בלאט 1 פון 1

די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:15 pm
דורך חמול על מעשיך
איך דריי מיך כסדר צווישן אונזערע הייליגע ברודער אויף אייוועלט (אגב סאיז דארט א צווייטער מיט די זעלבע ניק ווי מיך) און די נעגאטיוועטי וואס גייט פאר דארט איז נישט נארמאל. די טעמעס וואס זיי לייגען ארויס, וואס קען אפי' זיין שטארק אינפארמירענד און אינטרעסאנט, קומט מיט א סארקאסטישע וועג, א שטייגער ווי איינער האט געפענט אן אשכול צו אדרעסירן די פראבלעם פון טייערע גראסערי, פרייזען די קעפל ליינט זיך ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!! טוטס'מיר א טובה ווילסט עפעס אויפטוהן קום אריין קלאר. סתם אראפצורייסן וואס איז דאס!?!

ווי אויך וועט יעדע טעמע וואס קומט ארויף וועלן גלייך זיין אפאר לשם שמים'ניקעס וואס וועלען עס אראפרייסען אפי' עס גארנישט מיט אידישקייט אדער פרומקיים וואס זיי זענען זייער אויסגעקאכט אין דעם, קוקט אויף דעם חכם ווען איינער האט אנגעהויבן א שמוס איבער די חלוקה אין מאנסי נאר די דריטע תגובה איז שוין געווען אן אראפרייסער...
Screenshot 2024-06-20 135328.png
כמיין סיריעלי האסט נישט עפעס אן אנדערע קאמענט וואס צו זאגן ווען עס נעמט זיך צאם אפאר עסקנים צו העלפן אנדרע...


אין אזוי נאך אין נאך וואס איך האב נישט אויפן מינט...

Re: די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:23 pm
דורך א גוט יאר
יא!
איך קום פון דארט...
אזאנע בעיביס!
מ'דארף אזוי שנעל פארשפארן אשכולות...

Re: די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:29 pm
דורך שפילער
איך מיין די בעיביס זענען די הנהלה למשל אינעם מאמענט איז געווען באשריבן א שיינע ארטיקל נוסח חב"ד און סהאט זיך געשאפן א שיינע שמיעס דערוועגן אין אייוועלט פליצלינג איז די אשכול פארשפארט געווארן און אלע תגובות פארמעקט

א געהעריגע חדר

Re: די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:31 pm
דורך א גוט יאר
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:29 pm איך מיין די בעיביס זענען די הנהלה למשל אינעם מאמענט איז געווען באשריבן א שיינע ארטיקל נוסח חב"ד און סהאט זיך געשאפן א שיינע שמיעס דערוועגן אין אייוועלט פליצלינג איז די אשכול פארשפארט געווארן און אלע תגובות פארמעקט

א געהעריגע חדר
ס'איז ביידע צוזאמען

Re: די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:59 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:29 pm איך מיין די בעיביס זענען די הנהלה למשל אינעם מאמענט איז געווען באשריבן א שיינע ארטיקל נוסח חב"ד און סהאט זיך געשאפן א שיינע שמיעס דערוועגן אין אייוועלט פליצלינג איז די אשכול פארשפארט געווארן און אלע תגובות פארמעקט

א געהעריגע חדר
קראנקע מענטשן: להבדיל (אדער אפשר נישט) ווי א סוס וואס מ'טוט איהם אן "בליינדערס" אזעלכע דעקלעך אויף די אויגן אז ער זאל נישט קוקן דארט ווי מ'דארף נישט. ווייל אנישט וועט ער פארקריכן.

Re: די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 6:11 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט אויב די מנהלים זענען די בעביס אדער די מוסדות אונטער וועלכע פילטערס זיי זענען אפן.

Re: די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 6:11 pm איך ווייס נישט אויב די מנהלים זענען די בעביס אדער די מוסדות אונטער וועלכע פילטערס זיי זענען אפן.
לכאורה איז עס די אחראים און מנהלים: ווייל די פילטער לאזט נישט אדורך לכתחילה. ער בלאקט. נאר ער מעקט נישט אויס. די וואס קענען מעקן, און מעקן א זאך וואס געפעלט זיי נישט אדער איז נישט אויסגעהאלטן לשיטתם זענען די סטעף פו איי-וועלט. (איי איז דאס א וועלט.).