ל"ט מלאכות פאר קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קום יעצט פון מיין זונס חומש סעודה, און איך וויל עפעס מיטטיילן מיט דער עולם.

אין די ערשטע כתה, פארלייגן זיי זיך שטארק אויף קריאה. אחוץ די לימוד הנקודות און ווערטער, דארף מען אינאכט נעמן אז קינדער קענן דורכשווערצן די חדר יארן און נישט קענן געהעריג ליינן. ביים ברמצוה ווערט מען דאס אמאל געוואויר, אדער גאר אסאך שפעטער ווען א טאטע אדער מאמע שטארבן אפ און זיי מוזן דאווענן פארן עמוד. מענטשן צוברעכן די צעין מיט יוצרות און קינות, און ר"ח מוסף איז צו שווער פאר געוייסע. קיינער באמערקט עס נישט אויף א קינד, ווילאנג מ'לייגט נישט צו א גוטע אויער.

דעריבער, אין די חדר פון מיין קינדער, האבן זיי יעדן טאג א האלבע שעה ווי דער מלמד זיצט מיט איין אינגל און ליינט מיט אים. אין די צייט, האבן זיי געדינגן אן עקסטער מלמד וואס קומט טעגליך אין חדר און לערנט אויס פאר די פינף\זעקס יעריגע די ל"ט מלאכות. ביי די חומש סעודה האבן זיי געוויזן א קורצן ווידיאו פון די קלאסן. יעדער איז געווען פארגאפט, און ביים ענדע האב איך געהערט א WOW פון אסאך מיילער. יעדער טריט האט מען געהאט א hands on וועג צו טאפן די מלאכה, אלס וואס מ'דארף טון פאר קינדערס סענסארט אינפוט האבן זיי געמאכט מיט די ל"ט מלאכות, פון חורש ביז לש, פון טוחן ביז אורג, אלס אויפן קלארסטן וועג. פארשידענע וועגן פון חורש, מיט די קינדערס הענט אין די ערד, מ'האט געברענגט א ציגעלע אין חדר, און יעדער האט געקענט אביסל אפשערן. א גאנצע שפילאכץ פון קינדער, און אלס מיט די הלכות אריין געמישט.

מיין זון קומט אהיים טאקע יעדן טאג מיט נייע ידיעות אין דער געביט און ווען ער זעט אז עפעס ווערט געטון, רופט ער אויס, "דאס איז אורג, דאס איז לש וכו'".

איך וואלט געראטן אז יעדער זאל בעטן פון זיין קינדערס חדר דאס צו טון, הן פאר די צורך פון לערנן קריאה ריכטיג, הן מטעם די ל"ט מלאכות וואס די גירסא דינקותא אין דעם קען נאר זיין גוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז (ליידער) דער מצב אין א סאך חסיד'ישע חדרים וואס דארף א תיקון גדול.

איך ווייס ווען איך בין געגאנגען אין חדר פאר בר מצוה. מיינע שוועסטערס האבן געלערנט און געחזר'ט די ל"ט מלאכות זינגענדיג. מעגליך זיי האבן אויך נאר נאכגעזאגט. נאר איך האב נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס דאס איז. נאר פון סידור.

על כגון דא נאמר...מ'זעהט נישט די וואלד איבער די ביימער...!

אין די מערסטע חסיד'ישע ת"ת'ס איז מען גלייך פארנומען מיט לערנען גמרא. אפילו חומש-רש"י און משניות לערנט מען נישט גרונטליך.

און א סוגיא ווי תשע חנויות/תשע ציבורין האט דען די רבי יא גוט מסביר געווען?
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך ים של שלום »

חומש רש"י און משניות? זיי האלטן שוין דארטן?

וואס איז מיט די שש מצוות תמידיות?
וואס איז מיט די שש זכירות?
וואס איז מיט די שבע מצוות דרבנן?
וואס איז מיט די יג עיקרים?
וואס איז מיט די כ"ד ספרי תנ"ך?

דאס אלעס ווייסן זיי שוין?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין התפעלות איז נישט נאר פון די עצם רעיון, נאר וויאזוי עס איז געמאכט געווארן, מיט אזא אטענטשן צו דיטעיל. און צודערצו ממש געאייגענט פאר קינדער אין יענער יארגאנג, צוויי דריי יאר שפעטער וואלט עס שוין נישט געטויגט אזויפיל. פינף זעקס יעריגע האבן נאך ליעב צו טאטשן יעדער זאך. גיב זיי א מילכל, און זיי וועלן מאלן די ווייץ, גיב זיי די וואל און זיי וועלן עס טאפן, און שפינן, ביז צום אריגה. שטעלטס ענק פאר א קלאס, ווי מ'לערנט און עס איז דא א געהעריגע קוריקולום, אבער נישט זיצעדיג ביי טישן זינגעדיג אינאיינעם.

אין דעראלטעהיים האט מען נישט געלערנט משניות מיט קינדער, איך ווייס נישט פארוואס. פון חומש איז מען גלייך אין גמרא געגאנגן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפשר שטייט דאר אין די משניות עפעס וועגן ארץ ישראל. יא. כ'האב מיך דערמאנט. אין פ' חלק אין מס' סנהדרין שטייט אין די משנה...לעולם ירשו ארץ...! די עמי הארץ פון די (אמעריקאנער און בריטישע) נטורי קרתא לערנען טאקע נישט מהאי טעמא קיין משניות. ס'דא נאך טעמים פארוואס זיי לערנען נישט. איינס ס'איז נישט געפינטלט. צווייטנס די תנאים האבן (בכלל) גערעדט איבער'ן שבח פון ארץ ישראל. דאס קען דאך נישט זיין. פאלעסטינע באלאנגט דאך פאר זייערע גוטע פריינט כאמאס.

די רעבעצין פון איינע פון זייערע גדולי הדור איז דאך געגאנגען אנגעטון א טיכל פון דעם פאלעסטינער פאן. אויך האט זי עס געבינדן ווי אן אראבער'קע. נישט ווי א אידישע פרוי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך שמעקעדיג »

ייש"כ ליטוואק פאר דעם תוכנ'דיגן אשכול, מי יתן והי' אז מען זאל עס טאקע טון אין חדר, אבער פונעם מנהל קען איך עס שוין יעצט נישט פארלאנגען, ער וועט מיר פרעגן מיין ניק אינעם שטיבל... :P

ר' בערל: יו נעווער פעיל טו עמעיז מי!
אין יעדן אשכול טוסטו קונצליך אריינדרייען עפעס ציונות/כאמאס/אראבער/נטורי קרתא.... יוי ביסטו גוט!
וירח ה' את ריח הניחוח
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

ים של שלום האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:27 am חומש רש"י און משניות? זיי האלטן שוין דארטן?

וואס איז מיט די שש מצוות תמידיות?
וואס איז מיט די שש זכירות?
וואס איז מיט די שבע מצוות דרבנן?
וואס איז מיט די יג עיקרים?
וואס איז מיט די כ"ד ספרי תנ"ך?

דאס אלעס ווייסן זיי שוין?
עס איז א וועג אויסצולערנען פאר קליינע קינדער עפעס וואס איז גרינג פאר זיי צו פארשטיין אין מיטהאלטן.
גיי לערן מיט א כתה א אינגל יג עיקרים, קוים וואס עלטערע קינדער פארשטיין עס.

אגב קען איך אויך מיטהאלטן? איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די מלאכות וואס האט מיט נייען כמו "שתי בתי נירין" וואס מיינט דאס?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאר'ן דאווענען האט געשריבן: אגב קען איך אויך מיטהאלטן? איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די מלאכות וואס האט מיט נייען כמו "שתי בתי נירין" וואס מיינט דאס?

https://tablet.otzar.org/#/b/170984/p/1 ... /0/end/0/c

א ספר אויף די מלאכת האורג.

איך געדענק דער מחבר פון אלס קינד, ווי ער פלעגט גייען אין חדרים מיט זיין געצייג, מסביר זיין וואס און ווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט