בלאט 1 פון 1
וויאזוי רעד איך צו מיין בחור
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:49 am
דורך באמת
איך האב ב"ה א גאר זיסע יונגע בחור אין איך ציטער אז עס זאל נישט געשען אז מ'זאל אים פארזינדיגן
וואס קען מען טאן חוץ תפלה? איז די עצה רעדן צו אים??
וויאזוי??
וויאזוי נעם איך מיר צונויף מיט אים??
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:51 am
דורך יידל
ס'דא אויף דעם א שמועס פון רבי'ן אין מאחורי הפרגוד.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:52 am
דורך באמת
יידל האט געשריבן:ס'דא אויף דעם א שמועס פון רבי'ן אין מאחורי הפרגוד.
מען לאט מיר אריין דארט ??
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:05 am
דורך יידל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:07 am
דורך לעמיל
יידל האט געשריבן:http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=471&p=16693#p16693
איך מיין די הנהלה זאל דעיס פוונען אדער לייגען ביים ווארט צום נייער מעמבער, ער איז נישט די ערשטע וואס פרעגט דערוועגען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:24 pm
דורך באמת
הכלל חוץ די שמיס פין דארט קען קיינער מיר נישט העלפען????
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:53 am
דורך zurich
באמת האט געשריבן:הכלל חוץ די שמועס פון דארט קען קיינער מיר נישט העלפן???
גראדע קען איינער דיר יא העלפן, ס'דא א יוד ער וואוינט אין וויליאמסבורג, ער איז ביזי מיט די אישוס א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט.
דאכט זיך מיר ער האט א האט-ליין אויך, וואס דארט שמועסט ער אויס אלע זיינע שטותים!!
גיב אים א רוף, אפשר ער קען דיר העלפן!!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:10 am
דורך באמת
האהאהאהאהאאאאאאאאאאאאא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:41 pm
דורך נאך א פשט
רעדט צו אים גראב און אפען, קיין אנדערע וועג איז נישט דא און די הייטיגע מצב.
וכמובן אין כאן המקום להאריך. מיר וועלן ביידע מוזן ווארטען ביז מען לאזט אינז אריין מאחורי הפרגוד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:48 pm
דורך zurich
נאך א פשט האט געשריבן:רעדט צו אים גראב און אפען, קיין אנדערע וועג איז נישט דא און די הייטיגע מצב.
וכמובן אין כאן המקום להאריך. מיר וועלן ביידע מוזן ווארטען ביז מען לאזט אינז אריין מאחורי הפרגוד.
ס'דארף נישט זיין גראב
און אפען ס' קען זיין אפען אליינס!!
און קורצן זאג עים BE AWARE...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:55 pm
דורך נאך א פשט
BE AWARE האט מען שוין געזאגט פאר פופצען יאר צוריק. היינט דארף מען מער פון דעם, אבער ווי שוין געזאגט, אין כאן המקום להאריך ועוד חזון למועד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:14 pm
דורך היימישער
דאס איז זיכער אז תפלה איז דער עיקר, און פראביר צו האלטן א אויג אויף אים ווען די קענסט - אבער ער זאל נישט באמערקן. ווייל ער וועט פילען ווי מען טראסט אים נישט , און זיין זייער נאנט מיט אים און שמיסען מיט אים- אז טאמער ח"ו עפעס געשענט זאל ער פילן באקוועם צו רעדן אפען צו אייך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
היימישער האט געשריבן:און פראביר צו האלטן א אויג אויף אים ווען דו קענסט
א גאנצן טאג אין ישיבה?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:30 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:און פראביר צו האלטן א אויג אויף אים ווען דו קענסט
א גאנצן טאג אין ישיבה?
וועגן דעים האט ער געשריבן ווען דו קענסט!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:39 pm
דורך נאך א פשט
zurich האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:און פראביר צו האלטן א אויג אויף אים ווען דו קענסט
א גאנצן טאג אין ישיבה?
וועגן דעים האט ער געשריבן ווען דו קענסט!!
און טאקע ווייל "ווען די קענסט" איז זייער א קליינע חלק פונעם טאג, איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר צו רעדן מו אים
קלאר און אפען.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:11 pm
דורך קרעקער
מימחים האלטען מדארף רעדען אפען
אגב וואס טיט דער נארמאלע גוי?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 11:02 pm
דורך דולה ומשקה
ביי וועלעכע פון די דריי קאטעגאריעס האלט מען?
1) איז איינער צוגעקומען איהם בעטען
2) איינער צוגעקומען אין געטוהן
3) האט איהם איינער סתם אזוי אויפגעקלערט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:43 am
דורך אברעמעל
אויב האלט מען ביי איינע פון די דריי איז די דין אינגאנצן אנדערש, אויב ווייסט ער נישט וויזוי צו הענדלן אזאנס זאל ער בעסער פרעגן א מומחה ביפאר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:30 pm
דורך קרעקער
ביי וועלעכע פון די דריי קאטעגאריעס האלט מען?
1) איז איינער צוגעקומען איהם בעטען
2) איינער צוגעקומען אין געטוהן
3) האט איהם איינער סתם אזוי אויפגעקלערט
איז דא אפילי איין בחור וואס האט נישט אלע דריי אין זיינע בחורישע יארען????
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:51 pm
דורך לעיקוואד
קרעקער האט געשריבן:ביי וועלעכע פון די דריי קאטעגאריעס האלט מען?
1) איז איינער צוגעקומען איהם בעטען
2) איינער צוגעקומען אין געטוהן
3) האט איהם איינער סתם אזוי אויפגעקלערט
איז דא אפילי איין בחור וואס האט נישט אלע דריי אין זיינע בחורישע יארען????
לגבי 2 לכאורה יא [איך האב שוועאכע עקספעריענס, כבין נאר איינמאל געווען א בחור..]