בלאט 1 פון 3
בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 10:17 pm
דורך דאס איז נישט מיך
ברוך דיין האמת
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:14 pm
דורך שבת אחים
ברוך דיין האמת.
שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.
אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.
גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:14 pm
ברוך דיין האמת.
שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.
אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.
גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
אונז ווארטן און קוקען ארויס פאר א דיטאלירטע ארטיקל פון די משב''ק הרב שבת אחים שליט''א מיט האפענונג ער וועט אטנס נישט אנטוישען
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:24 pm
דורך שבת אחים
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:21 pm
שבת אחים האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:14 pm
ברוך דיין האמת.
שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.
אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.
גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
אונז ווארטן און קוקען ארויס פאר א דיטאלירטע ארטיקל פון די משב''ק הרב שבת אחים שליט''א מיט האפענונג ער וועט אטנס נישט אנטוישען
יישר כח
נישט ממש קיינמאל געוועהן קיין משב”ק אבער זיך געהאלטן זייער נאנט צו אים פאר יאהרן לאנג.
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:33 pm
דורך צפת
ער איז אוועק ווי א וויזשניצער רבי.
אלע וויזשניצע רבי'ס זענען נפטר געווארן אום שבת אדער אויף ערב-שבת, מיט א הלל אינמיטן די שבעה. טייל פון די גזע קאסוב-וויזשניץ, זענען נפטר געווארן אינעם יאר וואס מען האט געענדיגט בויען פאר זיי א בנין.
...
ווער ווערט רבי?
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:44 pm
דורך תניא בניחותא
אוי רבש”ע דו האסט דאך אזויפיל צדיקים אויבן אין גן עדן, לאז אונז אויך איבער אפאר צדיקים אויף דעם וועלט.
אונז האמיר א ברייטע אויסוואל פון רבי’ס וואס דו קענסט נעמען בחפץ לב... די פאר געציילטע צדיקים לאז אונז איבער.
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:47 pm
דורך פאלאצ'ינטא
בד"ה
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 11:59 pm
דורך עמרם
צפת האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:33 pm
...
ווער ווערט רבי?
ווער זענען זיינע קינדער ?
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 12:13 am
דורך סקרו דרייוער
איז דא א צוואה?
ער האט דאך נעבעך געוואוסט זיין מצב און ס'הייסט אז ער איז געווען א קלוגע מענטש, האט ער זיך באווארענט?
גייט דא אויסקוקן ווי ביאלא אדער ווי סאדיגורא? אדער סקולען גאר מיט פינף קאסוב רבי'ס?
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 12:16 am
דורך עמרם
די בעסטע אפציע לענ''ד איז זיין ברודער
זיין ברודער איז אויך א ת''ח וכו', און אלע יארן געווען א פייערדיגע חסיד פון אים, און זיך אינגאנצן מבטל געווען צו אים
די שאלה איז וואס ווילן די קינדער ?!?
לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי נישט עפעס איי איי איי
אבער איך ווייס נישט פונטקליך
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 12:36 am
דורך אמאהלגעקעננט
תניא בניחותא האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:44 pm
אונז האמיר א ברייטע אויסוואל פון רבי’ס וואס דו קענסט נעמען בחפץ לב...
דאס איז שױן נישט בניחותא דאס איז א בתמיהה.. משרײבט דאך נישט אזױ . איך פארשטײ אבער אז אין אדם נתפס בשעת צערו
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 12:49 am
דורך שמעקעדיג
איך בין מעתיק א תגובה פון אייוועלט וואס האט מיר געכאפט:
קאסובע רבי ז"ל איז דער מחייב פון יעדע יוד! קאסובע רבי איז נישט געווען א פראדוקט פון קיינעם, קיינער האט נישט געקענט אנטייטלען אויף אים אז ער איז דעם אדער יענעמ'ס חסיד, ווי אויכעט האט ער נישט פראומאוטעד קיין דרך אדער ענין.
ער וואלט געקענט זיין א פשוטע'ר פיינער יוד, א וואוילער א נאבעלער. אנשטאט דעם האט ער זיך דערהויבן למדריגות רמות, ער האט זיך אריינגעלייגט און מגלה זיין גודל נשמתו וגודל נשמת ישראל.
ווער ס'האט אריינגעקוקט אין זיין מעיינא דמלכא זעט זיינע נקודות הפנימיות,
ער איז געגאנגען מיט די דרך פון ספרי איזשביצא אז א יעדע איד'ס נשמה האט א נקודת צדיק וואס מ'דארף ארבעטן צו מגלה און אויפפלאקערן.
ער האט אסאך זאכן אוועקגעמאכט על סמך פון די נקודה, ווי באקאנט פלעגט ער אסאך מאל אוועקמאכן די גודל המצב פון קברים, ווער ס'קוקט אריין אין זיין ספר האט געקענט הערן זיין נקודה,
ער האט געוואלט אז א יעדע יוד זאל מגלה זיין דאס אייגענע נשמת צדיק, און נישט נאר ווען מ'איז ביי יענע צדיק און מ'איז זיך מדבק אין דעם צדיק'ס אור.
זיין טענה שרייבט ער קלאר: דעם צדיק'ס אור ביי דיר איז פאר צייטווייליג, דו מוזט טרעפן דיין אייגענע צדיק און עס אויפפלאקערן!
זיין התייחסות צו א צווייטע יוד איז געווען אויפ'ן זעלבן אופן. א יעדער איד איז געווען ביי אים א חלק פון קדושת ישראל, ס'האט נישט עקזיסטירט אזא זאך ווי איגאו אין זיין וועלט.
זיין עבודה איז נישט געווען עפעס וועגן אים, ער איז דא געווען צו אויפהייבן די שכינה, א יעדער איד איז געווען ביי אים א זאך, ער האט אויפגענומען יעדע איד מיט א מורא'דיגע טיפע כבוד, די כבוד איז געקומען פון גודל הכרתו אין גודל נשמת ישראל און זיין אהבה עזה צו יעדן איד.
אויכעט האט ער געהאט א ספעציעלקייט אין זען א ספעציעלקייט אין יעדן איד, מענטשן פלעגן אים זאגן געדאנקען און דיעות, און ער האט עס אנגענומען און באוואונדערט כאילו די ווערטער קומען יעצט ארויס פון שלמה המלך'ס מויל.
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 1:25 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
אוי בד''ה א שטארקע קלאפ פאר ב''פ
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 1:28 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:14 pm
ברוך דיין האמת.
שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.
אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.
גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
דאכצעך זיין טאטע האט געהייסן קאסוב-זאלישטשיק'ער רבי: ער האט געדראפט זאלישטשיק. זיך נאר גערופן קאסוב'ער רבי. יהא זיכרו ברוך.
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 1:31 am
דורך אקטיווע שרייבער
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 1:59 am
דורך אמאהלגעקעננט
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 1:28 am
שבת אחים האט געשריבן: ↑מוצ"ש יוני 29, 2024 11:14 pm
ברוך דיין האמת.
שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.
אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.
גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
דאכצעך זיין טאטע האט געהייסן קאסוב-זאלישטשיק'ער רבי: ער האט געדראפט זאלישטשיק. זיך נאר גערופן קאסוב'ער רבי. יהא זיכרו ברוך.
דער פאטער איז געװען א זון פון זאלישטשיקער און ערשט אן אײניקל פון לקט עני. דער שם קאסוב איז שױן געװארן מיט די יארען דער נאמען פון בית מדרש נאך בחײו פון ר הערשעלע
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 2:04 am
דורך עמרם
די נאמען זאליטשיק האט זיין ברודער איבער גענומען
(און אויך די שול פון זיין טאטען, נאכדעם וואס ער האט שוין געדארפט א גרעסערע)
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 2:40 am
דורך אמאהלגעקעננט
עמרם האט געשריבן: ↑
די בעסטע אפציע לענ''ד איז זיין ברודער
זיין ברודער איז אויך א ת''ח וכו', און אלע יארן געווען א פייערדיגע חסיד פון אים, און זיך אינגאנצן מבטל געווען צו אים
בדידי הוה עובדא,
ר' חײם האט נישט געװאלט ענטפערן אױף א דבר הלכה אין בית מדרש, װאס הײסט, ס'דא א רבי - אתרא דמר!
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 11:47 am
דורך עמרם
זונטאג קרח 11:40 פארמיטאג
יעצט טרעט אויף דער לאנגיעריגער ראש הקהל אין קהילה קדושה קאסוב הנגיד החסיד ר' שלמה זלמן קליין הי"ו איש אמונו פונעם רבי'ן זצ"ל, אויפן רבינ'ס בקשה איז ער מכתיר די צוויי עלטסטע קינדער אלס ממשיכי דרכו בקודש, בנו הגדול הגה"צ ר' יעקב שמשון האגער שליט"א אלס אדמו"ר מקאסוב אין בארא פארק, און דער צווייטער זון הגה"צ ר' מנחם מענדיל דוד האגער שליט"א (איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א) אלס אדמו"ר מקאסוב אין ארץ ישראל.
JDN
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 11:55 am
דורך מילך טראק
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 1:31 am
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
פשט די פיאות האט אים געשטערט פון פארנט האט עא עס גלייגט אין די בעק,
וואס איז די מקור פון די פיאות אין פארנט ווייסטו יא?
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 11:58 am
דורך עמרם
זונטאג קרח 11:52 פארמיטאג
כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי יעקב שמשון האגער שליט"א האט יעצט אויסגערופן רירנדע ווערטער, אז ער בעט זיין יונגערער ברודער כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי מנחם מענדיל דוד שליט"א זאל קומען קיין אמעריקע איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, און ווייטער ממשיך זיין די הייליגע המשכה לבית קאסוב.
JDN
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 12:04 pm
דורך עמרם
זונטאג קרח 11:57 פארמיטאג
כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי יעקב שמשון האגער שליט"א איז ווייטער ממשיך מיט רירנדע דברי פרידה, אצינד האט ער געבעטן אז די יונגערע ברידער זאלן אויך ממשיך זיין די כתר ההנהגה, הגה"צ ר' משה האגער שליט"א אלס מנהיג אין וויליאמסבורג, און הגה"צ ר' ברוך האגער שליט"א אלס מנהיג אין לעיקוואד
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 5:44 pm
דורך צפת
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".
והיה לפלא.