בלאט 1 פון 1

די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
דער מענטש וואס די וועלט האט גערופן "באב גרענט" איז געבוירן אין יאר 1929 (למספ'). צו אן איטאליענער אימיגראנטן משפחה אין שיקאגא. ער איז געשטארבן אין 2013 (למספ'). ר'איז געווען 84 יאר אלט. זיין נאמען ביים געבורט איז געווען ראבערטא (סירא) דזשיגאנטע. ער האט עס שפעטער אמעריקאניזירט צו באב גרענט. אזוי ווי א סאך אידישע און נישט אידישע אימיגראנטן האבן געטון אין יענער צייט.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין "טאלק ראדיא". אין ניו יארק אין די פריע 50'גער יארן. דאס איז דאמאלס געווען א נייע זאך.

ויקשו המקשים: וואס אינטרעסירט אונז (היימישע אידן) איבער דעם לעבן פון א גוי'אישן ראדיא פערזענליכקייט? דער תירוץ איז פשוט. ער איז געווען אן אמת'ער אוהב ישראל. ער איז געווען אויסגעקאכט מיט (היימישע) אידן.

דאס איז געווען אין די תקופה פאר אינטערנעט און סאשעל מידיא. ראדיא טאלק שאוס איז בכלל אויך געווען א נייע זאך.

זיין טאלק שאו איז געווען זייער שטארק פאפולער אין די אמעריקאנער גאס. הונדערטער טויזנטער צועהערערס האבן זיך באטייליגט און אויך אריינגערופן צו זיין שאו. דאס איז געווען נאך פאר די צייט פון "סינדיקעישן". א זאך צו וואס אונז עמיר (אפשר) צוקומען, בלי"נ.

ער האט ארויפגעברענגט פארשידענע פאליטישע און סאציאלע טעמעס אויף זיין פראגראם. מענטשן האבן אויך געקענט קאמענטירן און פיהרן א דעבאטע מיט איהם.

צווישן די אריינרופערס זענען (ליידער) אויך געווען א סאך וויסטע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. ווען ער האט (גלייך) דערקענט מיט חכמה אז דער אריינרופער איז אן אנטיסעמיט האט ער איהם גוט אריינגעזאגט און אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. די זעלבע ווען איינער האט גערעדט שטותים און נישט צו דער זאך. דרך אגב: צומאל האט זיך געטראפן א איד אויך וואס האט געבראקט שטותים האט ער איהם אריינגעזאגט אויף א שיינעם אופן. ער האט געזאגט..."דו האסט מסתמא געטרינקען א סאך פלאם ברענדי (שליוואוויץ) אין שול היינט אינדערפריה"...!

ער איז געווען א גרויסער פארעהער פון חסיד'ישע אידן. ער האט געהאט א גוטן פריינט. ר' וואלף? נויאוויטש וועלכער האט איהם ארומגעפיהרט און געוויזן די סאטמאר'ע מוסדות. ער האט אויך אדורכשפאצירט אין בעיסמענט פון (אלטן) סאטמאר'ע ביהמ"ד. ער איז ממש ארויס פון התפעלות ווען ער האט געזעהן די ריזיגע רעפרידזשערעיטארס און פריעזערס. זיין גוטער פריינט האט איהם מסביר געווען אז דאס איז צוגעגרייט פאר די פיהל געסט וואס קומען צו פארן אויף יו"ט. ער האט א סאך גערעדט איבער דעם אויף זיין ראדיא שאו. ער האט געוואסט זייער א סאך איבער אידישקייט און אידישע מנהגים. אמאל האט ער געזאגט מיט א שטיקל סארקאסטישן טאן אז די חסיד'ישע אידן גייען מיט די "פויר העטס" (שטריימלעך) אויפ'ן קאפ ווען ס'איז 100 דעגריעס. אבער מ'דארף קיינמאל נישט מורא האבן פון זיי. (לעומת די אנדערע מינאריטעטן פון געוויסע געגנטער וואו מ'דארף ציטערן פאר'ן לעבן. אויף וואס ער האט זייער שטארק געהאקט.)

אין די שפעטע 80'גער און ניינציגער יארן איז ער אויך אפטמאל געקומען קיין בארא פארק ווען די פאליטישנס האבן אפגעהאלטן א ראללי פאר די עלעקשנס.

ס'איז דא נאך א סאך צו פארציילן איבער זיין פערזענליכקייט און זיינע קאנפליקטן און מלחמות וואס ער האט אנגעפיהרט. נאר איך וויל נישט צו שטארק פארלענגערן דעם ארטיקל. ועוד חזון למועד, אי"ה...!

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 2:13 am
דורך אמאהלגעקעננט
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 4:32 pm דער מענטש וואס די וועלט האט גערופן "באב גרענט" איז געבוירן אין יאר 1929 (למספ'). צו אן איטאליענער אימיגראנטן משפחה אין שיקאגא. ער איז געשטארבן אין 2013 (למספ'). ר'איז געווען 84 יאר אלט. זיין נאמען ביים געבורט איז געווען ראבערטא (סירא) דזשיגאנטע. ער האט עס שפעטער אמעריקאניזירט צו באב גרענט. אזוי ווי א סאך אידישע און נישט אידישע אימיגראנטן האבן געטון אין יענער צייט.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין "טאלק ראדיא". אין ניו יארק אין די פריע 50'גער יארן. דאס איז דאמאלס געווען א נייע זאך.

ויקשו המקשים: וואס אינטרעסירט אונז (היימישע אידן) איבער דעם לעבן פון א גוי'אישן ראדיא פערזענליכקייט? דער תירוץ איז פשוט. ער איז געווען אן אמת'ער אוהב ישראל. ער איז געווען אויסגעקאכט מיט (היימישע) אידן.

דאס איז געווען אין די תקופה פאר אינטערנעט און סאשעל מידיא. ראדיא טאלק שאוס איז בכלל אויך געווען א נייע זאך.

זיין טאלק שאו איז געווען זייער שטארק פאפולער אין די אמעריקאנער גאס. הונדערטער טויזנטער צועהערערס האבן זיך באטייליגט און אויך אריינגערופן צו זיין שאו. דאס איז געווען נאך פאר די צייט פון "סינדיקעישן". א זאך צו וואס אונז עמיר (אפשר) צוקומען, בלי"נ.

ער האט ארויפגעברענגט פארשידענע פאליטישע און סאציאלע טעמעס אויף זיין פראגראם. מענטשן האבן אויך געקענט קאמענטירן און פיהרן א דעבאטע מיט איהם.

צווישן די אריינרופערס זענען (ליידער) אויך געווען א סאך וויסטע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. ווען ער האט (גלייך) דערקענט מיט חכמה אז דער אריינרופער איז אן אנטיסעמיט האט ער איהם גוט אריינגעזאגט און אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. די זעלבע ווען איינער האט גערעדט שטותים און נישט צו דער זאך. דרך אגב: צומאל האט זיך געטראפן א איד אויך וואס האט געבראקט שטותים האט ער איהם אריינגעזאגט אויף א שיינעם אופן. ער האט געזאגט..."דו האסט מסתמא געטרינקען א סאך פלאם ברענדי (שליוואוויץ) אין שול היינט אינדערפריה"...!

ער איז געווען א גרויסער פארעהער פון חסיד'ישע אידן. ער האט געהאט א גוטן פריינט. ר' וואלף? נויאוויטש וועלכער האט איהם ארומגעפיהרט און געוויזן די סאטמאר'ע מוסדות. ער האט אויך אדורכשפאצירט אין בעיסמענט פון (אלטן) סאטמאר'ע ביהמ"ד. ער איז ממש ארויס פון התפעלות ווען ער האט געזעהן די ריזיגע 8-) :lol: :lol: :lol: :lol: רעפרידזשערעיטארס און פריעזערס. זיין גוטער פריינט האט איהם מסביר געווען אז דאס איז צוגעגרייט פאר די פיהל געסט וואס קומען צו פארן אויף יו"ט. ער האט א סאך גערעדט איבער דעם אויף זיין ראדיא שאו. ער האט געוואסט זייער א סאך איבער אידישקייט און אידישע מנהגים. אמאל האט ער געזאגט מיט א שטיקל סארקאסטישן טאן אז די חסיד'ישע אידן גייען מיט די "פויר העטס" (שטריימלעך) אויפ'ן קאפ ווען ס'איז 100 דעגריעס. אבער מ'דארף קיינמאל נישט מורא האבן פון זיי. (לעומת די אנדערע מינאריטעטן פון געוויסע געגנטער וואו מ'דארף ציטערן פאר'ן לעבן. אויף וואס ער האט זייער שטארק געהאקט.)

אין די שפעטע 80'גער און ניינציגער יארן איז ער אויך אפטמאל געקומען קיין בארא פארק ווען די פאליטישנס האבן אפגעהאלטן א ראללי פאר די עלעקשנס.

ס'איז דא נאך א סאך צו פארציילן איבער זיין פערזענליכקייט און זיינע קאנפליקטן און מלחמות וואס ער האט אנגעפיהרט. נאר איך וויל נישט צו שטארק פארלענגערן דעם ארטיקל. ועוד חזון למועד, אי"ה...!
ער האט אמאל דערצײלט אז מהאט עם ארײן געברענגט צום רבין און מהאט עם געזאגט אז דער רבי האט מתיר געװען ממעג עם הערן אױף דער ראדױ.. :lol:
דרך אגב װי קען מען פארגעסן דעם הײמישן caller ziggy

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 8:24 am
דורך דער עקס
לכאורה האט זיין השפעה א האנט אין דעם אז רוב פונעם היימישע עולם אינדענטיפיצירט זיך אלס קאנסערוואטיוו

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 10:42 am
דורך עסקן בדברים
ווער געדענקט דעם פרייטאג ווען סענעטאר דעאמאטא האט געזאגט אויף זיין שאו אז מעיאר דינקינס זאל צוריק גיין קיין אפריקא (נאכדעם וואס ער איז צוריק געקומען פון א טריפ פון דארט)? איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס גייט מאכן א שטורם

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 12:25 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
דער עקס האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 8:24 am לכאורה האט זיין השפעה א האנט אין דעם אז רוב פונעם היימישע עולם אינדענטיפיצירט זיך אלס קאנסערוואטיוו
פארוואס זענען רוב היימישע אין ארץ ישראל, לונדון וכד׳ רעכט געשטימט?

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 1:18 pm
דורך שפילער
א מימרא פון עים the world is sick and it gets sicker each day ...

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 2:49 pm
דורך אמאהלגעקעננט
מימרות איז דא פון עם אן א שיעור ער איז דער פיאנער פון קאנסערװאטיװ טאק ראדיאױ. ראש האט עם געגעבן דעם קרעדיט

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 2:52 pm
דורך קרעפלעך
Your influence count use it!!!

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 3:41 pm
דורך כפתור
ער האט געהאט א גוטן זכרון. ער האט געדענקט פונקטליכע דאטומס פון צענדליגער יארן צוריק.
אויף יוטוב קעמען אים הערן

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 12:11 am
דורך אמאהלגעקעננט
איך מײן אז ר אהרן האט מוחה געװען בשעתו אז מהערט עם. דאס גײט שױן ארײן אין גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה. און אזױ אױך זײן שטעלונג קעגן װאס ער רופט אן טראמפאיזם 😂

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:35 am
דורך berlbalaguleh
עסקן בדברים האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 10:42 am ווער געדענקט דעם פרייטאג ווען סענעטאר דעאמאטא האט געזאגט אויף זיין שאו אז מעיאר דינקינס זאל צוריק גיין קיין אפריקא (נאכדעם וואס ער איז צוריק געקומען פון א טריפ פון דארט)? איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס גייט מאכן א שטורם
די עיקר שטורם וואס האט איהם געקאסט זיין קאריערע איז געווען ווען פרעזידענט ביל קלינטאן איז געפארן קיין טשעכאסלאווקיע מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון ביזנעסלייט. אויך זיין סעקרעטערי אוו קאמערס וועלכער איז געווען א האלבער איד און א האלב שווארצער איז פארשוואונדן געווארן צוזאמען מיט זיין פלעין אין א שווערן שטורמישע וועטער. מ'האט איהם געזוכט פאר 2 טעג. האט באב גרענט געזאגט אויף זיין שאו. אז ער (ב.ג.) איז א "פעסימיסט" און ער ווייסט זיכער אז מ'וועט איהם טרעפן לעבעדיג.

דער שחור'ישער מח פון אזא העצער ווי שארפטאן איז נישט מסוגל אויסצופיגורן דעם פשט'ל. איז טאקע געווען שטיל יענעם נאכמיטאג. קיינער האט נישט אריינגערופן מוחה צו זיין. נאר ווי ס'זעהט אויס אז א אידישער חכם האט עס איהם מסביר געווען. דעם נעקסטן טאג אינדערפריה האט שארפטאן ימ"ש ארגאניזירט א ריזיגע פראטעסט ביי די ראדיא סטאנציע WABC. זיין פראטעסט האט אנגעהאלטן א פאר טעג. ער האט געסטראשעט אז ער גייט מאכן א באיקאט אויף די גאנצע נעטווארק. די (אידישע) בעלי בתים פון דיזני ווארלד וועלכע זענען אויך די בעה"ב פון די ראדיא סטאנציע האבן זיך דערשראקן און זיי האבן איהם געפייערט.
מ'האט איהם אויסגעצאלט זיין גאנצן, פרישן קאנטראקט וואס ער האט אקארשט געסיינט. נאר אבי ער זאל גיין. זיין פייערונג איז געווען זייער פלוצלינג. ער איז ארויסגעגאנגען ביי א הפסקה. און מ'האט איהם מער נישט אריינגעלאזט אין זיין אפיס.

נאכדעים האט זיין קאלעגע קורטיס סליווא ארויפגעלייגט א חזן וועלכער האט געזאגט קדיש און געמאכט א א-ל מלא רחמים איבער די פייערונג פון באב גרענט. איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער.

ער איז אריבער רעדן אויף די סטאנציע WOR וועלכע האבן איהם אויפגעכאפט מיט ביידע הענט. ווייל זיי האבן געוויסט אז ער האט א ריזיגע אוידיענץ.

מיט בערך 3 יאר שפעטער האט ער זיך איבערגעבעטן מיט עי. בי. סי. און ער איז צוריק ארויף דארט.

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:54 pm
דורך די קעפעלע
פאר די וואס געדענקען נישט זיין געשמאקע פליסיגע צינישקייט און שארפקייט. הערטס און האטס הנאה


Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:54 pm
דורך די קעפעלע

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:55 pm
דורך די קעפעלע

Re: די היסטאריע פון "באב גרענט"...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:19 am
דורך berlbalaguleh
די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:54 pm
מ'קען הערן באב גרענט א גאנצן טאג און נישט ווערן "באורד".
היינט עקזיסטירט שוין נישט דער פארום. נאך איהם איז אויפגעקומען ראש לימבאו. וואס איז ווערד א באזונדער אשכול. ער איז אויך געווען אן אוהב ישראל. נאכדעים וואס ער איז פריצייטיג געשטארבן האבן איבער גענימען 2 אנדערע ראדיא האוסטס וועלכע געבן זיך אויך אן אלס קאנסערוואטיוו. נאר זיי רעדן שטותים והבלים. זיי ברענגען נישט אויף קיין זאכליכע שמועסן אדער דעבאטעס.

אויך. סאושל מידיא האט איבערגענימען דעם מארקעט. איינס פון די חלקים איז "פאדקעסטס". וואס איז נאכנישט געווען אין יענע צייט. צווישן די מערערע פאדקעסטס זענען אויך פארהאן א פאר אידישע. טייל פון זיי גאר אינטרעסאנט. זיי אינטערוויוען מערסטנס אידישע פערזענליכקייטן. ווי יונתן שווארץ אדער ליפא שמעלצער.

איך וויל נישט פארקריכן פון דעם פתיחת האשכול. נאר איינס פון די פאדקעסטס ווערט אנגעפיהרט דורך איינעם "לייבעל/לעיבל". ער האט געהאט א גוי'שע בעיביסיטער וואס ווייסט זייער א סאך זאכן איבער אידישקייט. זי זאגט אז זי האט זיך אויסגעלערנט פון די קינדער. זי ליינט פאר זיי די אידישע מעשה ביכלעך אויף ענגליש. איבער מצוות. און דאווענען און מאכן א ברכה. און ימים טובים.