בלאט 1 פון 1

וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:10 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אין דעם אשכול האט @אלפא מגיב געווען אז מאן און ווייב דארפן נישט האבן ציפיהל אין קאמען צו קענען האבן א סוקסעספול מערידזש.

לכאורה קעמען טאקע טענה׳ן אז וויבאלד מ׳האט זיך אזוי געפירט פאר דורי דורות און ס׳האט געארבייט, דעמאלס דארף עס אויך קענען ארבייט ביי אונז... וואס זענען אונז אנדערש?

אבער, מיט א שטיקל התבוננות אין וואס א מענטש האט געזיכט אין זיין מערידזש בימים ההם און וואס אונז זיכען אין מערידזש בזמן הזה, זעט מען אז די חילוק איז פשוט און זאכן האבן זיך יסודות׳דיג געטוישט:

אמאל איז חתונה האבן געווען בעיקר פאר ׳סורווייוועל׳, משא״כ היינט איז עס בעיקר געבויעט צו ׳ענהענסן׳ און צו צוגעבען געשמאק און טעם צום לעבן.

אז דער ווייב האט געקאכט, געוואשן, קעיר גענומען פון די קינדער איז דער פארצייטישער מאן געווען צופרידן. היינט אבער מיין איך אז פיהל זיכן און ווילן האבן מער א נענטערע קשר מיטן ווייב.

וואלט געווען אינטערסאנט זיך צו איבערצייגן די פאקטן שווארץ אויף ווייס.

ביטע שרייב, דאס וואס דו ווילסט האבן אינעם חתונה לעבן (מ׳דארף נישט זיין חתונה געהאט צו ענטפערן).

מ׳קען שרייבן מער ווי איין זאך לפי הסדר, אנגעהויבן פון דאס וואס איז דאס וויכטיגסטע פאר דיר.

פאלגענד איז א ליסט (קרעדיט: ChatGPT) פון זאכן וואס מענער זיכן אין מערידזש. שפיר פריי צו שרייבן דיין סיבה, אפילו ס׳נישט אויפן ליסט.

Love-1
Deep affection and love for their partner

Companionship-2
Desire for lifelong companionship and to share life experiences

Emotional Support-3
Seeking emotional stability and support

Intimacy-4
Desire for a committed sexual relationship

Starting a Family-5
Wanting to have children and raise a family

Shared Values and Goals-6
Aligning life goals and values with their partner

Social Expectation-7
Cultural or societal expectations and norms

Financial Stability-8
Building financial security together

Religious Beliefs-9
Following religious beliefs and traditions

Legal and Social Benefits-10
Accessing legal, social, and economic benefits of marriage

Commitment-11
Formalizing a long-term commitment

Personal Growth-12
Belief that marriage will contribute to personal growth and maturity

Security-13
Desire for emotional and financial security

Partnership-14
Creating a life partnership for mutual support

Happiness-15
Belief that marriage will bring happiness and fulfillment

Tradition-16
Valuing the tradition and ceremony of marriage

Social Status-17
Enhanced social status or acceptance in certain communities

Family Pressure-18
Pressure from family or parents

Legal Rights-19
Ensuring legal rights in matters of inheritance, medical decisions, etc

Longevity-20
Belief that married couples tend to live longer and healthier lives

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:55 pm
דורך אלפא
איין בייעס איז דא דא (פון א סאשעל סייענטיפישע פערספעקטיוו) אז מענטשן כידוע ענטפערן נישט וואס זיי ווילן באמת נאר וויאזוי זיי ווילן וועלן..
עס איז דא די נארמאטיוו און דעסקריפטיוו סעלף, און מ'ענטפערט נארמאל אזעלכע פראגעס מיט א נארמאטיוון ענטפער וועלכע רעפלעקטירט נישט באמת דאס מציאות.

עס איז בכלל דא די געדאנק אז מענטשן האבן זיך נישט אינגאנצן ארויס פסיכאלאגיש, זיכער ווען עס רעדט זיך פון די סאמע טיפסטע סטרונעס אינעם נפש (רילעישאנשיפ, ס**ס, והמסתעף).

דניאל כהנמן איז כמדומה אסאך פארנומען מיט דעם פענאמען אז אזעלכע שטודיעס זענען זייער שווער צו קאנדוקטירן צוליב די דערמאנטע סיבות.


אזוי צו אזוי, קענסטו רואיג אנגיין לשם אינטרעסאנטקייט (not least צו דערשמעקן וויאזוי מענטשן ווילן וועלן זיין עכ"פ..)

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:00 pm
דורך אלפא
און צו ענטפערן לגופו של דבר,

איך קען רילעיטן צו רוב פון די שורות/אפציעס וואס דו שטעלסט פאר, ע"פ רוב ווענד זיך עס ווען דו פרעגסט מיר, און און וועלכע מצב אין לעבן איך בין.

פאר מיין חתונה וואלט איך געגעבן איין סעט פון סיבות (א חלק פאנטאזיעס איבער וואס מערידזש באדייט, און א חלק סתם נאאיוויטעט אדער קולטוארע פרעסעפציעס), אין געלונגענע תקופות וועל איך אנגעבן אנדערע סיבות (Love, Security, Happiness, etc.), און און שוואכערע תקופות וועל איך צוצייכענען מער די סיבות פארוואס עס לוינט נישט זיך צו אפטיילן וכדו'..

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:11 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
כ׳געב דיר גערעכט ׳אלפא׳.

נאר למען הסורוועי קעמען פאקעסירן אויף דעם יעצטיגן סיטואציע און אפשאצן וועלכע נקודה ער מוז האבן אין זיין מערידזש אז ס׳זאל זיך אים לוינען די מערידזש אינאיינעם מיט די התחייבות׳ער וואס קומט מיט דעם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:44 pm
דורך מי אני
דא האב איך צוגעברענגט:
מי אני האט געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 12:05 amדר. אלי פינקעל (און קאלעגעס) האט געשריבן אן אנאליז אז היינט צוטאגס זוכט מען פונעם בן/בת זוג אז ער/איר זאל איר/אים העלפן דערגרייכן העכערע שטאפלען פונעם פסיכאלאגישן היארכיע וואס דר. מאסלאוו האט ווי באקאנט אראפגעשטעלט. משא"כ אינעם עבר איז וואס מ׳האט געזוכט/געוואלט/געהאפט צו ערפילן דערפון, איז געווען די מער נידעריגערע שטאפלן. ולכן לייגט דאס א גרעסערע לאסט אויפ'ן פּאָר דאס נאכצוקומען, וואס קען ברענגען פראבלעמאטישע רעזולטאטן וכו'.

מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז אויך נוגע צו אונזער געזעלשאפט. דהיינו, אז איה"נ אמאל, וואס דער גייסט פון א חתונה געהאטע לעבן איז געווען די נידעריגערע שטאפלען פונעם היארארכיע [מאן = פארדינער, פרנסה ברענגער. פרוי = עקרת הבית, אויפציען קינדער], האט די וועג ווי אונזער שידוך סיסטעם איז אויסגעשטעלט געדינט בעסער (אגב, עיין בשו"ת משנה הלכות ח"ז סימן רלה). משא"כ היינט-צו-טאגס וואס, ווי נישט ווי, זוכט דער אלגעמיינער מענטש ארויסצובאקומען פונעם חתונה געהאטע לעבן [זיין/איר בת/בן זוג], אריינגערעכנט דעם חרדי, עפעס מער דערפון [ליבשאפט, העלפן ערפילן זיין/איר פערזענליכן ציל/וואונטש אין לעבן], ארבעט דאס נישט אזוי גוט, און די משל פון די מעשה פון דעם אשכול איז א תוצאה דערפון.
זייער מאדעל איז אז ביז א 200 יאר צוריק איז די אינסטיטושאן פון הייראטן געווען ריין אינסטיטושענאל פאר פיזיאלאגישע באדערפענישן: ער ברענגט פרנסה און שמירה, און זי קאכט, וואשט און ציהט אויף זיינע קינדער פון אים (וידוע די סצענע פון פידלער אויפ׳ן דאך). דערנאך, ביז א 60 יאר צוריק, האט זיך דאס געטוישט צו זיין קאמפּעניאנעט: די סיבה דערפאר ווערט שוין מער מחמת אהבה וחברותא. דערנאך האט זיך דאס געטוישט צו דעם אז וואס מ׳זוכט פונעם בן/בת זוג איז צו העלפן דעם מענטש בויען זיין אייגענע עקספּרעסיוו איידענטיטי און זיך סעלף-עקטשועלייזן. און יעדעס מאדעל ארויף, ווערט עס שווערער פאר׳ן בן/בת זוג צו ערגענצן פאר׳ן צווייטן דאס וואס ער/זי זוכט דערפון.

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 10:56 am
דורך אורות
און אויב איך ווייס וואס איך זיך קען איך עס אויך טרעפן?

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 1:51 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אורות האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 10:56 am און אויב איך ווייס וואס איך זיך קען איך עס אויך טרעפן?

קענסט זיכן איינער וואסיז אינטערסירט אין עפעס ענליך.

למעשה, ווער נעמט זיך די קורעדזש צו ענטפערן דעם סורוועי/פאול קורץ אין שארף??

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 2:39 pm
דורך אלבערט איינשטיין
ווען איך ליין די אלע אפציעס אויפן טיש. באמערק איך אן אינטערסאנטע זאך. אז אפילו בעצם יעצט אויפן מינוט איז מיין סיבה פאר מערידש personal growth. איז עס פשוט געוואנדען און סיטאוואציעס ווי מיין לעבן איז איצט. און הגם פון כמעט אלע סיבות אינאיינעם האבן איך די ווילן. און ביי געוויסע תקופות אין מיין לעבן איז געוויסע שטארקער און געוויסע שוואכער און עס איז שווער צו זאגן.
און אלפא ברענגט גוט ארויס אז מערע מענטשן קענען זיך נישט גענוג גוט.
איך וואלט געזאגט אז די דעזייער פאר א מענטשן צו חתונה האבן איז א חלק פון די עוואלציע אז א מענטש (אדער באשעפעניש) האט און זיך א טבע פון ווילן וואקסן און עקספענדן און בויען פאמיליע. הגם נישט אייביג איז די מענטש אויפמערקזאם דעראויף.
און פון תורהדיגע בליק איז די זעלבע די באשעפער האט באשאפן די מענטש מיט די ווילן צו בויען דורות
נאכדעם איז דא אלע זייטיגע בענעפיטס דערצו וואס זאל מאכן די מענשט ווילן זיין אין מערידש פאר מענטשן וואס האבן נישט (איצט) געפיל צו די עכטע און טיפע סיבה

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 3:03 pm
דורך שעפטאל
יעצט דורכגעגאנגן דעם ליסטע מיטן צדיקת (שטייצעך, כ'לייג עס ארויף מיט איר רשות), אונז ביידע האבן איינגעזעהן אז ביי אונז איז עס אפאר צוזאמען.
1 2 3 4 5 6 11 12 13 14 15 20
די אנדערע נאמבער'ס זענען זיכער נישט קיין סיבה פאר אונז.

איבער אלעם איז ביי איר נומער צוויי שעירן לייף עקספיריענס.
פאר מיך איז עס 12, אבער כ'גלייב אז ליבשאפט, קאמפעניענשיפ, קאמיטמענט, וכו' זענען א חלק פון די פאקטאר פון מיין שטייגן.

אפשר בין איך נישט מודה פאר זיך אליין אז די אמת'ע זאך וואס כ'וויל איז אויכעט וואס זי וויל 🫣

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 5:22 pm
דורך תרמב
איך בין חתונה געהאט וועגן כמעט אלע סיבות וואס איז דערמאנט אינעם ערשטן תגובה, בשעת איך האב חתונה געהאט האב איך נישט אינזין געהאט קיין איינס, איך האב חתונה געהאט ווייל יעדער האט חתונה, אבער מיט די צייט האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס איך בין חתונה געהאט, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט וועגן כמעט אלע די סיבות דערמאנט אויבן.

אפשר 20 נישט, ווייל איך לעב נישט יעצט חתונה געהאט ווייל איך גיי קענען לעבן פון די 95 ביז די הונדערט און פינעף

19 און 10 אויך נישט, איך בענעפטיר נישט צופיל לעגאל און פינאנציעל, אויב עפעס קאסט עס מיר מער, אבער אויסער דעם זענען אלע איבריגע זיבעצן אויסוואלן שייך, אזוי ווי אלפא זאגט יעדע מינוט איז א צווייטע סיבה מער גובר אויפן צווייטן.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 6:50 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
יישר כח פאר אלע וואס האבן געענטפערט!!

ס׳איז עכט באלערנד צו זעהן די פארשידענע נאטורן.
כשם שפרצופיהם שונים כך דעותיהם שונות.

ביי מיר איזעס 1 און 4

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 7:17 pm
דורך mevakesh
איך האב חתונה געהאט ווייל דאס איז וואס סאסייעטי פארלאנגט
ווען עס איז ווען גרינג וואלט איך מיר נאכאלס אפשר געגעט פאר די פרידאם און פריקת עול אפילו איך בין בעצם צופרידן
וואס איך פיהל איך בענעפיט פון זיין חתונה געהאט איז
קאמפאני
אינטימיסי
סעקיוריטי
עמאציאנעל גראט דאס איז די עיקר איך פיהל איך ווער א בעסערע סעלפלעס מענטש

ואת האלף!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 7:44 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מזל טוב 🥳 @מבקש צו דיין ׳טויזענסטע׳ תגובה!!

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 10:29 am
דורך yesiknow
בפשטות זוכט מען עפעס וואס מען קען (טאר) נישט האבן נאר ווען (מיט וועם) מען איז חתונה געהאט, ווייל אלעס אנדערש האסטו (קענסטו) האבן פאר דעם אויך, אבער פון עס זוכן ביז טרעפן קען זיין א לאנגע מהלך.

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 10:42 am
דורך קלמישל2
עולם גולם האט חתונה ווייל אזוי איז סאסייעטי.
פארוואס וויל דאס סאסייעטי? ווייל זיי זענען ערוואקסן און ווייסן שוין אז דאס איז וויכטיג פאר רוב פון די סיבות.
וויאזוי האט דער ערשטער געוויסט? די אייבערשטער האט געגעבן די מצוה פון פרו ורבו, און צוגעלייגט א באונעס.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 11:08 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
יא, יא. אלעס ריכטיג.

נאר די שאלה בנוגע דעם סורוועי אין דעם אשכול, איז:
וועלכע איין זאך (אדער מערערע) דארפסטו האבן אין דיין מערידזש אלץ א מינימום אז ס׳זאל זיך דיר לוינען דאס זיין חתונה געהאט?

און אנדערע ווערטער; וועלכע זאך אדער זאכן, וואס אויב דיין מערידזש שטעלט דיר עס נישט צו, וועסטו זיך וועלן גט׳ן?
(למשל, כ׳ווייס פון איינער וואס זיין מערידזש שטעלט אים צו א שיינע קיילעכיגע זיראו (0) און בלייבט חתונה געהאט בלויז ווייל זיין בענעפיט דערפון איז נומער 17)

(אלץ א באונעס, קעמען אויך שרייבן צו מ׳באקומט עס למעשה...)

ביטע, ביטע קומט אריין ענטפערן. ס׳גיבט אסאך קלארקייט איבער דעם מערידזש סיטואציע ביי אונז (און כ׳דארף דאך וויסן וואס איך טוה מיט מיינע קינדער...).

א דאנק!

_ _
נ.ב. אויב ענטפערט מען מער ווי ׳איין׳, דאן ביטע אויסקלארן צו ס׳מיינט אז ער מוז האבן ׳אלע׳ כדי ס׳זאל זיך אים לוינען, אדער ס׳מיינט אז ס׳איז אפשענעל און בלויז איינע פון די אויסגערעכנטע וואלט אויך גענוג געווען...

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 2:11 pm
דורך yatzmachp
דער אמת איז אז כמעט יעדער זוכט אלעס נאר עס ווענדט זיך אין די סדר פון די וויכטיקייט וואס איז ביי יעדן אנדערש. יעדער ווייסט אז מען קען נישט האבן אלעס. דער מענטש וואס האט די זאכן וואס זענען ביי אים גאר גאר וויכטיג און די זאכן וואס זענען גאר וויכטיג פארקוקט גרינג אויף די זאכן וואס זענען נישט אזוי וויכטיג. אבער דער וואס האט די זאכן וואס זענען נישט אזוי וויכטיג אבער נישט די זאכן וואס זענען גאר וויכטיג וועט געווענליך זיין זייער פראסטרעיטעד און זיך עסן דאס געזונט און וויינען א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט אויף זיין גורל.

די ערגסטע זאך וואס גייט אן פאר יעדעם איז די מציאות אז די פרייאריטיס טוישן זיך דורכן לעבן און אפילו מען האט נעכטן געהאט וואס איז גאר וויכטיג אבער היינט נישט, וועט ער אויך ווערן זייער פראסטרעיטעד. משא"כ דער וואס האט קודם נישט געהאט און נאכדעם יא וועט געווענליך זיין זייער צופרידן. אזוי ווי עס שטייט אין פרק יצא שכרו בהפסדו קעגן הפסידו בשכרו.

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2024 11:59 am
דורך פינקע בלומען
2-3--4 איז שטארק, די אנדערע געבט זיכער אויכעט צו,
19 איז שוין כמעט נישט שייך היינטיגע צייטען.

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2024 12:33 pm
דורך צוזאמגעדרייט
עס פֿעלט איין וויכטיגע שעלה, איז ס-קס א סיבה פארוואס דו ווילסט מערידזש?. זיין חתונה געהאט באדייט האבן א סעקטואלע שיתוף. וואס ביי מענער איז דאז א גאר מאכטפולע פאקטאר...

אויך דארף מען מאכן א סורוועי בנוגע די סיבות נישט צו זיין חתונה געהאט..
----

אויב קען איך ווען אויסשטעלן מיין לעבן ארויס פון א פוקציע ביכל, וואלט איך נישט געוואלט חתונה האבן. א קאמיטעד רילעשאנשיפ יא, אבער חתונה האבן זעה איך נישט קיין סיבה אויסער קינדער/פאמיליע און רעליגיע - און ביידע פון דעם פארנעמען נישט קיין אויבן-אן אין מיין איצטיגע לעבן..

קען זיין כ'העל ווערן עלטער און פארשטיין אנדערש.

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2024 3:59 am
דורך שאלתיאל
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:33 pm עס פֿעלט איין וויכטיגע שעלה, איז ס-קס א סיבה פארוואס דו ווילסט מערידזש?. זיין חתונה געהאט באדייט האבן א סעקטואלע שיתוף. וואס ביי מענער איז דאז א גאר מאכטפולע פאקטאר...

אויך דארף מען מאכן א סורוועי בנוגע די סיבות נישט צו זיין חתונה געהאט..
----

אויב קען איך ווען אויסשטעלן מיין לעבן ארויס פון א פוקציע ביכל, וואלט איך נישט געוואלט חתונה האבן. א קאמיטעד רילעשאנשיפ יא, אבער חתונה האבן זעה איך נישט קיין סיבה אויסער קינדער/פאמיליע און רעליגיע - און ביידע פון דעם פארנעמען נישט קיין אויבן-אן אין מיין איצטיגע לעבן..

קען זיין כ'העל ווערן עלטער און פארשטיין אנדערש.
פאר ס-קס דארף מען דאך נישט קיין קאמיטעד רילעשענשיפ, פארקערט ס'באגרעניצט דיך צו איין פרוי. (אויב איז רעליגיע נישט קיין שטער)

Re: וואס זיכסטו בעיקר אין מערידזש?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2024 11:57 am
דורך צוזאמגעדרייט
שאלתיאל האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 3:59 am
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:33 pm עס פֿעלט איין וויכטיגע שעלה, איז ס-קס א סיבה פארוואס דו ווילסט מערידזש?. זיין חתונה געהאט באדייט האבן א סעקטואלע שיתוף. וואס ביי מענער איז דאז א גאר מאכטפולע פאקטאר...

אויך דארף מען מאכן א סורוועי בנוגע די סיבות נישט צו זיין חתונה געהאט..
----

אויב קען איך ווען אויסשטעלן מיין לעבן ארויס פון א פוקציע ביכל, וואלט איך נישט געוואלט חתונה האבן. א קאמיטעד רילעשאנשיפ יא, אבער חתונה האבן זעה איך נישט קיין סיבה אויסער קינדער/פאמיליע און רעליגיע - און ביידע פון דעם פארנעמען נישט קיין אויבן-אן אין מיין איצטיגע לעבן..

קען זיין כ'העל ווערן עלטער און פארשטיין אנדערש.
פאר ס-קס דארף מען דאך נישט קיין קאמיטעד רילעשענשיפ, פארקערט ס'באגרעניצט דיך צו איין פרוי. (אויב איז רעליגיע נישט קיין שטער)
יא און ניין.

פאר איינער וואס האט אסאך אפציעס איז עס שווער צו קאמיטן. אבער פאר זייער אסאך מענטשן איז עס ממש א געווינס דאס האבן אייביג צו די האנט א סעקטואלע שיתוף...