בלאט 1 פון 1

פון מאנטאג ביז דאנערשטאג אדער פאקערט...

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 10:27 am
דורך חמול על מעשיך
אן אינטרעסאנטע זאך האט איך באמערקט דא אין שטיבל אין עס איז מיר אריין א געדאנק אין קאפ אז ווען מען לייגט צו קאפ וועט מען זעהן ווי עס זענען דא צוויי פאקערטע נאטארן וואס ביידע קומט פון די זעלבע שורש...

עס האט מיר אנגעכאפט ווען איך האב געזהן געוויסע ניק'ס וואס זיי זענען נאר אקטיוו פון מאנטאג ביז דאנערשטאג עס וועט זייער זעלטן זיך מאכן אז מען וועט זיי זעהן עפעס שרייבן אוין וויקענד זיי זענען די שרייבערס וואס שרייבן נאר אין ביזנעס דעיס פריש אין אקטיוו אין וויקענדס שלאפן זיי ס'נישטא צו וועם צו רעדען, פון די אנדרע זייט איז דא ניק'ס וואס זענען פינקט להפיך פון מאנטאג ביז דאנעשטאג איז ביזנעס דעיז אין די וועסט זיי נישט זעהן פאר די אויגן אינמיטן וואך אמאל קען זיך מאכן אז זיי ווערן פארבלאנשעט אין אן ארטיקל וועלן זיי דיך געבן נישט מער ווי א לייק אבער מגיב זיין וועט זיך נישט מאכן אין ווער רעדט נאך פון אן ארטיקל קיינמאל נישט אבער אויפן וויקענד כאפט מען זיך ארויף אין שטיבל אין מען הייבט אהן צו האקן תגובות ריפלייען צו אשיס וכד'.

אין איך פארשטיי די ביידע נאטארן אינעם ערשטן פאל זענען די מענטשן וואס קוקען עס אהן אז דעמאלסט ארבעטן זיי אין דעמאלטס זענען זיי אוועילאבל צו שרייבן דא דארט וואס עס פעלט זיך אויס זיי זענען אין גער זיי זענען אקטיוו א.א.וו. משא"כ אין די צווייטע פאל איז מעשה פאקערט אינמיטן ארבעטן איז ער נישט דא ער איז דיווארעד אריינגעטון אין מען קען פון אים גארנישט ארויסבאקומען..

איטרעסאנט איז אז די זעלבע קען מען זעהן ביי די שעות איינער קען זיין אוועילבאל נאר פון ניין טא פייוו מיט א פונקטלעכקייט ער הייבט אויף טעלעפאוינס ער ריפלייט צו מעסעדשעס אין קאמפליט זיינע טעסקס די צווייטער ביז זעקסע קענסטו נישט רעדן נישט צו אים.
אז
סאיז זייער אינטרעסאנט די חילוק פון די ביידע נאטארן ווייל אמאהל איז איינער פינקט פאקערט פונעם אנדערן אין עס קומט ביידע פון א געוויסע צאמגענומענקייט אז פון יעצט בין איך אין דרייב מאויד אבער ביי יעדם קלאפט עס אויס אנדערשט.


א גוט'ן