מילא ווען די דאקומענטערי איזראעליזם isrealismfilm.com איז ארויסגעקומען, און געוועזענע ציונים דערציילן דארט וויאזוי זיי האבן זיך געטוישט, אקעי, מ'האט שוין געהערט אזעלכע זאכן.
מילא די איזראעלישע ארגאניזאציע BreakingtheSilence.org.il, וואו הונדערטער געוועזענע חיילים רעדן קעגן די באהאנדלונג פון פאלעסטינער
(א דוגמא דא, פון צוויי חדשים צוריק):
מילא ווען אפאר חברה מאכן א פאדקעסט מיט שטילע פראטעסטן אין ישראל קען מען נאך פארשטיין
אדער אפילו ווען היימישע אין ישראל קומען זיך צוזאם מיט התנגדות צו וואס קומט פאר:
וואס דעשרעקט דיך דא?
אז אפאר חרדים וויינען אז זיי גייען מער נישט באקומען זייער כולל געלט?
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 8:56 am
דורך פוילישע פעפער
זארג זיך נישט,
די עקסטרעמיסטן זענען אלעמאל געוועהן און גייען אלעמאל זיין קעגן די מדינה.
Re: וואס קומט פאר אין מדינת ישראל?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 9:05 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב נייעס פאר ענק, עס האלט שוין נישט ביי אפאר חרדים אדער עקסטרעמיסטן. מען רעדט דא פון כמעט אלע ערליכע שיכטן און קרייזן. סיי חסידישע (נכלל בעלזא, וויזניץ, וכדו') און סיי ליטווישע. עס איז א מעידזשאר מאוומענט נאך די לעצטיגע פסק פון בג"ץ, א מאוומענט וואס וועט בפשטות ברענגען אסאך קאפ-וויי פאר די מדינה.
Re: וואס קומט פאר אין מדינת ישראל?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 9:12 am
דורך בר גיורא
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 9:05 am
כ'האב נייעס פאר ענק, עס האלט שוין נישט ביי אפאר חרדים אדער עקסטרעמיסטן. מען רעדט דא פון כמעט אלע ערליכע שיכטן און קרייזן. סיי חסידישע (נכלל בעלזא, וויזניץ, וכדו') און סיי ליטווישע. עס איז א מעידזשאר מאוומענט נאך די לעצטיגע פסק פון בג"ץ, א מאוומענט וואס וועט בפשטות ברענגען אסאך קאפ-וויי פאר די מדינה.
נכון.
אבער די פראבלעם איז נישט גיוס.. (ווען דאס איז באמת די פראבלעם, וואלטען די חרדים שוין לאאאנג דורכגעפירט א חוק הגיוס און בגץ וואלט זיך נישט געדארפט אריינמישען).
די עכטע פראבלעם איז אז זיי גייען פארלירען א חלק פון די מתנת חינם די מדינה געט זיי פאר די לעצטע 40 יאר .
(זיי ביטע מעיין אין די פסק פון בגץ)
Re: וואס קומט פאר אין מדינת ישראל?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:34 am
דורך דערהויבענע איד
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 9:05 am
כ'האב נייעס פאר ענק, עס האלט שוין נישט ביי אפאר חרדים אדער עקסטרעמיסטן. מען רעדט דא פון כמעט אלע ערליכע שיכטן און קרייזן. סיי חסידישע (נכלל בעלזא, וויזניץ, וכדו') און סיי ליטווישע. עס איז א מעידזשאר מאוומענט נאך די לעצטיגע פסק פון בג"ץ, א מאוומענט וואס וועט בפשטות ברענגען אסאך קאפ-וויי פאר די מדינה.
wishful thinking
זיי נישט ברוגז...
דיסקלעימיר: איך האלט נישט בכלליות פון די מאדנע צוגאנג פון חרדים אין א''י, און איך האלט נישט אז דאס וואס די גרויסע קאמפעניס פארקויפן אז די עולם האלט איז עס טאקע אזוי, כ'האלט נאר נישט אז אזא מאוומענט וועט ברענגען עני קאפוויי פאר שמג''ץ, און אויך איז נישט קיין מעיזשער מאוומענט אויב בכלל. סה''כ א ווילדע איזרעילי חרדי'שע קוועטש.
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 1:27 pm
דורך שאלתיאל
נעקסט לעוועל? ס'איז דאס ערשטע מאל דו זעסט א הפגנה פון חרדים קעגן גיוס אדער ווערסט געוואור אז חרדים זענען אנטי ציונים?
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 8:26 pm
דורך בונה של טוב
איז עס טאקע common אז זיי מאכן אזעלכע ריזיגע פּראטעסטן ווי אלע קרייזן פאראייניגן זיך און זאגן: מיר ווילן ענדערש שטארבן ווי אידן ווי איידער צו לעבן אלס ציונים?