מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 1:56 pm
דו פאסט? האסט געוואוסט אז גדולים זענען געווען דערקעגן?
א וואונדערליכע מעשה האט דערציילט ר’ מאטל סלאנים וועגן צוויי תלמידים פון הייליגן ר’ אלימלך וועלכע זענען געפארן אונטערוועגנס שבעה עשר בתמוז, צוזאמען מיט א גרופע חסידים. די זון האט געבאקן, און זיי זענען פארביי א טייכל, האט איינער פארגעשלאגן צו כאפן א טינק אין די וואסער, כדי זיך אויפצופרישן אביסל אין די היץ. אבער זיי האבן זיך גע’ספק’עט אויב ס’איז אפשר א פארגעניגן וואס איז פארבאטן עפ"י הלכה אין א תענית?
אויב געדענק איך ריכטיג איז דער הייליגער ר’ מענדעלע רימאנאווער געווען איינע פון די צוויי תלמידים און ער האט נאכגעזאגט פון רבי’ן ר’ אלימלך זצ’’ל אן אינטרעסאנטע מעשה:
א יונגע מיידל האט געפאסט שבעה עשר בתמוז, און זי איז נעבעך געשטארבן. איז זי ארויפגעקומען אויפ’ן עולם האמת און מ’האט געלאזט רופן די אנשי כנסת הגדולה, און מ’האט זיי אפירגענומען היתכן זיי האבן געמאכט אזא גזירה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון א אידיש קינד!
האבן די אנשי כנסת הגדולה זיך פארענטפערט אז מ’קען זיי נישט באשולדיגן, ווייל באמת האט דער גלות געדארפט זיין נאר טויזנט יאר (די ישמח משה רעדט אויך וועגן דעם) ממילא האבן זיי נישט געקענט פאראויסזעהן די שאדן וואס וועט קענען ארויסקומען נאך צוויי טויזנט יאר…
און די אנשי כנסת הגדולה האבן געבעטן מחילה און געזאגט אז ווען זיי וואלטן געוואוסט אז די גלות וועט זיין מער ווי טויזנט יאר, וואלטן זיי נישט געמאכט אזא גזירה! זיי וואלטן בכלל נישט קובע געווען די תניתים.
“פון דעם זעען מיר אז מ’זאל נישט אזויפיל מחמיר זיין” האבן די תלמידים אויסגעפירט די מעשה, און זיי האבן באשלאסן אז טראצדעם וואס ס’איז שבעה עשר בתמוז וועלן זיי זיך דערפרישן און זיך איינטינקען אינ’ם טייך.
_______
דער מלאך פון אמעריקע איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער מחמיר. זיינע צוויי גרעסטע תלמידים זענען געווען ר’ יעקב שאר, און ר’ מאיר וועבערמאן.
ר’ יעקב שאר האט געפרעגט זיין רבי’ן אויב תשעה באב האלט ער אויך נישט פון פאסטן, און די ענטפער איז געווען ניין, תשעה באב אויך נישט.
למעשה האבן אבער די צוויי תלמידים יא געפאסט תשעה באב.
און מ’זאגט אז די עונש איז טאקע געקומען און זיי האבן ביידע געליטן אויפ’ן געזונט, ווי דער מלאך’ס ווערטער האט פאראויסגעזאגט אז ס’וועט שאטן פאר’ן קערפער.
איינער פון זיי האט געהאט מייגרעין- קאפ ווייטאג כסדר, און דער צווייטער האט געהאט ענקזייעטי (כ’געדענק נישט די פרטים קלאר וועלכע געזונט פראבלעמען, אפשר דער ערשטער האט געהאט צו טון מיט די הארץ)
________
ר’ שאול הוטערער האט געלערנט אין באבאווער ישיבה, און די בחורים זענען געפארן אויף אן אויספלוג קיין קרעניץ, פאר צוויי וואכן זיך אפצורוען. תשעה באב איז אויסגעפאלן אינמיטן דעי צוויי וואכן און ביים סוף פונ’ם תענית ווען דער באבאווער רב האט געפירט טיש, האט ער געזאגט אז ער האלט נישט דערפון אז בחורים זאלן פאסטן.
ער האט זיך אפגערעדט אויף דעם וואס זיי פאסטן און געזאגט: בחורים קומען דא זיך אפרוען פאר צוויי וואכן א יאר, אנצוזאמלען כוחות פאר די גאנצע יאר, און דא נעמט מען מיט איין תענית פון תשעה באב און מען פארפאטשקעט די גאנצע מעשה
ווען ער האט געענדיגט פירן טיש און איז ארויסגעגאנגען, האט ער באגעגנט דעם בחור שאול און האט אים געפרעגט צו ער האט געפאסט? זאגט ר’ שאול יא, האט ער אים דערלאנגט א פאטש.
(די אפיציעלע נוסח וויאזוי ר’ שאול הוטערער דערציילט עס, מאכט ער אן אפאלאגעטיק אז דאס איז געווען א רוח הקודש, און דער פאטש האט אים שפעטער באשיצט פון א קראנק)
_________
אין ראדאמסק איז געווען א איד - א גאר געהויבענער פארפרומטע חסיד (ר׳ לייבעלע…) וועלכער פלעגט שלאפן ביינאכט געבינדן די הענט און פיס צו די בעט, כדי חלילה נישט צוצוקומען אנצורירן ווי מ’טאר נישט, אינמיטן שלאפן. אזוי שטארק האט ער מורא געהאט פון הוצאת זרע לבטלה.
די ראדאמסקער ישיבה אין סאסנאווצע איז געפארן מיט די בחורים אויף א קור-ארט אין די זומער. ווען ס’געקומען תשעה באב האבן די בחורים נישט געוואוסט אויב מ’זאל פאסטן, ווייל אין פוילן האט מען זייער מקיל געווען אויף תעניתים ביי חסידים.
די בחורים האבן געפרעגט דעם געהויבענעם תלמיד חכם ר’ לייבעלע, ערב תשעה באב, אויב זיי זאלן פאסטן
האט ער זיי געענטפערט: די בחורים קומען דא אינ’ם קור-ארט איינמאל א יאר זיך אפצורוען, מ’קומט נישט דא צו ווערן שוואכער און זיך קראנק צו מאכן! און ער האט זיי געזאגט נישט צו פאסטן תשעה באב. אן עלטערע קרוב מיינער ר’ זושא ווערטהיימער האט עס מיר דערציילט, ער איז געווען איינע פון די בחורים דארט, אין ראדאמסקער ישיבה, און האט אליין בייגעוואוינט די מעשה.
_________
דער אסטראווצער גאון איז אריינגעקומען צו א גביר אין שטוב שבעה עשר בתמוז און דער איד האט זיך נישט געראכטן אויפ’ן באזוך, און געווען אין שאק, ווייל ער האט געהאלטן אינמיטן עסן אין א פאסט-טאג.
וואס האט דער אסטראווצער געטאן? ער האט זיך צוגעזעצט צום טיש און גענומען א שטיקל לקח אדער עפעס וואס איז דארט געווען צו עסן און ער האט אנגעהויבן מיטעסן כדי אוועקצונעמען דעם איד’ס בושה. דאס איז אינטרעסאנט ווייל דער אסטראווצער איז געווען באוואוסט פאר זיינע תעניתים וואס ער פלעגט מאכן א גאנץ יאר! און דאך האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם צו ברעכן דעם תענית פון שבעה עשר בתמוז.
________
ר’ יחזקאל ראטה ז’’ל האט געשמועסט אין לערנען מיט א חבר מיינער, אין עשרה בטבת - און ס’איז געווען א טיפע סוגיא, האט דער חבר נישט געקענט אזוי ווייט אריינגיין, ווייל זיין קאנצענטראציע איז נישט געווען אזוי גוט, צוליב דעם וואס ער האט נאך נישט געהאט געגעסן (צוליב דעם תענית) איז ר’ יחזקאל ראטה בכבודו ובעצמו אריין אין קאך און אים געברענגט א קאווע מיט קאקאש קעיק ער זאל תיכף אויספאסטן. דו קענסט עס אויסטייטשן אז אויב ס’שטערט פון לערנען לוינט זיך נישט די תענית.
אדער קענסטו אויך זאגן אז די מינוט ס’האט געשטערט פון לערנען האט עס איבערצייגט אז ס’האט א שלעכטע ווירקונג אויף זיין געזונט און ממילא האט ער געמוזט אויספאסטן.
_______
אין די ניינציגער יארן, האט א בחור אנגעקלינגען אום שבעה עשר בתמוז צום וויזניצער דיין (אין מאנסי) פרעגן א שאלה אויב ער דארף פאסטן ווייל ער האט א מיחוש.
דער דיין האט אים אריבערגערופן צו זיך אין שטוב און ער האט אים סערווירט פרישטיג.