'מיינט אז מ'זאל נישט מיינען די הנאה לשם עצם מיין ההנאה נאר מ'זאל זיין דא צו פורע חוב זיין און אז דו האסט הנאה פ"וו נישט.. וכו' והדברים עתיקין)
כ'וואלט נישט געזאגט אז ער האט מיר געגעבן די הייסטע פראקטישע עצות וויזוי צו זיך זעטיגן כדבעי, אבער האט נישט גערעדט די אויבנדערמאנטע שפראך, און ווי ווייט איך ווייס רעדן נישט אזוי די עסטעבלישמענט חתן מדריכים.
(איבער די ספר קדושה וצניעות איז דא אסאך צו רעדן אבער לכאו' נישט ערלויבט אין מלפני...)

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 9:05 am
דורך חמול על מעשיך
יקנהז האט געשריבן: איך בין גראדע געגאנגען צו א פרומע קהילה רעקאמענדירטע חתן רבי

(כאטשיג אין שו"ע שטייט מ'דארף טוהן כפורע חובו.. העלאוי ס'נישט איך ס'די מחבר... קענט העלפ יו... אוודאי מ'קען זאגן הסברים מיט פשטים אז ס'מיינט אז מ'זאל נישט מיינען די הנאה לשם עצם מיין ההנאה נאר מ'זאל זיין דא צו פורע חוב זיין און אז דו האסט הנאה פ"וו נישט.. וכו' והדברים עתיקין)

וואס הייסט קהילה רעקאמענדירטע? ס’דא אסאך קהילות אין ס’דא אסאך רעקאמענדירטע, קום אריין מיט א נאמען,

לגבי די מחבר פון פורע חוב איך מיין אז ביי חסידים האט מען נישט אנגענומען ווי מחבר אין עניני השקפה...

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 9:19 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
כ׳האב לעצטענס געקלערט אז די עצם פאקט אז ס׳דא אזא מושג ווי א חתן מדריך/כלה טיטשער איז א עון פלילי...!

כ׳מיין, ווען איינער דארף א עסן און טרינקען נורס/טעראפיסט/טיטשער איז יענער טויט קראנק.

_ _
איך ווייס פון דער נאנט פון א גאר פעימעס כלה טיטשער, וואסיז צרות צרירות דארט מאחורי הפרגד. איר מאן איז איינע פון די אינגעלייט וואס האבן מיר קאנווינסט צו עפענען דעם אשכול.

Re:

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 9:22 am
דורך א גוט יאר
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:19 am כ׳האב לעצטענס געקלערט אז די עצם פאקט אז ס׳דא אזא מושג ווי א חתן מדריך/כלה טיטשער איז א עון פלילי...!

כ׳מיין, ווען איינער דארף א עסן און טרינקען נורס/טעראפיסט/טיטשער איז יענער טויט קראנק.
מ'דארף אבער האבן איינער וואס זאל דאס אויסלערנען פאר די דריי פראצענט בחורים וואס קענען עס נאכנישט...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 9:35 am
דורך חמול על מעשיך
די ווארט איז נישט אויסלערנען פראקטישע ענינים וד"ל... א גוי וועט זיך אויך ערגעטס ווי אין זיין מערידשט זיך טרעפען מיט א מערידשט קאנסאלטענט צו א *** קאנסאלטענט אין אוודאי אינז אידן וואס מען פארהוילט פון אינז די פארהייראטע ענינים בקומט מען נישט די סקילס נארטירלעך ווי @שמן למאור האט געשריבן "די בחור ווייסט נישט וויאזוי 'יעדער' טוט עס" אפי' ער איז געווען די מערסט אויפגעקלערטע בחור אין זיין ישיבה דארף ער נאכאלטס מזן אים אויסלערנען די קאנעשען סקילס אין אך אין ווי אויב דער אמשילדיגער אינגערמאן טרייט עס אויפצוזיכען אויפן אינטענעט... א דירעקטע פלייט צו פארנאגערפי...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 9:53 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
אוי וויי, חס ושלום אזוי צו בארעדן די הייליגע הייליגע חתנים מדריכים, די דאזיגע הייליגע אידן זענען אינגאנצען אויסגעטוהן פון דער וועלט און זיי ווייסען ניטאמאל וויאזוי מען איז נהנה באצבע קטנה,
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן פון הנאת עוה"ז איז - ווען א אינגערמאן אדער א ווייבל רופט זיי פאר א געשמאקע שלום-בית קעיס, אדער ווען דער חתן פארציילט פונקטליך וויאזוי ס’איז צוגעגאנגען ביי איהם בינו לבין אשתו בלילה....

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 10:02 am
דורך א גוט יאר
די פראבלעם ווערט נאר ביי די אויפגעקלערטע בחור,
ער גייט צו א פרומע צוקוועטשטע חתן רבי, און די חתן קען עפעס הלכות אריינקוקענדיג באהאלטענערהייט אין זיין טאטעס רבי יעקב עמדין סידור...
און די חתן רבי לערנט אים עס אויס מיט אלע חומרות, דארף ער גלייבן די חתן רבי אז דאס וואס ער זאגט איז טאקע די הלכה??

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 10:33 am
דורך yesiknow
ווי האט דער מנחת אלעזר געזאגט יודען אין אמערקא היט שבת וועט אייך גיט זיין .מען קען זאגען אפשר יונגעלייט היטס ענק די אויגען, (איך מיין נישט אלס שמירת עיניים) וועט אייך גיט זיין.

גייט א יונגערמאן אין גאס צופרי אין שול אין זעהט אלע סארטען גידולים וברואים ומינים שונים אזוי ווי אתרוגים מיט אלע סארט הידורים וואס א אתרוג דארף צו האבען , קומט ער אהיים אין ער פעיסט ריעלעטי מיט זיין אתרוג אוואדי ווערט בלבולים פון אלע סארטען ער וויל עדזשאסטען זיין אתרוג אבער עס קען ווערען פסול ,
איינער וואלט דא געשריבען ודי בזה...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 10:59 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
yesiknow האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:33 am ווי האט דער מנחת אלעזר געזאגט יודען אין אמערקא היט שבת וועט אייך גיט זיין .מען קען זאגען אפשר יונגעלייט היטס ענק די אויגען, (איך מיין נישט אלס שמירת עיניים) וועט אייך גיט זיין.

גייט א יונגערמאן אין גאס צופרי אין שול אין זעהט אלע סארטען גידולים וברואים ומינים שונים אזוי ווי אתרוגים מיט אלע סארט הידורים וואס א אתרוג דארף צו האבען , קומט ער אהיים אין ער פעיסט ריעלעטי מיט זיין אתרוג אוואדי ווערט בלבולים פון אלע סארטען ער וויל עדזשאסטען זיין אתרוג אבער עס קען ווערען פסול ,
איינער וואלט דא געשריבען ודי בזה...
נישט ממש, ווייל א מענטש'ס גוף ונפש וואס דארף עס נאטורליך! און דאס טוהען די אז"ג הייליגע מדריכים אויך צונעמען, אדער עכ"פ ער זאל שפירן ווי א שייגעץ פארן זיין און טוהען נארמאל...

Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 11:50 am
דורך יקנהז
חמול על מעשיך האט געשריבן: וואס הייסט קהילה רעקאמענדירטע? ס’דא אסאך קהילות אין ס’דא אסאך רעקאמענדירטע, קום אריין מיט א נאמען

די קהילה איז סאטמאר מהר"יי און די נאמען פונעם מדריך האב איך נישט אין פלאן דא צו שרייבן דערווייל.

אבער עניוועי וואס איז נוגע די נאמען... אדרבה אויב איינער דא איז געווען ביי א עסטעבלישמענט חתן רבי די לעצטע 10-15 יאר און ער האט אים געהאקט אין קאפ וועגן איסור הנאה און אז ס'נאר א דיעבד'דיגע זאך וכו' זאל ביטע דא שרייבן, (אבער חמול דו בעט פון יענעם אויך נעמען...)