בלאט 1 פון 1

א סוף פון אויסשווינדלען אונזערע קינדער

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:11 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
איך האף אז ענדליך וועלן אונזערע קינדער מער נישט דארפן ליידן פון די אומ׳אחריות׳דיגע עסקנים און מנהיגים וועלכע רויבן אוועק די קינדער׳ס בעיסיק מענטשליכע רעכטן.

https://www.shtetl.org/article/new-york ... g-yeshivas

Re: א סוף פון אויסשווינדלען אונזערע קינדער

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:53 pm
דורך כספי
אגב: דארט שטייט אויך אז ביעטריס וועבר האט פארלאזט יאפפעד, ווי ס'איז שוין געווען דא געמאלדן

Re: א סוף פון אויסשווינדלען אונזערע קינדער

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 12:07 am
דורך berlbalaguleh
איך בין אינגאנצן צומישט: פון דא זעהט מען אז "פוירלס" איז געשטעלט זיך אנצונעמען פאר דעם אידישן חינוך אין ישיבות. דאך זענען דא גרופס וואס שעלטן זיי צזאם אלס מהרסים ומחריבים.

נאכדעים די "פעטוועי" וואס קהילת מהרי"י (געוועזענע מהרז"ל) האט אנגענימען טויג אויך נישט. וואס יא? ווייל דער אמת איז אז דער חינוך אין ת"ת און ישיבות דארף א תיקון גדול. אפילו פון א אידישן חינוך שטאנדפונקט. אבער די (אנפיהרערס פון) די ישיבות וואס ווילן נישט הערן פון קיין שום פארבעסערונג אין חינוך, ווילן אין די זעלבע צייט יא האבן די בענעפיטן וואס די רעגירונג שטעלט צו.

Re: א סוף פון אויסשווינדלען אונזערע קינדער

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 4:01 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
דאכטצעך PEARLS טויג גוט צו טון איין זאך: פאנדרעיזן

Re: א סוף פון אויסשווינדלען אונזערע קינדער

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 10:26 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
כספי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:53 pm אגב: דארט שטייט אויך אז ביעטריס וועבר האט פארלאזט יאפפעד, ווי ס'איז שוין געווען דא געמאלדן
אייגנטליך זאגן זיי נישט אז זי האט פארלאזט יאפפעד, נאר פשוט אראפגעטרעטן פון איר פאזיציע אלס אנפירערין וועלכע נעמט אסך כח, מח און צייט. קען זיין זי וויל א break, אבער זי ארבעט נאך אלס פאר יאפפעד, אלס עדווייזער.

Re: א סוף פון אויסשווינדלען אונזערע קינדער

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 3:28 pm
דורך בת קול
דאס וועט לכאורה גארנישט טוישן אויסער העכערן די שכר לימוד.