בלאט 1 פון 4

המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:41 pm
דורך עמרם
נישט צו פארשמירן די אנדערע אשכולות, וואס רעדן איבער האי גאון וצדיק המשגיח ר' משה וואלפסאן ז''ל,
עפען איך דעם אשכול,
פאר אלעס איבער די המשכה ....

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:42 pm
דורך עמרם
פון אייוועלט
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:37 pm
שווייצער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:47 pm בפשטות איז קיין צוואה נישט דא ווער עס זאל איבערנעמען, קען זיין אז יא איז ווי ליגט עס?! זיין רצון איז זיכער געווען אז עס זאל זיין שלום איז זיין קהילה, און דאס איז וואס איז צום האפן גייט זיין, זיין זון איז א איש מורם מעם, פונקט ווי זיין טאטן דבוק בתורה און גייט אויפן זעלבן גאנג בהשקפה מיט זיין טאטע, אבער ער דארף נישט די גאנצע הנהגה, ער אנטלויפט דערפון, אבער א גרויסע חלק פון די קהילה וויל אים האבן, צו ער וועט באווייזן צו אנטלויפן פון די הנהגה אין ב"פ ימים ידברו.

די אייניקל איז א גדול בתורה וביראת שמים, אבער אויף א אנדערע שניט פון די משגיח אינגאנצן. די עיקר איז אז ביידע זענען געהויבענע תלמידי חכמים און זאל נאר זיין שלום ווי די רצון פון די משגיח איז געווען.
ס'איז געהעריג דא א צוואה וואס דער משגיח זצ"ל האט פארגעליינט פאר אלע טובי הקהל ביים אויפנעמען דעם אייניקל אלס דיין, אז ער זאל זיין ממלא מקום אין ב"פ, ר' שלמה לעזער האט באקומען די הוראה דאס אויסצורופן ביים לויה. ס'איז אמת אז די ערשטע צוואה איז געווען אז זיין איידעם הרב מאשינסקי זצ"ל זאל זיין דער ממלא מקום. דער אייניקל איז פאקטיש רב אין ביהמ"ד.

למעשה איז דא א חלק פון די קהילה וואס ווילן אנדערש, דער בוכ"ע האט צוגעפירט אז זיי זענען א משפחה פון כהנים ממילא האבן זיי געמוזט זיין אינדרויסן ביים לויה און אזוי איז די לויה דורך בשלום... אין ארץ ישראל איז יא שייך געווען אויסצורופן, וואס האט בעיקר געצילט די בתי מדרשים אין ארה"ק, ירושלים און ביתר. לכאורה וועט זיך אין ב"פ עפענען א פרישע קהילה "אמונת משה" אונטער די הנהגה פון דעם חשוב'ן זון.

יאריך ימים על ממלאכתו וכו' בקרב ישראל.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:44 pm
דורך עמרם
נאך פון אייוועלט
שווייצער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:33 pm יעצט ביי די גרויסע לוויה אין בארא פארק בהיכל ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל, האט הרה"ח ר' שלמה לעזער הי"ו מנכבדי העדה אויסגערופן די צוואה פונעם גרויסן נפטר זצ"ל איבער די המשך ההנהגה:

בנו חביבו הרה"ג ר' אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל איבערנומען די כתר ההנהגה אין קהל אמונת ישראל אין מאנסי
נכדו חביבו הרה"ג ר' שמואל יהודה זילבער שליט"א זאל איבערנעמען די כתר ההנהגה אין קהל אמונת ישראל אין בארא פארק.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:45 pm
דורך עמרם
נאך
שווייצער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:24 pm הרב פנחס פינק שליט"א מנכבדי הקהילה האט אויסגערופן היינט ביים קבורה אז די זון גייט זיין די ממלא מקום בבית מדרשו של אביו אין ב"פ

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:49 pm
דורך עמרם
הגה''צ ר'שמואל יודא זילבער שליט''א אב''ד אמונת ישראל (ב''פ) היינט ביי תפילת מנחה, על מקום פון זיין זיידע הגה''צ מאמונת ישראל ז''ל
בילד

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:52 pm
דורך עמרם
מ'גייט שוין דארעך
בילד

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:57 pm
דורך עמרם
פון א צווייטע אשכול דא אין שטיבל, ווי מ'דערמאנט אביסל פון די המשכה
יין שרף האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 7:08 pm
פרוכט זאפט האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 5:03 pm
סעמיט האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 6:04 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 4:55 pm לכאורה אויב אמונת ישראל איז נישט קיין פארטיי, טא פארוואס מוזען די נייע משגיחים-משפיעים-מנהיגים פון די קהילה זיין קינדער אדער אייניקלעך?
יא, כ'האב געקלערט דערפון, און ס'איז א קושיא, אבער כ'האב עס נישט דורכגעטון און ס'קען אפשר האבן א תירוץ. למעשה איז דער אייניקל טאקע אן עובד ה', און דער ציבור האט אים געוואלט, איז יתכן אז ס'איז פונקט יא געווען ריכטיג אין דעם פאל אז דער אייניקל זאל איבערנעמען.

דער פראבלעם מיט קינדער וואס נעמען איבער איז נישט אז ס'טאר קיינמאל נישט זיין קיין קינד, נאר אז ס'טאר נישט זיין אויטאמאטיש אזוי, און זיי טארן נישט איבערנעמען די זאך מיט צוואנג מיט די טענה אז די חסידות איז זייערס אן אייגנטום בתורת ירושה. אבער ווען דער קינד/אייניקל איז אן אדם חשוב, און דער ציבור וויל דאס באמת, און מ'גיט דעם ציבור פון פאראויס א געלעגנהייט צו זאגן זייער דעה, איז יתכן אז ס'ווערט געטון אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג.
לויט ווי כ'האב מברר געווען ביי גאר נאענטע צום משגיח איז בכלל נישט געווען קיין וואלען, לא דובים ולא יער. נאר זייט זיין אייניקעל הרב זילבער איז א יונגערמאנטשיק ביי די 21 יאר, האט דער משגיח געהאלטען א אויג אויף אים אלס ממלא מקום. נישט קיין נפקא מינא וויפיל מ'האט אים פראבירט מסביר צו זיין אז ער איז א אנדערע שניט, האלט נישט קיין זמנים, וכו' וכו', האט דער משגיח פון גארנישט געוואלט הערן.
נישט אמת.
געווען א געשריבענע צוואה אז זיין איידעם רבי יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל זאל איבענעמען. ער האט עס געוויזן פאר זיין טאכטער, אשת ר' יעקב עקיבא נאכן לויה.
ער איז באמת געווען ראוי לזה, און דאס וואלט געווען די בעסטע option, און יעדער איינער וואלט געווען העכסט צופרידן.

למעשה איז ר' יעקב עקיבא געשטארבן 10-15 יאר צוריק, און פון דעמאלס איז די משגיח אלץ געווען פארדאג'הט אז עס זאל זיין א איש על העדה, וואס זאל זיין פאסיג פאר די הנהגה. ער האט געקענט באשטיין סיי ווער זאל זיין, אויב די עולם איז מסכים, און קיינער האט גארנישט מציע געווען. האט ער מציע געווען זיין אייניקל, האט מען געזאגט געוויסע טענות, העט ער געזאגט קודם אלץ דיין, און נאכדעם וועט מען זעהן אויב עס איז גוט. וכך הוה, און רוב עולם איז געווען צופרידן פון עם.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 11:59 pm
דורך עמרם
ידידינו יין שרף צינעמט די ענין
יין שרף האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:31 pm פשוט בערל פינק און זיינע קינדער האבן געוואלט אז די משגיח'ס זוהן ר' א"י זאל איבערנעמען, און רוב קהילה (הגם זיי האבן גארנישט אנקעגן עם) ווילן די אייניקל.

ווי חשוב און דומה ר' אברהם יצחק איז צו זיין טאטע, בתורתו והשקפתו, איז ער נישט קיין leader און א שווערע רעדנער, ער איז פשוט נישט צוגעפאסט צו פירן א גרויסע קהילה, משא"כ די אייניקל זילבער איז א שטארקע מנהיג, על אף אינגאנצן נישט דומה צו וואס די משגיח איז געווען.

למעשה האט די משגיח גארנישט געהייסן טוהן, נאר די לעצטע פאר יאר איבערגעזאגט אז די עולם זאל מחליט זיין וואס זיי ווילן, און דאס זאל זיין.

די so called "ראש הקהל", ר' שלמה לעזער האט שטארק געוואלט די זילבער אייניקל, האט ער געזאגט פאר די משגיח אז יעדער וויל זילבער.. כדי נישט צו טשעפענען די זוהן, האבן די ז' טובים אינאיינעם מיט די משגיח suggested פאר די מאנסי קהילה, אויב זיי ווילן אויפנעמען די זוהן פאר רב, און זיי האבן זיך צוגעכאפט צו דעם, און זה נהנה וזה נהנה, סיי די רב ר' אברהם יצחק און סיי די מאנסי קהילה האבן אים זייער ליב (חוץ אפשר צוויי דריי אלטע מתפללים). און סיי ב.פ. מיט זילבער.

למעשה איז זילבער א גרויסע טויש פאר די בארא פארקע מאניס, מצד א פרומער חסידישער מיט ווייסע זאקן, און סיי מצד די גאנצע הנהגה איז אנדערש, פאר דומ"ץ איז עס אויך געווען אביסל צו פיהל, כ"ש פאר רב. אבער למעשה רוב עולם איז ok דערמיט especially אז זיי האבן נישט קיין בעסערע אויסוואל.

אבער דאך זענען דא צענדליגע וואס ווילן יא פאר זייער רב בן של המשגיח. און ויבא בערל פינק שוין דעמאלס, און פארפירט אז די זוהן זאל איבענעמען בארא פארק, און מען האט עם געזאגט אז ער קען גיין קיין מאנסי. (לא מפני אהבת מרדכי אלא מפני שנאת המן, און בערל פינק'ס קינדער זענען גרויסע דרייערס און קנאקערס, און די זוהן גייט מען קענען בעסער פירן ביים נאז, אזוי ווי זיי פרובירן טאקע יעצט אין מאנסי).

למעשה גלייב איך נישט ר' שלמה לעזער וואס ער האט אויסגערופן ביים לויה, אז די צוואה איך געווען זילבער אין ב.פ. און בנו אין מאנסי. איך גלייב אויך נישט אז פינק האט אויסגערופן אין טבריה פארקערט.

למעשה איז שוין געווען אפאר יאר צוריק דעמאלס א הכתרה פאר בנו אין מאנסי, בהשתתפות די משגיח ומאות אנשים מבארא פארק. און דארט גייט ער לכאורה בלייבן. און זילבער אין ב.פ.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 12:06 am
דורך עמרם
כמדומה לי אז די זוהן ר' אברהם יצחק (אב''ד אמונת ישראל מאנסי, און אפשר אויך ב''פ?) וואוינט אין סקווירא

וועט מען דארפן ווארטן פאר די סקווירא ווערסיע ...

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 12:22 am
דורך עמרם
נאך פון אייוועלט...
אמונה פשוטה האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:46 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:37 pm
ס'איז געהעריג דא א צוואה
איר האט עס געזען?


יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:56 pm
אמונה פשוטה האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:50 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:50 pm ניין, ס'איז נישט פאר די גאס
איר האט געהערט פון עד נאמן וואס ער האט געזען?
ר' שלמה לעזער איז נישט נאמן ביי דיר? ער האט דאס אויסגערופן ביים לויה. און כ'האב אזוי געהערט פון אנדערע אנשים נאמנים מבני הקהילה. און אגב, דאס איז בכלל נישט געווען קיין חידוש, יעדער אין ביהמ"ד האט געוואוסט בחייו וואס זיין רצון איז געווען, בפרט ביים עפענען דאס ביהמ"ד אין מאנסי איז אפיציעל דאס געווען די סיבה.

די אשכול איז נישט געמאכט פאר דעם שמועס בכלל, כ'האב בלויז רעאגירט צו איינער וואס האט געשריבן אז "בפשטות" איז נישט דא קיין צוואה, האב איך געשריבן אז כפי ידיעתי איז יא דא. אויב איינער וויל דווקא טענה'ן אז נישט, כל הכבוד, פון מיין זייט איז די שמועס געשלאסן.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 12:58 am
דורך שיינע איד
פארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 1:07 am
דורך whatever
שיינע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:58 am פארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???
דו ווילסט נישט אז דיין ביזנעס זאל גיין פאר דיין משפחה?!

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 5:08 am
דורך בעל דרשן
עמרם האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:06 am כמדומה לי אז די זוהן ר' אברהם יצחק (אב''ד אמונת ישראל מאנסי, און אפשר אויך ב''פ?) וואוינט אין סקווירא

וועט מען דארפן ווארטן פאר די סקווירא ווערסיע ...
פלעגט וואוינען אין סקווירא, היינט וואוינט ער אין מאנסי

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 10:21 am
דורך עמרם
שיינע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:58 am פארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???
ס'מוז נישט
אבער ס'גייט


די חלק ירושת הבנינים וכו' דארף דאך זיכער גיין צו זיינע יורשים, ווייל ס'איז דאך א חלק פון זיינע נכסים,
און אז איינער נעמט איבער די בית מדרש, ווערט ער דאך רב דארט ....

אבער אז די חסידים ווילן קענען זיי אייביג אוועקגיין צו א צווייטע רבי, און מקבל זיין יענעמס הנהגה

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 10:57 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט די פאל דא אבער פארוואס איז די פשטות אז די בנינים זענען די נכסי פרטי פון די רב?

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 11:55 am
דורך רימון
שיינע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:58 am פארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???
קענסט פליז עפענען א באזונדערע אשכול צו דיסקוטירן די טעארעטישע שאלה על פי הלכה והשקפה ופראקטיק, ביטע לאז דעם אשכול אך ורק ארום די פאליטיק און הנעשה והנשמע אין אמונת ישראל, אז נישט וועט דער אשכול אויסזען ווי נאך אן אייוועלט אשכול ווי יעדע פיצי נייעסל ווערט פארוואנדלט אין ענדלאזע וויכוחי סרק עד אין שיעור וערך.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 12:30 pm
דורך סקרו דרייוער
איז די זוהן ראוי לאותה איצטלא דעמאלטס פארוואס טאקע די אייניקל?
איך ווייס מ'גייט ענפערן ווייל אזוי האט די זיידע\קהילה געוואלט, אבער דאס איז מיין קשיא פארוואס האבן זיי געוואלט די אייניקל און נישט די זוהן?

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 1:24 pm
דורך עמרם
ווייס איך נישט,

אבער זעהסט דאך אז ווען די איידעם מאשינסקי האט געלעבט האט ער געשריבן צוואה אז ס'זאל גיין צום איידעם און נישט צום זוהן
און די עולם האט (לכאורה) מסכים געווען.

....

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 2:14 pm
דורך בעל דרשן
סקרו דרייוער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:30 pm איז די זוהן ראוי לאותה איצטלא דעמאלטס פארוואס טאקע די אייניקל?
איך ווייס מ'גייט ענפערן ווייל אזוי האט די זיידע\קהילה געוואלט, אבער דאס איז מיין קשיא פארוואס האבן זיי געוואלט די אייניקל און נישט די זוהן?
די זון איז ראוי יא, א תלמיד חכם מופלג ועובד השם מנעוריו באמת, נאר די זון וויל עס נישט עכט, עס אינטערעסירט אים באמת נישט, נאר א גרויסע עולם וויל די זון, זיי ווילן דאך נישט די סטושינער מהלך ווען יא זענען זיי ביי רבי מאטל.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 2:48 pm
דורך אוהב ספרים
זייער פשוט

דער איידעם מאשינסקי, איז געווען דער שווער'ס מהלך, דער זוהן איז אויך די טיפ

דער אייניקל איז א צווייטער מהלך, מער חסידיש חאניאקיש וכו'

פשוט מובן פארוואס א חלק וויל יעצט דעם זוהן און וואלטען לכתחלה מסכים געווען אויכעט צום איידעם מאשינסקי.

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:40 am
דורך סוף טוב הכל טוב
וואס גייט דער נייער משגיח טוהן דעם שבת?

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:45 am
דורך יין שרף
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:40 am וואס גייט דער נייער משגיח טוהן דעם שבת?
די דיין (רב ד'בארא פארק) גייט זיין אין מאנסי, שבת שבע ברכות פון זיין זוהן.

די זוהן (רב ד'מאנסי) גייט זיין אין בארא פארק, אבער לכאורה נישט פירן גארנישט, מן הסתם אפי' זיצן ביי די לעצטע טיש אין בעק, כדרכו עד הנה..

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:59 am
דורך נאוואמינסקער
באשעפער פירט א וועלט....
הגה"צ אב"ד אמונת ישראל ב"פ שליט"א וועט זיין שבת אין מאנסי לכבוד שבת שבע ברכות
הגה"צ אב"ד אמונת ישראל מאנסי שליט"א וועט פירן שבת מיט דער עולם אין אמונת ישראל אין ב"פ.