בלאט 1 פון 1

[קעפל פענדינג]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 4:04 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
(בעצם איז די דאזיגע אשכול א מחשבה שעלתה בידי און כ'האב געוואלט אנפרעגן דערוועגן די גדול ה'שטיבל הגאון האדיר מורינו @מי אני אין אישי, אבער היות איך וויל דער עולם זאל אויך הנאה האבן, וויאזוי אויך בין איך זיכער עס זענען דא נאך וואס קענען צולייגן צום נושא, לייג איך עס ארויס דא ברבים)

איתמר כספי, אן איזראעלישע מאטעמיקער, האט פאריגע וואך ארויסגעלייגט אן אנקעטע אויף טוויטער. פאר די וואס ווייסן נישט, טוויטער האט אן אפציע פון אנקעטעס און ערשט נאך וואס דו האסט געוועלט דיין אפציע זעסטו וואס די רעזולטאטן זענען.

די אנקעטע גייט ווי פאלגענד (לינק בעלאו):

אויב האסטו אין א פארמאכטע קעסטל הונדרעט פילן-כדורים, 75 דערפון זענען רויטע און 25 דערפון זענען ווייסע, און דו נעמסט ארויס איין רענדאם פיל, וועלכע קאליר איז דאס וואס די האסט ארויסגענומען? אפציעס זענען ווייס אדער רויט.

קרוב צו צוואנציג טויזנט מענטשן האבן אנטייל גענומען אין די אנקעטע. וראה זה פלא: די רעזולטאטן זענען 74.6% רויט און 25.4% ווייס.

די רעזולטאטן זענען (כמעט) גענוי ווי די פילן אין די קעסטל!

-

קוקנדיג אין די קאמענטס, איז דא סקרינשאטס פון דורכאויס די צייט וואס די אנקעטע איז געלאפן, (צאל פון מענטשן געוועלט - רויט - ווייס):

109 - 75 - 25
160 - 74 - 26
220 - 75 - 25
312 - 75 - 25
313 - 75 - 25
412 - 75 - 25
681 - 73 - 27
1152 - 74.8 - 25.2
2024 - 73.6 - 26.4
3261 - 73 - 27
3736 - 72 -28
5025 - 74 - 26
6776 - 74 - 26
7084 - 74 - 26
9679 - 74 - 26
10158 - 74 - 26
10403 - 74 - 26
11021 - 74 - 26
11684 - 74 - 26
12525 - 74.4 -25.6
15091 - 74 - 26
15406 - 74.2 - 25.8
17394 - 75 - 25
17632 - 75 - 25
17771 - 75 - 25
18466 - 75 - 25
19128 - 75 - 25

פאר פיר אין צוואנציג שעה נאכאנאנד, שווערע טויזנטע מענטשן, מ'קען נישט זעהן די רעזולטאטן פאר מ'וועלט אן אפציע, און עס לויפט כמעט גענוי ווי די שאלת ה'אנקעטע!

-

עס ווי ספיעק, איז דא א צווייטער וואס פרובירט צו גיין מיט א פארקערטע מהלך און די אפציע פון ווייס זאל שטיין אינעם אנקעטע פאר רויט. די אנקעטע לויפט נאך, אבער ביזדערווייל האט ער בערך 3000 שטימען און עס לויפט 72.1% רויט און 27.9% ווייס.

-

עס ווערט צוגע'לינק'ט אן אנקעטע אויף טוויטער פון נאוועמבער 2022, וואו קרוב צו אכציג טויזנט מענטשן (!) האבן אנטייל גענומען, דארטן איז די פראגע אנדערש אבער די נקודה די זעלבע: עס איז דא אן אכציג פראצענט טשענס אז עס זאל פאלן אויף רויט און א צוואנציג פראצענט אויף געהל.

רעזולטאטן: 77.9% פאר רויט און 22.1% פאר געהל.

-

ילמדינו רבותינו, וואס איז פשט דערפון? איז דא עפעס אונטער דעהם?

כספי'ס אנקעטע
ווייס פאר רויט
אנקעטע פון 2022, מיט אכציג טויזנט משתתפים

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 4:21 pm
דורך מי אני
קענסט לכאורה געבן די קעפל דערפון "פּראַבּעבּיליטי מעטשינג". די פענאמענאן איז ווען מ'האט למשל צוויי לייטבּאָלבּס, א געהלע און א גרינע. די געהלע צינדט זיך אָן 70% פּערצענט פון די טאטאל, בשעת די גרינע די אנדערע 30% פון די טאטאל. אויב ווייזט מען פאר מענטשן א סעריע פון פלעשעס פון די בּאָלבּס און מ'פרעגט זיי דערנאך "וועלכע קאליר בּאָלבּ וועט זיך יעצט אָנצינדן?", וועט אויסקומען אז בערך 70% פון די ענטפערערס וועלן ענטפערן "געהל" און בערך 30% פון די ענטפערערס "גרין". די פּראַבּעבּיליטי דיסטריבּיושאן פון די ענטפערעס "מעטשט" (מער-ווייניגער) די פּראַבּעבּיליטי ספּעיס פון די פאסירונג. ווי גרעסער די צאל ענטפערערס איז, אלס נענטער קומט עס צו און מעטשט צו די פּראַבּעבּיליטי ספּעיס פון די פאסירונג, עפ"י די געזעץ פון גרויסע נומערן.

כמובן אז די מער שכל'דיגע באשלוס איז צו וועהלן די מיט די העכערע פּראַבּעבּיליטי פון פאסירן, הגם עס איז טאקע נישט מוכרח.

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 4:31 pm
דורך תוהו ובוהו
אינטערעסאנט.

ס'איז מעגליך דא א מער צינישער טאקטישער ביאור, אז וויבאלד דער תירוץ איז דאך כמובן קיין איינס פון די צוויי, ס'איז א בלויזער געמבל מיט בעסערע שאנסן פאר דער רויטער זייט, קען זיין אז עטליסט אונטערן באוואוסטזיין האבן מענטשן א טענדענסי צו האלטן די נומערן ענליך צו די נומערן וואס זיי זעען.

ס'הייסט אז די רגע די נומערן קוקן אויס עטוואס ענליך, וועלן מענטשן ענדערש שטימען פאר'ן ווייסן אים ארויפצורוקן צו 25%, ווי זיין נומער אין דער פראגע, און דאס זעלבע מיט רויט אויב ס'איז אונטער 75%.

דארף מען טאקע זען אויב מ'וועט נישט לייגן די נומערן אזוי בולט אין דער פראגע צי די פראצענטן וועלן זיין אנדערש.

Re:

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 4:41 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מי אני האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:21 pm קענסט לכאורה געבן די קעפל דערפון "פּראַבּעבּיליטי מעטשינג". די פענאמענאן איז ווען מ'האט למשל צוויי לייטבּאָלבּס, א געהלע און א גרינע. די געהלע צינדט זיך אָן 70% פּערצענט פון די טאטאל, בשעת די גרינע די אנדערע 30% פון די טאטאל. אויב ווייזט מען פאר מענטשן א סעריע פון פלעשעס פון די בּאָלבּס און מ'פרעגט זיי דערנאך "וועלכע קאליר בּאָלבּ וועט זיך יעצט אָנצינדן?", וועט אויסקומען אז בערך 70% פון די ענטפערערס וועלן ענטפערן "געהל" און בערך 30% פון די ענטפערערס "גרין". די פּראַבּעבּיליטי דיסטריבּיושאן פון די ענטפערעס "מעטשט" (מער-ווייניגער) די פּראַבּעבּיליטי ספּעיס פון די פאסירונג. ווי גרעסער די צאל ענטפערערס איז, אלס נענטער קומט עס צו און מעטשט צו די פּראַבּעבּיליטי ספּעיס פון די פאסירונג, עפ"י די געזעץ פון גרויסע נומערן.

כמובן אז די מער שכל'דיגע באשלוס איז צו וועהלן די מיט די העכערע פּראַבּעבּיליטי פון פאסירן, הגם עס איז טאקע נישט מוכרח.
קענסט עס אביסל בעסער צונעמען פאר אונז פשוט'ע אידן?

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 4:41 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
תוהו ובוהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:31 pm אינטערעסאנט.

ס'איז מעגליך דא א מער צינישער טאקטישער ביאור, אז וויבאלד דער תירוץ איז דאך כמובן קיין איינס פון די צוויי, ס'איז א בלויזער געמבל מיט בעסערע שאנסן פאר דער רויטער זייט, קען זיין אז עטליסט אונטערן באוואוסטזיין האבן מענטשן א טענדענסי צו האלטן די נומערן ענליך צו די נומערן וואס זיי זעען.

ס'הייסט אז די רגע די נומערן קוקן אויס עטוואס ענליך, וועלן מענטשן ענדערש שטימען פאר'ן ווייסן אים ארויפצורוקן צו 25%, ווי זיין נומער אין דער פראגע, און דאס זעלבע מיט רויט אויב ס'איז אונטער 75%.

דארף מען טאקע זען אויב מ'וועט נישט לייגן די נומערן אזוי בולט אין דער פראגע צי די פראצענטן וועלן זיין אנדערש.
מען זעהט נישט די רעזולטאטן פאר מען געבט אפ די שטימע.

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 5:37 pm
דורך יש עתיד
זייער אינטרעסאנט.

די שאלה איז אויב מען גייט למשל פרעגן די זעלבע קשיא נאר 70 רויטע און 30 ווייסע וועט אויך זיין די רעזולטאטן 70%-30% אדער עס ארבעט נאר ביי 75-25?

נאך א זייטיגע שאלה, איך בין נישט אזוי באהאוונט אין טוויטער, איז דא די אפציע אויף טוויטער פון צוריקצוציען אויף א שטימע (unvote) אזויווי מען קען טוען אויף יוטיוב אנקעטעס? אויב יא, דאן איז תוהו ובוהו 'ס תירוץ יא ריכטיג, וויבאלד מענטשן ווילן זיך סוב קאנטשענסלי זיך צושטעלן. אויב נישט, אפשר האבן מענטשן בטעות געדרוקט אויף די נישט ריכטיגע נאך בעפאר אפי ליינען די קשיא?

קענען אויטאמאטישע באטס אויך שטימען אין אנקעטעס?

מיין פוינט איז אז קען זיין אז אפשר די נומער 25% אויך פונקט די זעלבע נומער פון טעותים, טראולס, באטס, אויבער חכמים אא"וו. און עס איז נישט א פארבינדן בכלל צו מאטעמאטיק. עס לייגט זיך שווער אויפן שכל אז אזויפיל נארמאלע מענטשן וואס זעען אזא פשוט'ע קשיא זאלן שטימען ווייס.

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 6:52 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
יש עתיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 5:37 pmדי שאלה איז אויב מען גייט למשל פרעגן די זעלבע קשיא נאר 70 רויטע און 30 ווייסע וועט אויך זיין די רעזולטאטן 70%-30% אדער עס ארבעט נאר ביי 75-25?
די אנקעטע אין 2022 איז אויף 20-80.

איך האב גראדע אויך געזעהן א קלענערע אנקעטע פון דריי טויזנט מענטשן וואס די שאלה און רעזולטאטן לויפן אויף א 50-50 מהלך.

יש עתיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 5:37 pmנאך א זייטיגע שאלה, איך בין נישט אזוי באהאוונט אין טוויטער, איז דא די אפציע אויף טוויטער פון צוריקצוציען אויף א שטימע (unvote) אזויווי מען קען טוען אויף יוטיוב אנקעטעס? אויב יא, דאן איז תוהו ובוהו 'ס תירוץ יא ריכטיג, וויבאלד מענטשן ווילן זיך סוב קאנטשענסלי זיך צושטעלן. אויב נישט, אפשר האבן מענטשן בטעות געדרוקט אויף די נישט ריכטיגע נאך בעפאר אפי ליינען די קשיא?
מ'קען נישט צוריקצוען.

יש עתיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 5:37 pmקענען אויטאמאטישע באטס אויך שטימען אין אנקעטעס?
טוויטער איז גאנץ אנגעלייגט מיט באטס. איך האלט אבער נישט אז דאס איז עס.

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 1:38 am
דורך Antibacterial
די אמת איז דאך אז עס איז א 50-50 טשענס. אדער א רויטע אדער א ווייסע. ווען דו לייגסט צו א דריטע קאלער גייט עס אבער נישט ווערן א דרייסיג פראצענט טשענס. נאר יעדע קאליר בלייבט ווייטער מיט א 50-50 טשענס. ווייל יעדע איינס איז בספק אדער יא אדער נישט.

לאמיר מסביר זיין. ווען איך לייג אריין א טיקעט אין א לאטערי צוזאמען מיט נאך 99 מענטשען, וואלט בפשטות געווען אן איין פראצענט טשענס אז איך זאל געווינען. אבער די אמת איז נישט אזוי. ווייל אויב איז מיין טשענס איינס פון הונדערט דארף מען ארויסנעמען אלע הונדערט כדי איך זאל קענען געווינען. אבער אין פאקט קען דאך זיין אז איך זאל געווינען ביים ערשטען ארויסצוה. אלא מאי, האט יעדע טיקעט א 50-50 טשענס צו געווינען.

פראצענט איז נאר שייך ווען אלעס איז דא, און איך צוטייל עס פראצענטאל. 50% קאטען און 30% פאליעסטער און 20% וואל. איינס פון דריי בלייבט אבער פופציג.

צוריק צו אונזער אנקעטע. פונקט ווי עס איז דא א 50-50 טשענס פאר א ווייסע אדער רויטע ארויסצוקומען האט אויך יעדער א 50-50 טשענס וועלכע אפציע צו וועלן אויף. קלאר?

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 8:11 am
דורך יש עתיד
Antibacterial האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 1:38 am די אמת איז דאך אז עס איז א 50-50 טשענס. אדער א רויטע אדער א ווייסע. ווען דו לייגסט צו א דריטע קאלער גייט עס אבער נישט ווערן א דרייסיג פראצענט טשענס. נאר יעדע קאליר בלייבט ווייטער מיט א 50-50 טשענס. ווייל יעדע איינס איז בספק אדער יא אדער נישט.

מען קען דיסעגריען מיט די הנחה?

"אדער יא אדער ניין" איז נישט די זעלבע זאך ווי "50-50". לאמיר דיר פרעגן, ווען דו ווארפסט א dice פון 6 זייטן איז אויך יעדע זייט 50-50, אדער 16.66%? דא קענסטו שוין נישט זאגן "אדער יא אדער ניין" ווייל ס'איז אדער 1 אדער 2 אדער 3 אדער 4 וכו'. סוי ווען 100 מענטשן גייען אריין אין א לאטערי איז עס אויך נישט אדער יא אדער ניין, ווייל ס'איז דא 98 אנדערע אפציעס.

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 11:58 am
דורך חננאל
Antibacterial האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 1:38 am
לאמיר מסביר זיין. ווען איך לייג אריין א טיקעט אין א לאטערי צוזאמען מיט נאך 99 מענטשען, וואלט בפשטות געווען אן איין פראצענט טשענס אז איך זאל געווינען. אבער די אמת איז נישט אזוי. ווייל אויב איז מיין טשענס איינס פון הונדערט דארף מען ארויסנעמען אלע הונדערט כדי איך זאל קענען געווינען. אבער אין פאקט קען דאך זיין אז איך זאל געווינען ביים ערשטען ארויסצוה. אלא מאי, האט יעדע טיקעט א 50-50 טשענס צו געווינען.
פארוואס אויב איז דיין טשענס איינס פון הונדערט דארפ מען ארויסנעמען אלע הונדערט??? פארוואס קען נישט זיין אז דיינס וועט ארויסקומען די ערשטע?

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 12:29 pm
דורך Antibacterial
חננאל האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 11:58 am

אויב נעמט מען ארויס דריי, און מיינס איז איינס פון די דריי. קומט אויס אז עס איז דרייסיג פראצענט.

לאמיר גיין אזוי. די עוורידש מענטש אין אמעריקע האט 1.3 קינדער. דו האסט אמאל געזעהן א מענטש מיט א דריטעל קינד? אדער אויב זאג איך אז די עוורידש היימישע איד האט 6 קינדער. א גרויסע משפחה איז 10 און א קליינע 2. וועט אויסקומען אז איך האב א גרעסערע טשענס צו האבן 6 קינדער ווי צו האבן 2 קינדער? זיכער אז נישט. אויב פאר יעדער מענטש וואס מאכט געלט פון געמבלען, איז דא צען מענטשען וואס פארלירען, מיינט אז ווען איך געמבעל האב איך א ננינציג פראצענט טשענס צו פארלירען? ניין.

סטעטיסטיקס גייען ביי די LAW OF LARGE NUMBERS אבער טוט קיינמאל נישט אנדייטען אויפן ספעציפישען יחיד.

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 3:45 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
Collective Consciousness
:?: :roll:

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 5:00 pm
דורך חננאל
Antibacterial האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:29 pm
חננאל האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 11:58 am
Antibacterial האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 1:38 am
לאמיר מסביר זיין. ווען איך לייג אריין א טיקעט אין א לאטערי צוזאמען מיט נאך 99 מענטשען, וואלט בפשטות געווען אן איין פראצענט טשענס אז איך זאל געווינען. אבער די אמת איז נישט אזוי. ווייל אויב איז מיין טשענס איינס פון הונדערט דארף מען ארויסנעמען אלע הונדערט כדי איך זאל קענען געווינען. אבער אין פאקט קען דאך זיין אז איך זאל געווינען ביים ערשטען ארויסצוה. אלא מאי, האט יעדע טיקעט א 50-50 טשענס צו געווינען.
פארוואס אויב איז דיין טשענס איינס פון הונדערט דארפ מען ארויסנעמען אלע הונדערט??? פארוואס קען נישט זיין אז דיינס וועט ארויסקומען די ערשטע?

אויב נעמט מען ארויס דריי, און מיינס איז איינס פון די דריי. קומט אויס אז עס איז דרייסיג פראצענט.

לאמיר גיין אזוי. די עוורידש מענטש אין אמעריקע האט 1.3 קינדער. דו האסט אמאל געזעהן א מענטש מיט א דריטעל קינד? אדער אויב זאג איך אז די עוורידש היימישע איד האט 6 קינדער. א גרויסע משפחה איז 10 און א קליינע 2. וועט אויסקומען אז איך האב א גרעסערע טשענס צו האבן 6 קינדער ווי צו האבן 2 קינדער? זיכער אז נישט. אויב פאר יעדער מענטש וואס מאכט געלט פון געמבלען, איז דא צען מענטשען וואס פארלירען, מיינט אז ווען איך געמבעל האב איך א ננינציג פראצענט טשענס צו פארלירען? ניין.

סטעטיסטיקס גייען ביי די LAW OF LARGE NUMBERS אבער טוט קיינמאל נישט אנדייטען אויפן ספעציפישען יחיד.
עוורידש האט נישט קיין שייכות מיט טשענס, עס קען זיין זערא טשענס פאר די עווערידש. למשל, נעם א שטאט וואו א פערטל שטאט האט צען קינדער און די אנדערע דריי פערטל האט צוויי קינדער, דעמאלטס איז די עווערידש משפחה פיר קינדער אבער צו האבן א משפחה מיט פיר קינדער האט א זערא טשענס ווייל קיינער האט נישט אזא משפחה און די שטאט. אבער צו האבן א משפחה מיט צען קינדער האט א 25% טשענס ווייל פערטל שטאט איז אזוי. די זעלבע ביים געמבעלען רעדסטו נישט פון עווערידש, פאר יעדע איין געוואונער איז דא ניין מענטשן וואס פארלירן, דעמאלטס האסטו נאר 10% צו געוואונען, קומט נישט אריין דא עווערידש.

Re: [קעפל פענדינג]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:34 pm
דורך צוויי
די קעפל איז נאך אלץ פענדינג?