בלאט 1 פון 2
די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 9:22 pm
דורך Visionary
עס איז שוין יארן וואס א סאך האבן געמאכט א חיים טובים אויף די איידיע פון SETSS. די סערוויס Special Education Teacher Support Services, מיט די ראשי תיבות SETSS איז געמאכט צו באצאלן טוטערס פאר קינדער וואס זענען אינטערשטעליג מיט די לימודים. די אפיציעלע פרייז פאר א פראוויידער איז $41.98 א שעה. מיט בערך א צען יאהר צוריק זענען אפיר געקומען, ווי שוועמלעך נאכן רעגן, צענדליגע קליינע מיט גרעסערע עיזשענסיס וואס זענען אויפגעקומען מיט א מהלך ארויס צובאקומען מער געלט פון די DOE פער שעה פאר די סעטס סערוויסעס, הגם א סאך פון די עישזענסיס האבן געמיינט ערליך צו העלפן אידישע קינדער, איז אבער געווען אפאר וואס זענען געווען ליידער נישט אזוי ערליך. דערנאך איז געקומען אסאך פלעצער פון טרעינינג, קאלעשזעס, אזוי ווי TTI וכדו', וואס האבן געאפערט איינער א שוואכערע טרעינינג פראגראם פונעם צווייטער, ווי אינגעלייט און פרויען האבן געקענט מאכן דעגריס.
עס איז דא צוויי מהלכים, איינס איז די ענהענסד מהלך און די צווייטער איז פענדעסי. ביידע מהלכים ארבייטן מיט א לויער וואס מען דארף סוען די באורד אוו עד. די וועג פון סוען די DOE ארבייט אז עס גייט פאר א אימפארשאל הערינג. קודם האבן די עיזשענסיס געסוט פאר $60 פער שעה, דערנאך $90, און מיט די צייט זענען די עיזשענסיס געווארן דרייסטער און מען האט אנגעפאנגען צו סוען פאר גאנצע $250 פער שעה. די DOE פון NYC, וואס איז בעיקר געווארן עפעקטעד מיט די גאנצע שמיי דריי, האט קודם, מיט בערך א צוויי יאהר צוריק, איינגעפירט א נייע סיסטעם פאר די הערינגס, עס איז געגאנגען צו OATH הערינגס. דאס איז די זעלבע אפיס וואס דיעלט מיט די ווייעלעישאנס פון די DOB און דאס גלייכן. OATH האט געגעבן עטוואס א קיצל פארן אינדוסטרי אבער עס האט גארנישט געטוהן. מיט א פאר חדשים צוריק האט די DOE מודיע געווען אז מהיום קען די הערינגס מער נישט גיין פאר קיין הערינג, נאר עס וועט מוזן גיין פאר א פול פלעדשז קאורט. דאס טוט אונטערהאקן די גאנצע אינדוסטרי, ווייל קאורט קאסט צענדליגע טויזענטער דאללארן און א היערינג נאר א צוויי דריי טויזענט דאללער.
עס איז געווארן א ויצעקו און אגודה מיט אנדערע ווילן דאס טוישן ווייל עס איז דא טויזענטער אינגעלייט מיט פרויען וואס זייער ברויט ליגט אויפן טיש.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז אלעס א תוצאה פון די נ"י טמאות ריפארט קעגן אונזערע ישיבות.
אפגעזעהן אלע גניבות, איז עס א גרויסע צרה פאר טויזענטער קינדער וואס גייען פארלירען זייער העלפ.
אזוי ווי ביי די גזירת החינוך קען מען יעצט אריינשיקען בריוון צו להעביר רוע הגזירה דא איז די לינק
https://agudah.org/specialedcrisis
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:40 am
דורך Visionary
האב איך פארגעסן איין חלק. פאריאהר בערך נאוועמבער האבן די עשזענסיס באקומען א א נאטיץ פון די DOE אז מהיום והלאה גייען זיי נישט צאלן מער פון 120 פער שעה אפילו נאכן סוען. ד.ה. זיי האבן געלייגט א קעפ אויף וויפיל זיי גייען צאלען. זייער א סאך עשזענסיס האבן דעמאלסט געבראכן קאנטראקט מיט די פראוויידערס און גענידערט די רעיט פון באצאלן די פראוויידערס פון ארום $90 צו ארום $80 פער שעה, ברענגענדיג בייז בלוט ביי די פראוויידערס. דאס, אז מען האט גענידערט די געהאלט, איז געווען דעמאלסט, מיט די יעציטיגע רעגיולעישאן איז דאס לכאורה געים אווער פאר די עשזענסיס.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:42 am
דורך Visionary
פרוכט זאפט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 9:53 pm
דאס איז אלעס א תוצאה פון די נ"י טמאות ריפארט קעגן אונזערע ישיבות.
אפגעזעהן אלע גניבות, איז עס א גרויסע צרה פאר טויזענטער קינדער וואס גייען פארלירען זייער העלפ.
אזוי ווי ביי די גזירת החינוך קען מען יעצט אריינשיקען בריוון צו להעביר רוע הגזירה דא איז די לינק
https://agudah.org/specialedcrisis
עס וועט העלפן פונקט ווי ביי די גזירת החינוך.....
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:53 pm
דורך Visionary
דא איז דער פייל פון די נייע רעגיולעישאנס.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 1:59 am
דורך קידוש
Visionary האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:40 am
האב איך פארגעסן איין חלק. פאריאהר בערך נאוועמבער האבן די עשזענסיס באקומען א א נאטיץ פון די DOE אז מהיום והלאה גייען זיי נישט צאלן מער פון 120 פער שעה אפילו נאכן סוען. ד.ה. זיי האבן געלייגט א קעפ אויף וויפיל זיי גייען צאלען. זייער א סאך עשזענסיס האבן דעמאלסט געבראכן קאנטראקט מיט די פראוויידערס און גענידערט די רעיט פון באצאלן די פראוויידערס פון ארום $90 צו ארום $80 פער שעה, ברענגענדיג בייז בלוט ביי די פראוויידערס. דאס, אז מען האט גענידערט די געהאלט, איז געווען דעמאלסט, מיט די יעציטיגע רעגיולעישאן איז דאס לכאורה געים אווער פאר די עשזענסיס.
וואס איז די געשריי?
וויפעל מענטשען קענסטו וואס מאכן $120 אדער אפילו $100 א שעה
אן קיין לייסענטס
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 10:06 am
דורך Visionary
קידוש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 1:59 am
Visionary האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:40 am
האב איך פארגעסן איין חלק. פאריאהר בערך נאוועמבער האבן די עשזענסיס באקומען א א נאטיץ פון די DOE אז מהיום והלאה גייען זיי נישט צאלן מער פון 120 פער שעה אפילו נאכן סוען. ד.ה. זיי האבן געלייגט א קעפ אויף וויפיל זיי גייען צאלען. זייער א סאך עשזענסיס האבן דעמאלסט געבראכן קאנטראקט מיט די פראוויידערס און גענידערט די רעיט פון באצאלן די פראוויידערס פון ארום $90 צו ארום $80 פער שעה, ברענגענדיג בייז בלוט ביי די פראוויידערס. דאס, אז מען האט גענידערט די געהאלט, איז געווען דעמאלסט, מיט די יעציטיגע רעגיולעישאן איז דאס לכאורה געים אווער פאר די עשזענסיס.
וואס איז די געשריי?
וויפעל מענטשען קענסטו וואס מאכן $120 אדער אפילו $100 א שעה
אן קיין לייסענטס
120 איז פאר די עשזענסי. דער קומעדיגע יאהר גייט א אינגערמאן\פרוי אויפן פעלד גייט בקומען נאר $60-70 פער שעה. די עשזענסי האט דאך אווערהעד עקספענסעס.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 11:50 am
דורך סביב העולם
עס איז א גרויס ווייטאג אז אידן גייען פארלירן א חלק פון זייער פרנסה.
אבער, כ'בין שוין בעבר געווען דא וואקאל איבער דעם חסרון פון זיך פארלאזן אויף גאווערנמענט פאנדינג פאר מוסדות און עטאבלירן אידישע צרכים (ע"ע וואוטשערס אין ניו דזשערסי וכו'), דאס איז די זעלבע זאך. מען האט געבויט א סיסטעם ווי אונזערע קינדערס חינוך איז געבויט אויף פייטן די אלגעמיינע סטאנדארט, און יא, ווי מען האט געקענט אליין פארשטיין האט דער באלאן געפלאצט.
זאת ועוד, יעדער וואס טוט אין די ליין ווייסט וויפיל מחנכים זענען אוועק פון זיין מלמדים אין חדר ווייל די סערוויסעס האבן געצאלט מער ווי מיר צאלן פאר א מלמד'ס וועידזשעס. סאו אפשר קען מען האפן אז דאס וועט כאטש בדיעבד לעוולען דעם פלעיאינג פיעלד.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 11:53 am
דורך [NAMELESS]
די עצה וואלט געדארפט זיין אז מ׳זאל צאלן מער פאר מלמדים, (וואס איז טאקע געשעהן אביסל איבער די לעצטע פאר יאהר), נישט אז אלע מלמדים פרטים זאלן פארלירן די פרנסה....
ס׳וועט למעשה זיין א גרויסע ווייטאג פאר שווערע טויזענטער קינדער וואס זענען ממש אנגעוויזען אויף די פריוואטע הילף.
און אגב, אנדערע פראגראמען מאכן די מוסדות מיליאנען און גנבענען די געלט, ספעשעל עד ציפן זיי אפשר אראפ א ביינדעל אבער די עצם פראגראם גייט טאקע צו העלפען קינדער.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 1:51 pm
דורך היימלינד
א גרויס חלק פון די מאנגל אין גוטע מלמדים כהיום יום איז טאקע שולדיג די פראגראמען, פארוואס זאל איינער ארבעטן אזוי שווער אויב ער קען לערנען מיט איינעם פריוואט פאר סאך מער געלט פער שעה, והשנית, היות ס'איז געווארען אזעלכע השגות אין די פרייזן און א קינד וואס דארף טאקע הילף און באקומט עס נישט דורך די אלע חאזעריי, דארפן די עלטערן צאלן א עוורעדז' פון $100 פער שעה "ווייל איך קען דאך דאס באקומען אויב איך לערן מיט א צווייטן".
עס זענען היינט דא ישיבות וואס די ארבעט פון מגיד שיעור ושו"מ איז געשניטן אין האלב ווייל יעדע צווייטע בחור האט א "חברותא".
איז אדרבא, זאלן די פראגראמען אונטערגיין, און די וואס דארפן טאקע הילף וועלן די עלטערן באצאלן אזוי ווי ס'איז געווען ביז לעצטענס - האפענטליך וועט די מארקעט פרייז צוריק אראפגיין.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:26 pm
דורך קורקלענד
ס'איז א דבר ידוע אין די אינדוסטריע אז א קינד וואס דארף ליידער טאקע הילף דארף צאלן טריפּל פון אמאל טאקע אדאנק די אלע פראגראמען. און חוץ פון רייך מאכן אזויפיל אינגעלייט שלא כדרך הטבע אן קיין שום לאגיק און פשט האבן די פראגראמען געהאט א נעגאטיווע אפעקט אויפן געזעלשאפט. ס'איז געווארן א הפקרות פון יעדע הנהלה זיך צו אנטזאגן פון זעהן אז קינדער אדער בחורים זאלן קענען אויפוואקסן סאציאל. און די סעקונדע וואס עס איז דא די מינדעסטע סיבה א בחור זאל נישט האבן קיין חברותא, אנשטאט איהם צו בינדן סאציאל, ווארפט מען איהם צו א אינגערמאן, וואס ער מוז 'כלומרשט' האבן, און יעדער מאכט א פארטי. און דער בחור קלאצט דורך יעדע סדר מיט א אינגערמאן וואס ציילט די געלט און שוין.
אזויווי יעדע זאך וואס מאכט נישט קיין סענס קומט א סוף איז אזוי אויך דא.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:31 pm
דורך היימלינד
עס איז א לאנגע ווייטאגליכע נושא סיי מצד די וואס דארפען הילף און דארפען צאלען טבין ותקלין, סיי ווי ס'האט אינטערגעברענגט כפשוטו די מלומדות אינדרעסטי, סיי ווי מוסדות האלטען נישט ביים לייגען קיין פינגער אין קאלט וואסער פאר די קינדער אלעס איז גלייך טערעפי / הילף וכדומה, און סיי ווי הונדרעטער אינגעלייט מאכן א חיים טובים אהן דארפען שווער ארבעטען און דאס קלאפט אויס און הייבט סטאנדארטען פאר די גאנצע געזעלשאפט.
יעדע איינס פון די נקודות זענען הימל שרייענדיגע פראבלעמען.
שווער צו גלייבן אז עס וועט זיך אמאל טוישן, באט יו נעווער נאו
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 7:04 pm
דורך Visionary
מארגן גייט זיין א קאנפערענס פו אגודה לגבי די פרשה.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2024 2:26 pm
דורך Visionary
געווען היינט אן אסיפה פון יהלום. בייגעלייגט איז די Q&A
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 8:16 am
דורך הופער
ווי איך פארשטיי אזויווי געלט איז טייער, פראבירט יעדע סיטי/סטעיט עדזשענסי צו שניידן זייער עקספענסעס.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 14, 2024 6:38 pm
דורך Visionary
מארגן דארף ארויס צו קומען די דיסישזען וועגן די אמענדמענט. העמיר אפדעיטן דער עולם.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: זונטאג יולי 14, 2024 9:13 pm
דורך שלג זהב
Visionary האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 9:22 pm
מיט בערך א צען יאהר צוריק זענען אפיר געקומען, ווי שוועמלעך נאכן רעגן, צענדליגע קליינע מיט גרעסערע עיזשענסיס וואס זענען אויפגעקומען מיט א מהלך ארויס צובאקומען מער געלט פון די DOE פער שעה פאר די סעטס סערוויסעס, הגם א סאך פון די עישזענסיס האבן געמיינט ערליך צו העלפן אידישע קינדער, איז אבער געווען אפאר וואס זענען געווען ליידער נישט אזוי ערליך. דערנאך איז געקומען אסאך פלעצער פון טרעינינג, קאלעשזעס, אזוי ווי TTI וכדו', וואס האבן געאפערט איינער א שוואכערע טרעינינג פראגראם פונעם צווייטער, ווי אינגעלייט און פרויען האבן געקענט מאכן דעגריס.
עס איז דא צוויי מהלכים, איינס איז די ענהענסד מהלך און די צווייטער איז פענדעסי. ביידע מהלכים ארבייטן מיט א לויער וואס מען דארף סוען די באורד אוו עד. די וועג פון סוען די DOE ארבייט אז עס גייט פאר א אימפארשאל הערינג. קודם האבן די עיזשענסיס געסוט פאר $60 פער שעה, דערנאך $90, און מיט די צייט זענען די עיזשענסיס געווארן דרייסטער און מען האט אנגעפאנגען צו סוען פאר גאנצע $250 פער שעה.
וואס הייסט סוען? ס'קומט זיי מער געלט, ווייל?
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 8:16 am
דורך Visionary
ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט. די פרייז פאר די זשאב איז זיכער נישט ווערד מער פון $80-90 פער שעה. די עישזענסיס האבן אבער געדארפט דעקן די אווערהעד עקספענסעס.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 8:26 am
דורך הופער
ווי איך פארשטיי איז די יחידים וואס האבן באקומען 50-60 האבן עס נישט געוואלט טוהן נאכדעם וואס זיך צו לערנען צו באקומען א דעגרי אין עדיוקעישן דארף מען ספענדן 2 יאר און בערך 25 טויזנט דאלער.
און דורך די עדזשענסיס דארפן זיי אויך האבן פון וואו צו לעבן און זיי האבן אראפגענומען א שיין שטיקל פאר זיך.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 7:00 pm
דורך טיאטע
Visionary האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 14, 2024 6:38 pm
מארגן דארף ארויס צו קומען די דיסישזען וועגן די אמענדמענט. העמיר אפדעיטן דער עולם.
מאי הוי עלן...
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 9:12 am
דורך קאשנער
האט עפעס מיט HCBS? אדער א צווייטע זאך אינגאנצן?
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am
דורך Visionary
וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am
דורך Visionary
קאשנער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:12 am
האט עפעס מיט HCBS? אדער א צווייטע זאך אינגאנצן?
לא ולא