בלאט 1 פון 2

פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 2:24 pm
דורך אלפא
ברעכענדירענדע נייעס!

נצחו אראלים את המצוקים, די דיעפ-סטעיט האט ווידער געוואונען, און פרעזידענט דזשאו ביידען איז איינגעגאנגען צו פארלאזן דעם 2024 פרעזידענטליכע פארמעסט!

דאס קומט נאך וואכן פון פרעשור איבער זיין געזונט צושטאנד און קאגנעטיווע מעגליכקייטן, ווי ער האט זיך למעשה געבראכן און מודיע געווען היינט - זונטאג פינחס - יולי דעם איין און צוואנציגסטן - אז ער לאזט איבער דעם פארמעסט אנקעגן דאנעלד טראמפ, לרעותו הטובה ממנו.

קיין פרטים איבער ווער עס גייט אים ערזעצן אינעם געלויף פארן נאמינאציע אינערהאלב דעם דעמאקראטישן פארטיי איז נאכנישט פארהאן, נאטורליך איז וויצע פרעזידענט קאמאלא העריס הויך אויפן ליסטע, עס בלייבט נאר איבער צו זען וואס עס קאכט זיך אויס דערפון.

גרייטס אייך פאר דראמא!

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 2:31 pm
דורך אלפא
פאלגענד איז די בריוו וואס דער פרעזידענט האט געשריבן צום אמעריקאנעם פאלק איבער זיין באשלוס:


37384880-full.pdf
(499.5 KiB) אראפגעלאדנט 13 מאל
Biden.png

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 2:36 pm
דורך גימפל הכהן
שרייטס אלע דער זיידע ר' ביידען ער גייט! ער גייט!

נישט פארגעסן שבת געלט...

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 3:34 pm
דורך משה רבקש
ממה נפשך. אויב איז ער בעצם יא קאמפעטענט צו פירן דאס לאנד דאן פארוואס האט ער זיך אפגעפעקלט. אלא מאי, מוז זיין אז ער איז באמת אלט און שוואך, טא פארוואס האט ער נישט רעזיגנירט פון אמט עפעקטיוו -אימידיעטלי?

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 3:43 pm
דורך yesiknow
א פעסטע קשיא ר משה ,
וועם עקספעקסטו צו ענטפערען א תירוץ דא אין שטיבעל , מיר אלע האבען די זעלבע קשיא

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 3:45 pm
דורך פוילישע פעפער
משה רבקש האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:34 pm ממה נפשך. אויב איז ער בעצם יא קאמפעטענט צו פירן דאס לאנד דאן פארוואס האט ער זיך אפגעפעקלט. אלא מאי, מוז זיין אז ער איז באמת אלט און שוואך, טא פארוואס האט ער נישט רעזיגנירט פון אמט עפעקטיוו -אימידיעטלי?
אט דאס האט טראמפ געטאנעט געציילטע מנוט'ן צרויק
און ער האט געפאדערט אז ביידען זאל זיך זאפארט אפזאגען

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 3:54 pm
דורך אלע צוזאמען
ער מעלדט און א טוויט אז ער גייט, אן אינדארסירן קיינעם.

זיינע סטעפערס, און די קאמפיין איינגעשטעלטע האבן נישט געהאט קיין אנונג.

א האלבע שעה שפעטער אינדארסירט ער העריס.


וואס נאך?!
אונז האלט מיר מיט א פוטש אין פולשטענדיג זין פון ווארט.

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
אוי
דזשיל ביידען וועט נישט מעהר קענען זיצען אויף'ן טרוין....

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:47 pm
דורך שאלתיאל
איך דערמאן ענק פון ווי אלעס האט זיך אנגעפאנגען.
צוויי יאר צוריק, ווען די ניו יורק טיימס פובליציסטן און CNN קאמענטעטער'ס האבן נאך געהאלטן אז פרעזידענט ביידן איז א ענערגישע ענטוזיאסטישע און שפיצזיניגע יונגערמאן פיל מיט שמחת החיים און די שמועות איבער'ן צושטאנד זענען געווען בייזוויליגע רעכטע קאנסיפראציעס איז שוין שאלתיאל פון קאווע שטיבל געקומען צו די מסקנה, נאך לאנגע שעה'ן דורכקוקן און פארשן געהיימע זעלטענע דאקומענטאציעס אויף יוטיוב, אז מעגליך און עפעס קומט פאר מיט ביידן. פון דארט האט זיך די שניי-באל זיך גענומען ראלן מיט א שטאטקייט און נאך צוויי יאר איז מען טאקע געקומען דארט צום הבנה אז ער איז פארט נישט די מערסט צוגעפאסטע מענטש צו דעם פאסטן.

ווען ער וואלט מיך אבער צוגעהערט דעמאלט וואלט ער זיך די גאנצע סאמעטוכע פארמיטן..

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=15251

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
רבי שאלתיאל, שגיאות מי יבין.....
באשערטע זאכען

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:56 pm
דורך משה רבקש
נעקסט טיים ווארט נישט ביז דער פרעזידענט רופט דיר. זאג אים עס אומגעפרעגט. עס איז נישט אזוי שווער. צווישן דיר און דער פרעזידענט איז דא איין עזרא פריעדלענדער. לא נפלאת הוא ממך ולא רחוקה הוא....

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 5:05 pm
דורך שטריימל באקס
משה רבקש האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:34 pm ממה נפשך. אויב איז ער בעצם יא קאמפעטענט צו פירן דאס לאנד דאן פארוואס האט ער זיך אפגעפעקלט. אלא מאי, מוז זיין אז ער איז באמת אלט און שוואך, טא פארוואס האט ער נישט רעזיגנירט פון אמט עפעקטיוו -אימידיעטלי?
סטופיד טענה. ער קען פיין פירן יעצט, ער טרעט נאר אפ ווייל ער ווייסט נישט צו ער וועט קענען פירן דאס לאנד דריי יאר ארים.

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 5:13 pm
דורך משה רבקש
שטריימל באקס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:05 pm
סטופיד טענה. ער קען פיין פירן יעצט, ער טרעט נאר אפ ווייל ער ווייסט נישט צו ער וועט קענען פירן דאס לאנד דריי יאר ארים.
אויב קען ער יעצט פירן דאס לאנד פארוואס זאל ער נישט קענען אין 3יאר ארום??
איז עס צוליב זיין יארגאנג וואס ברענגט ארויף זארגן אויף דער צוקונפט? זאל טראמפ אויך אפטרעטן...

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 5:20 pm
דורך שטריימל באקס
סימפל. מ׳זעט ווי ער ווערט שוואכער יעדן טאג קען מען זיך פארשטעלן וויאזוי ער וועט אויס זען ביי די 86. דאס מיינט נאכנישט אז ער קען נישט פירן יעצט.

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 9:15 pm
דורך האי פרושא
וואס האט טראמפ יעצט פארדינט?

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 9:59 pm
דורך איך אויך
אז ביידן האט זיך פורש געווען.

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 1:45 am
דורך כספי
זייער א קלוגע שריט פון פרעזידענט ביידן! כאטשיג ס'קען זיין אז ס'איז אביסל שפעט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל. ס'הייטערט שטארק אויף די דעמאקראטישע בעיס, וואס האט געהאלטן אז די פארמעסט איז מער ווייניגער אווער, נאך וואס ביידן איז מיאוס אדורכגעפאלן ביי די פאריגע דעבאטע, און כאטשיג די דעמאקראטישע וויילער האבן פיינט שנאת מות דעם געוועזענעם טראמפ (כלשוה"ק פון ביידן), וואלט לכאורה געווען גאר א שוואכע טורנאוט. ביידן וועט לכאורה כפי הנראה געדענקט ווערן אין די היסטאריע ביכער, אלס גאר מכובד'דיגער פרעזידענט פון די שיירים פון די פארצייטישע גווארדיע, וואס אמעריקע האט נאך עפעס געמיינט ביי עם. די שפיץ פון זיין קאריערע וועט זיין - דאס וואס ער האט איבערגעלאזט די פארמעסט, וויבאלד ער האט געשפירט אז ער האט שוין נישט וואס צו בלייבן.

איך ווייס טאקע נישט וויפיל כח ער האט געהאט זיך צו שלאגן מיט אבאמא שומער פעלאסי וכו', וואס האבן עם געוואלט ארויסזען, אבער ווי קטלא קניא שרייבט אין טוויטער (X) הלואי אויף אונזערע פירער, זאלן זיך ארויסזען פון הנהגה ווען די צייט קומט. ואני הק' מוסיף ואומר, נישט נאר אונזערע פירער - נאר אסאך פאליטישע פירער (אן געבן נעמען), וואלטן אויך געמעגט וויסן וואו איין און וואו אויס. דאס איז חוץ המעשה אז וואס לענגער א מענטש איז אין תפקיד, איז אסאך גרעסער די טשענסעס ער זאל ווערן פארפוילט. ועל זה אמר החכם 'The longer a person is in duty, the more chances there is for him to become dirty'.

ווי ס'קוקט יעצט אויס איז קאמאלע העריס די פארטיגע נאמיני פון די דעמאקראטישע פארטיי, ונזכה ונחיה ונראה. (געדענק איך ווי אלס פרומער בחור ביי די 16' וואלן, כאטשיג כ'בין גענויגט לינק, און כ'האב געוואלט קלינטאן זאל געווינען. האב איך די טאג פון די וואלן געטוישט מיין מיינונג, טראכטנדיג אז אויב ווערט זי פרעזידענט וועלן אסאך היימישע אידן נכשל ווערן אין ראיית אשה, סאו זאל זי פארלירן - - - וכך הוה!... [אויף דעם זאגט דאך שוין דוד'ל חשבתי ימים מקדם וגו', כמו שכתבתי במקום אחר.])

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 3:23 am
דורך שאלתיאל
ווען נישט ער פארלירט שטיצע אין פארטיי און זיינע נאנטע צווינגן אים אראפ מיט געוואלד פון די קרנות המזבח וואלט ער ווייטער פראבירט זיך אנהאלטן מיט כוח אזוי ווי ער האט געטון ביז יעצט. עס איז נישט קיין נאבעלע שריט פון א קלוגע מנהיג, עס איז א פאליטישע דעסישן וואס א פאליטישן נעמט ווען ער האט נישט קיין אנדערע ברירה. דא האט מען נאך געדארפט מיט כוח עס מסביר זיין פארן אלטיטשקער

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 7:09 am
דורך בר גיורא
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:23 am ווען נישט ער פארלירט שטיצע אין פארטיי און זיינע נאנטע צווינגן אים אראפ מיט געוואלד פון די קרנות המזבח וואלט ער ווייטער פראבירט זיך אנהאלטן מיט כוח אזוי ווי ער האט געטון ביז יעצט. עס איז נישט קיין נאבעלע שריט פון א קלוגע מנהיג, עס איז א פאליטישע דעסישן וואס א פאליטישן נעמט ווען ער האט נישט קיין אנדערע ברירה. דא האט מען נאך געדארפט מיט כוח עס מסביר זיין פארן אלטיטשקער
סהאט נאך קיינער נישט אפגעטרעטען פון א פאזיציע פון פאער (נאכדערצו פון זיין די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען) אן מזאל עס אים "מסביר זיין". די פאקט אז ער האט עס למעשה געטון, ווייזט אויף גדלות. מר ביידען אז א געוואלדיגע עקשן, ווי די קענסט זעהן מיט זיין שטיצע פאר ישראל אפילו סהאט אים גשאהט פאליטיש. און די פאקט אז ער האט אפגטרעטען ענדערש ווי צי געבען פארן וואנזיניגער מר טראמפ א שאנס, ווייזט אויף שטארקע מאראלישע ווירדען. (ער איז די ערוועלטע קאנדידאט אין דעמאקראטישע פריימעריז, סוואלט נישט געווען קיין וועג אים ארויסצישטיפען אן זיין הסכמה.

יעצט מיט קאמאלא, האבן די דעמאקראטען א בעסערע שאנס, זייער עולם איז מער אויפגעהייטערט און זי שטייט האלז ביי האלז מיט טראמפ אין די פאולס

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 8:03 am
דורך שאלתיאל
@בר גיורא: קיין איין פאליטישען האט נאכנישט אפגעטרויטן פון פאוער צוליב "מאראלישע ווירדן". ער איז פשוט געווען אין א מצב וואס ער האט נישט געקענט לויפן ווייטער. טעכניש יא אבער פאליטיש נישט. און דאס האבן אלע ארומיגע אין זיין פארטיי פארשטאנען פונלאנג, נאר ער (צו זיין משפחה) האט נישט געקענט באפרייען און געקשנ'ט זיך צו מבזה זיין ביז ווען די גרעסטע אין זיין פארטיי זענען ארויס קעגן אים

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 11:27 am
דורך אריינגעקומען
כספי האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:45 am ביידן וועט לכאורה כפי הנראה געדענקט ווערן אין די היסטאריע ביכער, אלס גאר מכובד'דיגער פרעזידענט פון די שיירים פון די פארצייטישע גווארדיע, וואס אמעריקע האט נאך עפעס געמיינט ביי עם. די שפיץ פון זיין קאריערע וועט זיין - דאס וואס ער האט איבערגעלאזט די פארמעסט, וויבאלד ער האט געשפירט אז ער האט שוין נישט וואס צו בלייבן.
פיין געזאגט

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 11:30 am
דורך היימלינד
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:03 am @בר גיורא: קיין איין פאליטישען האט נאכנישט אפגעטרויטן פון פאוער צוליב "מאראלישע ווירדן". ער איז פשוט געווען אין א מצב וואס ער האט נישט געקענט לויפן ווייטער. טעכניש יא אבער פאליטיש נישט. און דאס האבן אלע ארומיגע אין זיין פארטיי פארשטאנען פונלאנג, נאר ער (צו זיין משפחה) האט נישט געקענט באפרייען און געקשנ'ט זיך צו מבזה זיין ביז ווען די גרעסטע אין זיין פארטיי זענען ארויס קעגן אים
דאס מיינט אז ער איז נישט ארויס מרצונו הטוב, נאר געצווינגענערהייט זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ אז ער איז א מכובד'דיגער וואס מיינט די טובה פונעם לאנד.

ווען ער גייט ארויס נאך זיין נצחון ביי די מיד טערם וואלען וואלט ער אפשר געווארען געדענקט לטובה

Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 11:52 am
דורך בר גיורא
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:03 am @בר גיורא: קיין איין פאליטישען האט נאכנישט אפגעטרויטן פון פאוער צוליב "מאראלישע ווירדן". ער איז פשוט געווען אין א מצב וואס ער האט נישט געקענט לויפן ווייטער. טעכניש יא אבער פאליטיש נישט. און דאס האבן אלע ארומיגע אין זיין פארטיי פארשטאנען פונלאנג, נאר ער (צו זיין משפחה) האט נישט געקענט באפרייען און געקשנ'ט זיך צו מבזה זיין ביז ווען די גרעסטע אין זיין פארטיי זענען ארויס קעגן אים
קיינמאל געזאגט אז ער איז א גרויסע דענקער און מאראלישע מענטש. בוודאי האט ער פאליטישע חשבונות און תאווה צו פאער ווי א יעדן איינעם.

כזאג אז אין די היינטיגע פאליטיש אטמאספערע, און ביחס צו זיינע קעגנער.. וואס זיך און עגא איז אלס וואס מנעמט אין באטראכט, איז אזא שריט ווערט צי באגריסען.

און ווי @כספי האט גוט ארויסגעברענגט, אז איו היסטאריע וועט עס לכאורה זיין אן הערת שוליים, אין זיין לאנגע רייכע פאליטישע קאריערע.