בלאט 1 פון 1
מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:48 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ניין איך רעד נישט פון אונזערע קעפלעך...
מיר מעגן בלייבן אויפגעקלערט און אפען-מיינדעד. דא איז נישט אייוועלט!
אבער כדי נישט צו ווערן אינגאצן אויסגעשפילט ווי שוין אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות, אפשר איז כדאי אז קעפלעך פון אשכולות זאלן נישט זיין אזוי פראוואקאטיוו? אז א דורכשניטלכער מענטש זאל שפירן אז ער איז נישט אין עפעס א אנטי-דתי פארום.
וואס האלט איר?
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:51 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
וועלכע קעפלעך טריגערט דיר?
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:08 pm
דורך בלויע בעקיטשע
איך האב דערווייל נאך נישט געטראפען איין אום אויסגעהאלטענע קעפעל, אדרבה צייג אן
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:21 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm
דורך שעפטאל
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm
דורך סקעפטיקער
פאר די געלט קענסטו גיין קיין אייוועלט
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:36 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שעפטאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
פונקט פארקערט. איך מיין אז אלס א גאסט פון אייוועלט פארשטיי איך אז נייע ליינער גייען זיך שטערן אריינצוקומען דא אויב ווערן זיי באלד באגריסט מיט הארד-קאור כפירה-*אר*אגראפי. קענסט האלטן א שמועס אומצעזורירט, דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצן. אבער א חסידישער אינגערמאן וויל נישט גיין אין א סייט וואס שרייט אויס כפירה אין אלעס וואס איז הייליג. מיר גייט עס נישט אן איך זאג נאר לטובת פון דעם שטיבל דא.
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:51 pm
דורך שעפטאל
כ'האב זיך נישט באצויגן צו דיך, נאר צום שטיבל גופא.
פארקערט. ווי מ'האלט שוין יעצט האסטו טאקע א גוטע פוינט. ווייל דעס ווערט דעם איצטיגן ציבור דא. מן הסתם אין צוויי יאהר ארום, וועלן יענע סארט אשכולות בכלל נישט עקזיסטירן.
אשרינו שזכינו להרים קרן השטיבל.
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 12:18 am
דורך berlbalaguleh
איך האב גערעדט צו בערל בעל עגלה. האט ער מיר געזאגט אז אויב ער שרייבט צו מאל א פראוואקאטיוון קעפל איז עס נאר בדרך צחות. כדי צו ציען די אטענשן פון עולם.
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 3:46 pm
דורך תרמב
איך קלער פארקערט, דאס איז קאווע שטיבל, אז דו וועסט באדעקן וואס קאווע שטיבל איז באמת וועלן דא אנקומען אסאך חברה וואס געהערן נישט דא, און מיט די צייט וועלן זיי אנזייען מהומות, בעסער לאז עס וויאזוי ס'איז אז דער וואס קומט אריין זאל פונקטלעך וויסן אין וואס ער לאזט זיך אריין.
לאז אייוועלט זיין אייוועלט און קאווע שטיבל זיין קאווע שטיבל, באדעק נישט קאווע שטיבל מיט אייוועלט רעפינג פאפיר...
כנלע"ד.
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 4:03 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:36 pm
שעפטאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
פונקט פארקערט. איך מיין אז אלס א גאסט פון אייוועלט פארשטיי איך אז נייע ליינער גייען זיך שטערן אריינצוקומען דא אויב ווערן זיי באלד באגריסט מיט הארד-קאור כפירה-*אר*אגראפי. קענסט האלטן א שמועס אומצעזורירט, דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצן. אבער א חסידישער אינגערמאן וויל נישט גיין אין א סייט וואס שרייט אויס כפירה אין אלעס וואס איז הייליג. מיר גייט עס נישט אן איך זאג נאר לטובת פון דעם שטיבל דא.
סוף טוב הכל טוב: במחכת"ה מישסטו אויס הלכה מיט השקפה.
וואס ס'הייסט כפירה עפ"י הלכה ווייסט און פארשטייט א יעדער. דאס איז שטרענג פארבאטן לפי תקנות ה'שטיבל. און קיין שום נארמאלער באזעסענער מענטש (אטו בשופטני עסקינן?) וועט נישט שרייבן אדער אפילו זיך פרובירן דינגען אויף א כפירה'דיגן וועג. ווייל זיין תגובה וועט גלייך פליען, אפשר מיט איהם צוזאמען. וכבר היה לעולמים. דא איז געווען איינער א בעל מימרא. גאנץ א טאלאנטירטער שרייבער. נאר ער האט אין א געוויסע תקופה אנגעהויבן שרייבן אפענע דברי כפירה. זענען זיינע מאמרים צוזאמען מיט איהם טאקע געפלויגן.
נאר ווען ס'קומט צו ענייני שיטה. דארט זענען שוין דא פארשידענע מיינונגען. און ווען איינער האלט נישט פונקטליך ווי דו אדער איך הייסט ער נאכנישט קיין כופר. און מ'קען זיך דינגען איבער דעם. משא"כ א סייט ווי איי-וועלט, וואס דארט לויפט אלעס מיט אן אגענדא. און אויב דו פאסט דיך נישט אריין אין די אפיציעלע ליניע וועט מען דיך מעקן.
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 5:31 pm
דורך בלויע בעקיטשע
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:36 pm
שעפטאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
פונקט פארקערט. איך מיין אז אלס א גאסט פון אייוועלט פארשטיי איך אז נייע ליינער גייען זיך שטערן אריינצוקומען דא אויב ווערן זיי באלד באגריסט מיט הארד-קאור כפירה-*אר*אגראפי. קענסט האלטן א שמועס אומצעזורירט, דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצן. אבער א חסידישער אינגערמאן וויל נישט גיין אין א סייט וואס שרייט אויס כפירה אין אלעס וואס איז הייליג. מיר גייט עס נישט אן איך זאג נאר לטובת פון דעם שטיבל דא.
דאס איז לעבן קיין כפירה נישט געשטאנען, דיע ארטיקלען איז נאר פאר די וואס האבען די כלים עס צו מקבל זיין, איך וואלט אייך געעצה'ט צו לערנען די יסודות פין חסידות מיטען לערנען וואס איז אין סוף, אחדות ה', ממלא כל עלמין, לבושים,ממקבל ומשפיע אין ספרי תלמידי הבעש"ט זי"ע פאר איר קענט טארכטען פין האבען א דעת בעל הבית.
מען מעג מעורר זיין נאר אויב מען איז אויס געקאכט.ס'איז אזוי ווי שרייען שבת אן וויסען די הלכה נאר טעם כמוס
אין בור ירא חטא ולא עם הארץ חסיד....
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 5:59 pm
דורך שמן למאור
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 6:03 pm
דורך מנחם מנדל
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 1:44 am
דורך כספי
שעפטאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
ס'איז נישט אינגאנצן אזוי, ס'איז אייביג אנגעגאנגען פייטס און קריגערייען צווישן די פרומערע אין שטיבל, און די מער לינקערע.
יעדע צוויי יאר (בערך, כמובן) - א פרישע פייט. כך הוא סדר השטיבל.
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2024 1:42 pm
דורך בלויע בעקיטשע
מיר ווינדערט צו דער עולם קומט צו שטיבל מיט פרישע קאווע.