בלאט 1 פון 1

בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 7:26 pm
דורך היכי דמי
כלל ישראל איז ברוך השם באשאנקן מיט געלונגענע און גאר גוטע ארגאניזאציעס וואס העלפן ארויס אידן בכל עת ובכל שעה, אפילו אין גאר שווערע אומשטענדן ווי איך וואלט נישט אריינגעטרעטן. פארדעם שפיר איך שלעכט אפילו צו שרייבן די ארטיקל, ווייל איך וויל חלילה נישט שרייבן שלעכטס אויף אזעלכע מסירות נפש אידן, און אויך ווייל איך וויל חלילה נישט אוועקמאכן זייער גוטע מעשים דורכ'ן זיין פארנומען מיט די שלעכטע אפפאל.

יעדע גוטע סיסטעם האט שלעכטע חלקים צו זיך, און עס איז נארמאל.

אבער, דא קומט א גרויסע אבער. עס איז דא ארגאניזאציעס וואס זענען אנגעפילט מיט גוטס, אבער ווען עס קומט פאר כבוד וועלן זיי ווערן אוממענטשליך און שלעכט, און אן קיין בושה קענען זיי וויי טוהן, טשעפענען, און אפטוהן אנדערע אידן אן קיין שום געפיל.

אי שרייב די שורות נאכ'ן מיטהאלטן א גרויסע בזיון התורה נעכטן אין שטאט מאנסי, וואס איז דירעקט געקומען דורך אן ארגאניזאציע וואס איז פול מיט חסד און גוטהארציגקייט, אבער ליידער נעכטן האבן זיי זיך דערקייטעלט צו א גאר נידריגע שטאפל, ווייל מען האט בארירט זייער כבוד.

עס איז נעכטן ארויסגעגאנגען א הכנס"ת פון די סקווירא ביהמ"ד אין וועזלי היללס בראשות בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, די בעל שמחה האט באשטעלט די חביבים ארגאניזאציע צו קאנטראלירן די טראפיק אויף די שטילע געסעלעך נעבן די ביהמ"ד. פלוצלונג זענען אנגעקומען א באנדע פון די חברים ארגאניזאציע, נישט קענענדיג פארנעמען אז זייער קאנקורענט פירט אן מיט די מעמד, און זיי זענען געקומען א גאנצע גרופע און אן קיין שום בושה וכלומה צושטערט א מעמד כבוד התורה, צושטערט א שמחה פון א משפחה. לויט ווי איך האב געהערט דארט אויף די פלאץ זענען זיי דירעקט געשיקט געווארן דורך זייער פירער, מיט די תירוץ אז די ראמאפא פאליציי לאזט נאר בלאקירן א גאס ווען חברים איז דארט.

די חברים וואלענטירן האבן זיך אריינגעשטעלט אין פאראנט פון קארנס ספר תורה טראק און אים צוריקגעהאלטן פון פארן ביז די חביבים טראק פארט אוועק, און זיי נעמען איבער די קאנטראל. די באטייליגטע, משפחה און פריינט האבן זיך געבעטן בתחנונים וברחמים אז ער זאל איגנארירן און אוועקגיין, אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אוירן. איך בין שיינערהייט צוגעגאנגען צו אים זאגן אז די ספר תורה איז שוין ארויס און עס איז א בזיון התורה וואס ער טוט, אנשטאטס מיר אויסהערן און אוועקשפאצירן האט ער מיר אפגעכאפט און געסטראשעט אז ער גייט מיר באריכטן פאר די אינסטאנצן.

אינדערזייט איז פארגעקומען געשלעגערייען מיט די חברים מעמבערס וואס איז געווען א שרעקליכע חילול השם. דאס איז געווען קינדעריש און נאריש. אבער דאס בלאקירן א ספר תורה טראק אינדערצייט וואס חשובע אידן שטייען אויף די גאס און ווילן אפגיבן דעם כבוד התורה, גייט מיר נישט אין קאפ אריין. אלעס ווייל מען האט באשטעלט זייער קאנקורענט.

דאס טאר נישט איגנארירט ווערן.

(איך וויל נישט אריינגיין באריכות איבער די ארגאניזאציע, טאקע ווייל זיי טוהן גאר אסאך גוטס, אבער זיי האבן א שלעכטע רעקערד פון טערערזירן און קאנטראלירן ווען עס קומט צו זייער כבוד, ווי למשל פאריאר נאך די ראחמיסטריווקא לויה האבן זיי געסטראשעט די מאנסי געשעפטן אז מען מוז ארויסווארפן די מאמענט ווייל עס איז דא א נעגעטיווער ארטיקל איבער זיי.)

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 8:06 pm
דורך קהל'ס נער
רעד ברחל בתך הנאקעטע, יוסי מארגערעטן איז א טעראריסט. פינטל

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 8:19 pm
דורך א פשוטע יוד
קהל'ס נער האט געשריבן: רעד ברחל בתך הנאקעטע, יוסי מארגערעטן איז א טעראריסט. פינטל
סתם געשאסן

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 8:43 pm
דורך Visionary
קהל'ס נער האט געשריבן: רעד ברחל בתך הנאקעטע, יוסי מארגערעטן איז א טעראריסט. פינטל

בכלל נישט. מן הסתם קענסטו אים נישט.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 8:44 pm
דורך Visionary
עס איז א פראבלעם וואס ליידער טוט זיך אפ אין בארא פארק מיט שמירה\שומרים און אין לעיקוואוד מיט הצלה און הצלת נפשות.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי לאמיר זיך א ביסל בארואיגן: איך נעם נישט קיין שטעלונג אדער פרוביר צו זאגן א מיינונג איבער די און אנדערע אנגעבליכע געשעהענישן פון קאמפעטישן אדער א קאנטעסט צווישן היימישע וואלונטיר און הילפס ארגאניזאציעס. איך רעד נאר בכלליות. דאס איז נישט באגרעניצט צו היימישע אידן וואס אלע פון זיי ארבעטן (בד"כ) מיט איין ציל. צו שטיין צו הילף פאר אחינו בני ישראל בעת צר.

דאס איז א מענטשליכער פענאמענאן. אין (כמעט) א יעדע שטאט אדער געגנט איז דא כמו קאמפעטישן צווישן הילפס ארגאניזאציעס וועלכע טוען אן ענליכע ארבעט.

אין ניו יארק סיטי איז מיט עטליכע יאר צוריק געווען זייער אן אנגעשטרענגטער מצב צווישן די פייערלעשער... (FDNY)... און די פאליס דעפארטמענט'ס עמערדזשענסי סערוויס יוניט...(ESU)...!

ווען ביידע פון זיי פלעגן אנקומען אויף א סצענע וואו מ'האט געדארפט הילף איז אייביג געוען א קאמפעטישן ווער ס'האט די רעכט צו טון די ארבעט. אזוי ווייט אז דער מעיאר (כ'מיין זשוליאני) האט זיך געדארפט אריינמישן און "מאכן שלום" צווישן זיי. מ'האט דאמאלס אויסגעארבעט פארשידענע רולס ווער ס'האט די רעכט צו טון די הילפס ארבעט.

אין די מערסטע שטעט אין אמעריקע איז דאס די ארבעט פאר די פייער דיפארטמענט. ווייל זיי האבן די הויכע לייטערס און די עקוויפמענט. און די פאליס זענען גאנץ קליינע יוניטס. נאר אין ניו יארק האבן די פאליס דעפארמענט ספעציעלע יוניטס וועלכע זענען געטרעינט צו באהאנדלען עמערדזשענסיס. NYC...האבן די

מ'דארף זעהן צו האבן אחדות. כולם אהובים כולם ברורים. כ'האף אז ס'איז אויך כולם גיבורים. ס'איז דא געניג ארבעט פאר ביידע ארגאניזאציעס. סיי חברים און סיי חביבים. און ביידע זענען דא לשם שמים.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:27 pm
דורך קהל'ס נער
Visionary האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:43 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: רעד ברחל בתך הנאקעטע, יוסי מארגערעטן איז א טעראריסט. פינטל

בכלל נישט. מן הסתם קענסטו אים נישט.
א פשוטע יוד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:19 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: רעד ברחל בתך הנאקעטע, יוסי מארגערעטן איז א טעראריסט. פינטל
סתם געשאסן
זעיט אויס אז ענק קענען עים נישט, אדער זענען ענק חבירים מעמבערס וואס דארפן עים נעבעך אויסלעקן ביי יעדע געלעגענהייט און זיין זיינע שיק יונגלעך.

יא דעי מענטש איז א אויסניצער און א טעראריסט, איך גיי נישט זאגן קיין מעשיות אלץ גילוי, און ס׳נעמט נישט אוועק פון זיינע עסקנות און סערוויסעס פאר כלל ישראל.

נישט צי פארגלייכן צי משי זהב, אבער משי זהב האט אויכט ציגעשטעלט עסקנות און סערוויס פאר אחב״י, ס׳נישט קיין שום סתירא.

משי זהב איז א עקסטרעמער משל, באט יו געט די פוינט.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 3:08 am
דורך טאמבל סאס
אבער מארגארעטן טוהט רעטן פיהלע אידן פון תפיסה?

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 8:09 am
דורך אוהב ספרים
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 3:08 am אבער מארגארעטן טוהט רעטן פיהלע אידן פון תפיסה?
דאס איז יוסי און יענץ איז משה, ויחי ההבדל הקטן.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 8:18 am
דורך קהל'ס נער
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 3:08 am אבער מארגארעטן טוהט רעטן פיהלע אידן פון תפיסה?
ווי @אוהב ספרים זאגט, זיי זענען צוויי אנדערע מענטשן ולא קרב זה אל זה.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 8:46 am
דורך טאמבל סאס
סאוי איינער לייגט מענטשן אריין אין תפיסה און איינער ארויס? געוואלדיג!

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 11:04 am
דורך היימלינד
וועגען דעם איז זייער וויכטיג פאר organizations צו האבען איינער פאר וועם מ'דארף אפגעבען דין וחשבון, אדער א קאלערפול באורד, עס איז זייער גרינג פאר אזא איינער צו אריין צופאלען אין ווערן א דיקטעטור אפילו ווען מען הייבט אהן לשם שמים/טובת הציבור.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 8:41 pm
דורך שמעקעדיג
קהל'ס נער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן: אבער מארגארעטן טוהט רעטן פיהלע אידן פון תפיסה?

ווי @אוהב ספרים זאגט, זיי זענען צוויי אנדערע מענטשן ולא קרב זה אל זה.

נישט ממש ולא קרב, זיי זענען פארט ברודער....

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 8:44 pm
דורך שמעקעדיג
היכי דמי האט געשריבן: עס איז נעכטן ארויסגעגאנגען א הכנס"ת פון די סקווירא ביהמ"ד אין וועזלי היללס בראשות בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, די בעל שמחה האט באשטעלט די חביבים ארגאניזאציע צו קאנטראלירן די טראפיק אויף די שטילע געסעלעך נעבן די ביהמ"ד. פלוצלונג זענען אנגעקומען א באנדע פון די חברים ארגאניזאציע, נישט קענענדיג פארנעמען אז זייער קאנקורענט פירט אן מיט די מעמד, און זיי זענען געקומען א גאנצע גרופע און אן קיין שום בושה וכלומה צושטערט א מעמד כבוד התורה, צושטערט א שמחה פון א משפחה. לויט ווי איך האב געהערט דארט אויף די פלאץ זענען זיי דירעקט געשיקט געווארן דורך זייער פירער, מיט די תירוץ אז די ראמאפא פאליציי לאזט נאר בלאקירן א גאס ווען חברים איז דארט.

איך כאפ נישט דעם "תירוץ". אויב די פאליציי לאזט נישט בלאקירן א גאס נאר מיט חברים אויפן ארט און די הכנסת ס"ת אידן האט עובר געווען אויף די שרעקליכע תקנה, נו יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, זאל די פאליציי קומען און צושטערן די שמחה! זייט ווען איז חברים אריין אין די ביזנעס פון "לאו אינפארסמענט"? זיי באקומען באצאלט פון די פאליציי צו טון זייער דזשאב?

עפעס שטימט נישט דא.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 10:43 pm
דורך קהל'ס נער
ווייל חברים טשארזשד געלט פאר בלאקן גאסן וכדומה, מילא אז ס'קומט א קאמפעטישען רייסט מען אים אן די ביינער און מען בלעימט די פאליציי.

זייער סעילס פיטש איז "אויב נעמסטו א צווייטן צושטער איך דיין מעמד". דערווייל ארבעט עס.

חברים איז וואויל באקאנט מיט זייער אוממענטשליכע אויפפירונג, זיי ווארפן און שטופן מענטשן זייער שרייען אויפן עולם, און ווען ס'פעלט אויס לייגן זיי צי אפאר מכות אויכט, און אויב דער מאמענט באשרייבט דעם אמת איבער זיי, מאכט אונזער חשובער עסקן זיכער אז זיינע מעמבערס זאלן ארומגיין און עס ארויסווארפן פון די סטארס.

איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי ער האט געסטראשעט איינעם אז טאמער שטעלט ער אים נישט צי עפעס וועט ער הייסן פאר זיינע מעמבערס זאלן בויקאטן זיין ביזנעס. א געהעריגע טעראריסט.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 1:34 am
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 8:41 pm נישט ממש ולא קרב, זיי זענען פארט ברודער....

טאקע היא הנותנת.

ווי פלעגט פינקי'ן זאגן: ב"ה מען זעט אז מתעסקים צושפרייט זיך, זיי האבן פילע נייע עקוויפמענט, למשל זיי שטעלן צו מחיצות אויב למשל עס זיצן צוויי ברודערס זאל זיך נישט מאכן...

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 3:13 am
דורך א פשוטע יוד
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 8:44 pm איך כאפ נישט דעם "תירוץ". אויב די פאליציי לאזט נישט בלאקירן א גאס נאר מיט חברים אויפן ארט און די הכנסת ס"ת אידן האט עובר געווען אויף די שרעקליכע תקנה, נו יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, זאל די פאליציי קומען און צושטערן די שמחה! זייט ווען איז חברים אריין אין די ביזנעס פון "לאו אינפארסמענט"? זיי באקומען באצאלט פון די פאליציי צו טון זייער דזשאב?

עפעס שטימט נישט דא.

ווי איך האב געהערט האט דער בעל שמחה ארויסגענומען א פערמיט אויף חברים און דערנאך גערופן חביבים

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 1:00 pm
דורך אורות
א פשוטע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:13 am

דעס איז גענוג א גוטע תירוץ צו צושטערן יענעמס מעמד??

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 1:12 pm
דורך היכי דמי
א פשוטע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:13 am
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 8:44 pm איך כאפ נישט דעם "תירוץ". אויב די פאליציי לאזט נישט בלאקירן א גאס נאר מיט חברים אויפן ארט און די הכנסת ס"ת אידן האט עובר געווען אויף די שרעקליכע תקנה, נו יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, זאל די פאליציי קומען און צושטערן די שמחה! זייט ווען איז חברים אריין אין די ביזנעס פון "לאו אינפארסמענט"? זיי באקומען באצאלט פון די פאליציי צו טון זייער דזשאב?

עפעס שטימט נישט דא.

ווי איך האב געהערט האט דער בעל שמחה ארויסגענומען א פערמיט אויף חברים און דערנאך גערופן חביבים
נישט אמת. און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דארפסט בכלל נישט קיין פערמיט דארט. און עס איז געווען מיט די רשות פון די פאליציי

אגב, איינער האט געקאפיעט די ארטיקל פון דא היינט אויף איי וועלט, עס איז אבער געפלויגן

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 1:47 pm
דורך בן נח
יא האב מיר מיטגעהאלטן די מוצ"ש די הכנות צום קאסובע לויה, דארט איז נעבעך שמירה געבליבען אינדערויסען. האב איך געזען לייפער פון שמירה זיך בעטן ווי א גזלן צו די פאךיציי אז מען זאל עם אויך צולאזן.
למעשה ביים לויה איז געווען אזויפיל "עסקנים" אז מען האט מער געהערט די רעדיוס ווי די הספדים.

Re: בזיון התורה אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 4:48 pm
דורך קידוש
א פשוטע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:13 am
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 8:44 pm איך כאפ נישט דעם "תירוץ". אויב די פאליציי לאזט נישט בלאקירן א גאס נאר מיט חברים אויפן ארט און די הכנסת ס"ת אידן האט עובר געווען אויף די שרעקליכע תקנה, נו יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, זאל די פאליציי קומען און צושטערן די שמחה! זייט ווען איז חברים אריין אין די ביזנעס פון "לאו אינפארסמענט"? זיי באקומען באצאלט פון די פאליציי צו טון זייער דזשאב?

עפעס שטימט נישט דא.

ווי איך האב געהערט האט דער בעל שמחה ארויסגענומען א פערמיט אויף חברים און דערנאך גערופן חביבים
די בעל השמחה איז אן אקטיווע חביבים מעמבער,

ז.ב.