חסידות-פארטייען: ביי די לוי' פון הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סעמיט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:24 am
האט שוין געלייקט: 171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

חסידות-פארטייען: ביי די לוי' פון הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל

שליחה דורך סעמיט »

ווי רוב היימישע אידן בין איך געווארן צעטרייסעלט און צעבראכן הערנדיג שפעט נעכטן נאכט די ביטערע בשורה אז ס'איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז דער גרויסער גאון וצדיק רבי משה וואלפסאן זצוק"ל, דער משגיח פון קהילת אמונת ישראל, וועלכער האט באלאכטן יהדות אמעריקע פאר קרוב צו הונדערט יאר. ווי צענדליגער טויזענטער אידן, האב איך אויך היינט אינדערפרי געמאכט מיין וועג צום זעכצנטן עוועניו אין בארא פארק, אפצוגעבן דעם כבוד אחרון.

דער ערשטער הספד איז געווען פון הגאון רבי חיים ראזענבערג שליט"א, איידעם פונעם משגיח. כ'האב דעם הרב ראזענבערג קיינמאל נישט געהערט פריער, און זיין הספד האט ביי מיר זייער גוט אויסגענומען. ער האט מיט גאר שטארקע דיבורים ארויסגעברענגט ווער זיין גרויסער שווער איז געווען, ווי אלעס איז געווען בלתי לה' לבדו, אן קיין שום מקום פאר זיך.

בפרט האב איך הנאה געהאט ווי ער האט געצויגן דעם גאר ריכטיגן קאנטראסט צווישן דעם הייליגן משגיח און די "פארטייען" – דער משגיח האט אפגעשפיגלט וואס חסידות מיינט באמת, אז דאס איז א פנימיות'דיגע זאך, אז דאס מיינט אז דער יחיד דארף שטייגן און וואקסן און ווערן דערהויבן, און האט נישט קיין שייכות מיט'ן באלאנגען צו א פארטיי. דאס איז טאקע זייער אמת, און האט ריכטיג אפגעטייטשט דעם מהות פון דעם גרויסן נפטר.

כאטש דער געדאנק וואס הרב ראזענבערג האט ארויסגעברענגט איז אמת, אז דער מהות פון קהילת אמונת ישראל אין שפיץ פונעם משגיח איז דער גרעסטער קאנטראסט צו די חסידות-פארטייען, קוקט מיר אבער אויס אז דער משגיח האט בכלל נישט געהאלטן אז דער מושג פון די פארטייען איז א שלעכטע זאך. איז מיין שאלה צו הרב ראזענבערג: איז אייער גרויל פון די חסידות פארטייען אייער אייגענע דעה, אדער האט דער משגיח אויך אזוי געהאלטן?

לאמיר זיין אפן: טראצדעם וואס דער משגיח האט געפירט א הערליכע קהילה מיט הונדערטער משפחות, און טאקע אויף א הייליגן ערליכן וועג, האט ער אליין זיך אקטיוו מבטל געווען פאר איינער פון די גרעסטע און מערסט-ראדיקאלע פארטיי-פירער, און האט אפילו געמוטיגט זיינע חסידים צו פארן צו אים און פראווען א שבת אין סקווירא. אין דער צייט וואס דער משגיח איז שוין געווען אין די טיפע ניינציגער יארן און האט זיך שוין נישט באטייליגט ביי שמחות פון זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך, האט ער אבער נישט פארפעלט קיין שמחה ביים פארטיי-פירער אין שיכון סקווירא.

ביי מיר פרעגט דאס נישט אפ דעם הייליגן משגיח זצוק"ל. דער משגיח איז געווען א געוואלדיגער תמים און נאך א גרעסערער עין טוב. ער האט נישט געזען קיין שלעכטס אין קיין אידן, און אוודאי איז עס נישט געווען במהותו צו פארעמען א דעה וואס פסל'ט אפ קהילות בישראל און זייערע מנהיגים, אפגעזען פון זייער מהות און זייערע מעשים. ס'איז מיר גאנץ קלאר – צי ס'געפעלט מיר יא צי נישט – אז דער משגיח האט נישט געזען קיין פעלער אין די מאסיווע חסידות-פארטייען, נאר פארקערט, ער האט זיי געזען ווי א דרך אין עבודת ה'.

וואס דארף מען מער פון זיין הערצה צו הרה"צ מבאבוב שליט"א, א מענטש וואס איז לכל הדעות א ראדיקאלער פארטיי-פירער, און געניסט נישט פון קיין הערצה כמעט ביי קיין שום מענטש וואס געהערט נישט צו זיין פארטיי. דער משגיח האט אבער בגודל תמימותו דאס נישט געזען. ער האט געזען א מנהיג ישראל מיט זכות אבות וואס רעדט און פאדערט עניני עבודת ה', און אין וועמען עס קלאמערן טויזענטער אידן. כ'גלייב נישט אז דער משגיח האט בכלל געהאט אין זיין לעקסיקאן דער מושג פון חסידות-פארטייען. פאר אים איז אלעס געווען עבודת ה'.

ממילא קוקט מיר אויס אז הרב ראזענבערג האט נישט רעפרעזענטירט די דעה פון זיין גרויסן שווער זצ"ל, נאר האט זיך געשטעלט א במה לעצמו ארויסצוברענגען זיין אייגענע שיטה.

א שיינע שיטה. א ריכטיגע שיטה. אבער דער משגיח האט נישט אזוי געהאלטן.

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר