בלאט 1 פון 2

הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:31 pm
דורך [NAMELESS]
א ערדציטערניש אין די וועלט פון היימישע אויסגאבעס אז דער בארימטע נגיד ר' יואל לאנדא האט אפגעקויפט די אויסגאבע "א בליק", צוזאמען מיט די "שׁטיבל" און "קינדער שטוב" אויסגאבעס.

ר' יואל איז אריין אין די וועלט פון אויסגאבעס דורך עפענען זיין שטענדערל אויסגאבע אויף תפלה, און יעצט ברייטערט ער אויס זיין פארטפאליא מיט אפקויפן די בארימטע אויסגאבע.

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:35 pm
דורך מהיכי תיתי
אפגעקויפט פון שמואל דוד פרידמאן?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:38 pm
דורך [NAMELESS]
כ'מיין זיינע קינדער האבן עס גע'אונט.

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:47 pm
דורך הנגרה
גייט ער אלעס לאזן אזוי ווי ביז יעצט, אדער גייט די געהעריג שטיבל אנהייבן צו זיין וועגן תפילה פאר עדאלטס?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:53 pm
דורך תשפג
גייט די שטיבל ווערן איינס מיט די שטענדערל?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:56 pm
דורך אלפא
א נייע טרענד פאר מיליאנערס?

עלאן מאסק קויפט אפ X, יעצט קויפט יואלי לאנדא אפ דער בליק :geek:

וויאזוי גייט ער עס רינעימען?


ב.ד.וו. האבן זיי פשוט פארגעסן פון די אלבום אינדוסטרי - אדער איז דאס פאר די וואס האבן נישט קיין מוזיק איינרעדענישן?!

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 2:37 pm
דורך עמרם
כ'האב געמיינט אז ער האט שוין פארלוירן די געלט...

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 2:41 pm
דורך צקון לחש
הנגרה האט געשריבן: גייט ער אלעס לאזן אזוי ווי ביז יעצט אדער גייט די געהעריג שטיבל אנהייבן צו זיין וועגן תפילה פאר עדאלטס?

די שטענדערל איז לאו דוקא איבער תפילה, ס'איז נאר די 'תירוץ' כנהוג במחוזותינו

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 2:46 pm
דורך פון אונזערע
אלפא האט געשריבן: א נייע טרענד פאר מיליאנערס?

עלאן מאסק קויפט אפ X, יעצט קויפט יואלי לאנדא אפ דער בליק :geek:

וויאזוי גייט ער עס רינעימען?


ב.ד.וו. האבן זיי פשוט פארגעסן פון די אלבום אינדוסטרי - אדער איז דאס פאר די וואס האבן נישט קיין מוזיק איינרעדענישן?!

ער ארבעט פעסט אויף א סידי אויכעט, כך שמעתי, ס'איז נישט קיין סתירה...

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 3:50 pm
דורך די קעפעלע
פרוכט זאפט האט געשריבן: כ'מיין זיינע קינדער האבן עס גע'אונט.

יא עס באלאנגט אפיציעל צו זיינע קינדער (ער איז פארנומען מיט'ן זיין א מחבר ספרים ושיעורי תורה)

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 4:09 pm
דורך היכי דמי
פון אונזערע האט געשריבן: ער ארבעט פעסט אויף א סידי אויכעט, כך שמעתי, סאיז נישט קיין סתירה...

הערשי וויינבערגער גיבט ארויס א סידי און יואלי צאלט עס

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 4:15 pm
דורך פון אונזערע
ווי איך האב געהערט איז אברהם פריעד אויך העווי אינוואלוד...

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 4:41 pm
דורך הנגרה
פארוואס דארף ער אפקויפן א בליק?
ער קען ווייטער פארן מיט שטענדערל, ער האט געהאט פיינע שרייבערס און מעלערס!
וואס גייט אים א בליק צוגעבן?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 4:49 pm
דורך צוזאמגעדרייט
אלפא האט געשריבן: א נייע טרענד פאר מיליאנערס?

עלאן מאסק קויפט אפ X, יעצט קויפט יואלי לאנדא אפ דער בליק :geek:

ער גייט אפזאגן האלב די ארבייטערס?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 6:40 pm
דורך הנגרה
וואס איז פשט אז אייוועלט רעדט נישט פון די גאנצע נושא?
#צענזור?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 8:17 pm
דורך קאשנער
פון אונזערע האט געשריבן: ער ארבעט פעסט אויף א סידי אויכעט, כך שמעתי, ס'איז נישט קיין סתירה...

יואלי'ס זון האט א סטודיא, קיין געלט דארף ער נישט מאכן, אבער ביזי וויל ער זיין...

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 8:39 pm
דורך שיינע איד
דער יואל איז פיינע נייעס, ביז יעצט האט ער געצאהלט די רבנים, געשטופט דא אין דארט, יעצט וועלן זיי עם מוזן צאלן כפליים, באבוב (48) אויב איך האב נישט קיין 100 אלפים לייג איך די אנדערע אויף דעם דעקל ערב פסח, אזוי קען ער מאכן מיט קוסוב און סאטמאר. חברה ער ווערט צוריק אן עושר...

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 11:42 pm
דורך פינקע בלומען
וויפיל געלט רעדט מען פון?

Re: הנגיד ר׳ יואל לאנדא קויפט אפ ״א בליק״ אויסגאבע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 11:46 pm
דורך מנחם מנדל
פינקע בלומען האט געשריבן: וויפיל געלט רעדט מען פון?

איך האף אז נישט מער ווי טויזענט דאלאר...

פארוואס זאל איינער בכלל זיין אינטרעסירט אין אפקויפן אזא נארישע אומאינטערעסאנטע מאגאזין וואס פיטערט די קעלבער שטרוי?

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 1:51 am
דורך שמעקעדיג
שטיבל איז בכלל נישט קיין נארישע מאגאזין, עס האט זייער אינטרעסאנטע זאכן.
און קינדער שטוב פאר קינדער איז אויך זייער באלערנד.

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 3:20 am
דורך עמרם
נישט קיין חילוק צו ס'איז נאריש צו נישט

אבער למעשה איז עס פון די מערסטע געקויפטע מאגאזין ביי די חסידישע וועלט,
סא איך מיין אז מ'קען פארשטיין פארוואס איינער זאל זיין אינטערסירט אפעס אפצוקויפן

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 9:01 am
דורך שמעקעדיג
הנגרה האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 6:40 pm וואס איז פשט אז אייוועלט רעדט נישט פון די גאנצע נושא?
#צענזור?

פיין רעדט מען. אין די שטיבל אשכול.

Re: הנגיד ר' יואל לאנדא קויפט אפ "א בליק" אויסגאבע

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 9:06 am
דורך [NAMELESS]
.