אוי האב איך געכאפט ביי משפטים..

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

אוי האב איך געכאפט ביי משפטים..

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'וויל דא צוריק דערמאנען די 'טייערע' קינדערישע יארן. וואס אסאך בענקן זיך שוין גארנישט צוריק.
יעדער האט זיך זיינע מעשיות, און איך אויך.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מנשה פאסט נישט פאר דיך צו שרייבען נאר איין אזא שורה און גיין, הייב כאטש אן מיט א גיטע מעשה
דרג אגב מיין איך עס קומט אין שמייכעל פורום
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

לעמיל האט געשריבן:מנשה פאסט נישט פאר דיך צו שרייבען נאר איין אזא שורה און גיין, הייב כאטש אן מיט א גיטע מעשה
דרג אגב מיין איך עס קומט אין שמייכעל פורום
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'וויל דווקא יא אנהייבן שרייבן עטליכע סיפורים, קודם וויל איך הערן פון אנדערע און זיך דערמאנען נאך
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'וויל דווקא יא אנהייבן שרייבן עטליכע סיפורים, קודם וויל איך הערן פון אנדערע און זיך דערמאנען נאך

נא געגאנגען אונז זענען רעדי צו הערען, עפעס א גוטס ווא סמ'זאל קענען איבער זאגען ביים ליל שייש חבורה
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

ס'איז א שטיקל שקר...

על כל פנים, אין מיינע צייטן האט מען נישט געכאפט ביי משפטים. איך מיין אז עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג.

אדרבה! לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגן.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אוי האט מען געכאפט.. א באנדע רוצחים
איך האב געהאט אלע יארן ביטערע זכרונות פון די יארן אונטער די רעבישע פעטש. עד היום כאפט מיר די שיווערס ביי געוויסע סדרות
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אריין אין דעם אשכול וואס איך האב געעפענט:
viewtopic.php?p=27554#p27554
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אוי האט מען געכאפט.. א באנדע רוצחים
איך האב געהאט אלע יארן ביטערע זכרונות פון די יארן אונטער די רעבישע פעטש. עד היום כאפט מיר די שיווערס ביי געוויסע סדרות


האסט געלערנט מיט ליפא ביים זעלבן רבי'ן...?
און וואס עפעס האסטו זיך דערמאנט ביי פרשת כי תצא?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אוי האט מען געכאפט.. א באנדע רוצחים
איך האב געהאט אלע יארן ביטערע זכרונות פון די יארן אונטער די רעבישע פעטש. עד היום כאפט מיר די שיווערס ביי געוויסע סדרות


האסט געלערנט מיט ליפא ביים זעלבן רבי'ן...?
און וואס עפעס האסטו זיך דערמאנט ביי פרשת כי תצא?

זעהט אויס אז זיין רבי פלעיגט עים טשעפענען פרשת כי תצא,
"כי" אז מען פירט זיך אויף ווי א קי "תצא" גייט די לערנען ארויס!!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איי די חדר יארן..
אויב ס'איז פארהאנען אזא מעלאדיע, די טייערע 'גאלדענע' קינדערישע יארן, קען איך פערזענליך נישט דעם מעלאדיע, נישט אויף די ווערטער און נישט אויף קיין נאסטאלגישע תנועות בכלל.
פון די קינדערישע יארן זענען מיר נישט פארבליבן קיין גאלדענע זכרונות, טראץ וואס דער הייליגער פאטער אין הימל האט אויך מיר געשאנקן גוטע ריינע יארן, אבער די בייזוויליג'קייט פון די באטריבער למיניהם, האבן עס פארווישט און געמאכט ביטערע אומ'באטעמטע יארן דורכאויס.
איך בין נישטא, צו באשמוצן היימישע מוסדות צו היימישע יודען, אבער דאס 'ארור אפם כי עז, ועברתם כי קשתה' דאס בין איך זיכער דא צו פארשמירן - בעסער געזאגט, אויפדעקן דעם שלייער פונעם פארשמירטן התנהגות, אויב ס'בכלל געווען פארשלייערט.
אויב מיר האבן געדארפט מחונך ווערן דורך בעלי דעה בעלי ירא שמים, אויף אהבת השם אהבת התורה און אהבת הבריות, ווי קומט דאס אין מחותנ'שאפט, מיט ביטערע אכזריות'דיגע שלעק, בושות ובזיונות בנפשות רכות וענוגות.
אין זה כי אם רציחה כעס והיפוך מידת הקדושה ומידות טובות בכלל.
כאטש ס'איז שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות וועגן דעם נושא בפרטית, וויל איך – ווי צום ביישפיל יעדע צווייטע מלחמה געליטענער געבט ארויס זיינע ווייטאגן און ערציילונגען, אויך איך אפגעבן מיינע מסכתות מכות אין די פילע בענדער.
מ'קען פארציילן סיפורים וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן אז דאס האבן אפגעטון אונזערע מלמדים און 'מחנכים' בלשון רבים..
ווער ס'האט אדורכגעמאכט די חדר יארן ברמ'ח ושס''ה, האבן עהם צוויי מלאכים באגלייט פון כיתה אלף ביז כיתה.. ווער ווייסט! ווען מ'איז פטור געווארן פונעם עול הגלות הצעיר.. איינער אין ישיבה קטנה און איינער נאכן ארויסגיין פון כולל, און איינער איז נאכאלץ טראמאזירט.
די טינט וועט זיך אויסלאזן און דאס ווייטאג וועט נישט פארגליווערט ווערן.. פון פארצייכענען און פאראייביגן די בעסטע יארן פון א יידישע נשמה, די ריינסטע יארן פון א יליד אשה, און וויאזוי עס איז פארוואנדעלט געווארן אין יארן וואס מ'קען דערפון נישט טראכטן, כי אין לי בהם חפץ.
פארוואס שרייב איך דאס? ווייל כ'וויל מ'זאל זיך נישט נארן, און זיך קלאר אויסקלארן, וואס איז די דרך הטוב והישר, און ווער איז א איש ישר, ווער האט באמת געטון זיין ארבעט מלאכת שמים, און ווער ס'האט ליידער בלוט אויף די הענט, און פאר'רופט זיך נאך אלטע מחנך מיט א אייגענעם דרך נאך..
און איך הייב ארויס די סור מרע, כדי מ'זאל וויסן ווי ארויפצו צילן די עשה טוב, און ווער ווייסט נאך אזוי גוט וואס איז נישט גוט געווען, און וואס וואלט געדארפט זיין, ווי די געליטענע און וואס האבן זיך בעזר השם געשטארקט און אויסגעוואקסן ערליך און פיין, טראץ די אלע רדיפות בשם הדת.
די פראבלעם מיטן אלטן מסכתא, איז נאכמער, אז ס'נאך דא אזעלכע וואס זענען אויסגעוואקסן מיטן מידת הרציחה אויף להבא, און ס'ליגט זיי איינגעווארצעלט ווי אזוי מחונך.. און דאס איז די הוראה לשעה ולדורות, ווי עקלהאפטיג עס איז, און ווי מיט זייערע ציין און נעגן טוהען זיי נאך אלץ אן חורבנות, כי באפם הרגו איש, מיט זייערע חומרות און פרומקייטן אויף יענעמס חשבון, שניידן זיי נאכאלץ שטיקער געזונט פון אומשולדיגע רחמנים בני רחמנים.
און אין דעם זענען פארהאנען שטאף, צו שרייבן בלעטער נאך בלעטער, אין פארשידענע הינזיכטן, וואס אלעס שטאמט ווי פירות ופירות פירותיהם פונעם פארדארבענעם דרך עיקש, פון רציחה אין נאמען פון חינוך.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ווער האט געזאגט 'מוחל טובות'?
יא בדידי הווה עובדא..
ווען כ'בין מיט מזל ארויס פון דעם אלטן מלמד, דער שלעגער, וואס האט מיך ווייניג עפעס ווען אויסגעלערנט, נאר אז איך בין א שמעקער און א גולם, בין איך צו מיין פרישע מזל – יענס מזל, אריין צו א 'נייע' רבי.
נו, א נייע יאר א נייע התחלה.. און קיין שלעכטע כוונות האב איך נישט געהאט, נאר איין גוטע, אז תחל שנה וברכותיה, די יאר זאל זיין אזאנס, וואס כ'וועל באקומען פון מיין נייע רבי, נאר קאמפלימענטן אויב ס'שייך אזאנס.. און כאטש נישט קיין שאנדע רייד און פעטש, ווייל כ'וויל זיין וואויל.
דער אלטע שלעגער האט אונז אפ'געפטר'ט מיט א געמאכטע שמייכל, און געטיילט פיצעלע מעקערס, אזוי קליין ווי די 'שמיר ווארעם'.. אלץ מתנת פרידה.. און עטליכע האבן נאך געכאפט א כלומרשטע פריינדליכע שטופ מיט זיין שטעקן אלץ געזעגען פעטש.. ווי איינגעפירט..
דער עולם שפאנט אריין אין א שורה, אינעם נייעם קלאס, ס'שמעקט שוין עפעס עלטער.. אבער דער נייע רבי שענקט אונז א פנים מיט א פארביסענעם שנויצען..
ס'איז שוין מיטאג צייט, און ער זאגט פאר אלע קינדער, אז ער וויל נאר זאגן א הקדמה צום נייעם יאר,און נאכדעם וועט מען גיין עסן מיטאג 'מיט דרך ארץ'.. פאר עהם..
די הקדמה איז געווען, אז זיין בענקל טיש און שאנק, זענען קודש, און די אפגעריבענע חאלעטל, איז קודש קדשים.. ווער ס'ווייסט וואס איז גוט, שטייט ווייט דערפון, ווייל הנוגע בהם יומת..
'יעצט גייען אלע אין עס-זאל, און מ'זאל נישט דארפן זאגן, מיט דרך ארץ, פאלגן יעדע ריר וואס דער אויבערקאמאנדיר וועט באפעלן, כטוב לבו באייער שפייז און געבראטענע צוויבל,וואס נאר ער און זיינע חברים די איבריגע מלמדים מעגן האבן.
אונז זאלן אויפעסן די לאנטש, ביזן טעלער זוים, ווייל די עבירה פון בל תשחית, איז ער 'אונזער נייע רבי' זייער מקפיד ממש עד שפך דם..
ס'האט ווער נושא חן געווען אין זיינע אויגן, און ער יענער האט אויסגעטיילט נייע בענטשערלעך, און אלע האבן געטייטלעט און געבענטשט יעדעס ווארט, ביזן סוף, ווען דער נייע רבי האלט א אויג אויף זיינע נייע קעלבעלעך, ווער ווייסט וואס וועבט זיך אין זיין קאפ, העכער זיינע געהויבענע אויגן ברעמען.
אין א גראדע שורה, גייען אלע מיטן בענטשערל אין האנט, אריבער דעם מזוזה פונעם עס-זאל, ווי ער שטייט דארט דער 'נייע רעבע' און נעמט צוזאמען די בענטשערלעך, פון יעדן באזונדער, ווען אונטער זיין רוקן לויפן די באפרייטע שעפעלעך, זיך שפילען..
ס'איז לאנטש!
אט ביים סוף שורה, איז נאך געבליבן אפאר קינדער, מנשה'לע צווישן זיי, קלערט צו זיך, וואס קען איך טוהן אז כ'זאל נושא חן זיין ביים 'נייעם רעבע' מיינע?
איך שפאן צו מיט א שמייכל אויף מיינע בעקעלעך, און זאג הויעך און קלאר!
רעבע! מוחל טובות!! פאר די נייע בענטשער..
דער קוים געווארענער חומש רש"י יונגעל – מנשה'לע, ווייסט בכלל נישט וואס ער האט געזאגט, ער האט ביי זיך אין קאפ געמאכט א טייטש, מוחל טובות מיינט 'אנטשולדיגט פאר די טירחה'..
- און מיט דעם געוואלט חנפנ'ן דעם 'נייעם רעבע'..
דו וועסט קומען צו מיין פלאץ נאך לאנטש! זאגט ער דער נייע רבי, ווי איך האב פארשטאנען וועל איך באקומען כאטש פינעף לאליס, ווי א חומש רש"י יונגעל באדאנקט זיך אזוי שיין, פאר זיין 'נייע רעבע'..
לאנטש איז אריבער, און אלע זיצן אויף די פלעצער, און מנשה'לע האט שוין לאנג פארגעסן אז ער האט געזאגט א קאמפלימענט – לשיטתו, פאר זיין פיינע נייע רבי.
'ווער עס איז געווען א עזות פנים ביי לאנטש, זאל קומען צו מיין טיש'.. קומט א שטרענגע באפעל פונעם קלאס רבי.
מנשה'לע איז דאך מעולם קיין מחוצף נישט געווען, א פרייליכער און וואוילער יונגעל, קיינמאל נישט קיין קופץ בראש, אמאל פאני אמאל לאכעדיג, אבער חוצפה'יג? נישט מנשה לוסטיג! אפילו נישט אין חלום..
איך צייל ביז דריי! און אז יענער וועט זיך נישט אליין מודה זיין, און אהערקומען, וועט עס אסאך ערגער זיין..
איינס..
אלע קינדער הייבן אן ציטערן אין די הויזן.. צוויי! א האלבע כיתה זעט שוין שטערנס.. ווער ווייסט וואס הייסט א זינד, ביים נייעם רבין.. וואס הייסט ביי עהם חוצפה.
און דריי!!! מנשה קום אהער..!
אלע קינדער קוקן אן דעם געשעעניש, ווי א וואונדער, מנשה א עזות פנים? פונקט ווי א שעפסעלע א וואלד חיה..
האסטו געזאגט פאר לאנטש 'מוחל טובות'?
עמממ.. יא!
ס'האט אנגעהויבן פליען מכות, ביי הענט און ביי שטעקן, אז אין מיין טאש זענען געליגן חפצים, זענען זיי געפלויגן אין איינעמס אויגן אריין..
און דער פראקט און פראקט, און מנשה'לע וויינט און שפרונגט.
ביז ער האט אפגע'אטעמט, און געזאגט, גענוג פאר היינט, אזא פארציע קומט א עזות פנים..
יענע נאכט האב איך ביטער געוויינט אונטערן דעקע, וואס פאסט נישט פארן נייעם רעבע, אז איך האב עהם געזאגט א קאמפלימענט? מ'מעג נישט זאגן א גוט ווארט פאר רעבע? ער איז טאקע אזוי פארכטיג הייליג?
ס'איז אריבער טעג און וואכן, און אפילו יארן.. ביז כ'האב געלערנט פשט אין די צוויי ווערטער..
אהה... מוחל טובות מיינט א שפעט ווארט?! ואנוכי לא ידעתי..
איי וואס איז דער מלמד שולדיג?
שולדיג איז ער, אז ער האט נישט גענומען א דזשאב ביי א שלאכט הויז.. ווייל א בלינדער טויבער טיפש וואלט גלייך געקלערט, אז א קליין קינד וואס קען קוים חומש רש"י, האט גארנישט דערביי צו באלעסטיגן זיין 'נייע רבי' די ערשטע שעה פונעם ערשטע טאג אינעם נייעם קלאס.
ס'מוז דאך זיין, עפעס א אנדערע פשט דא, נישט אנפראסקענען און סוף פסוק, אבער היינט ווייס איך, אז דאס זענען שוין פון די פשוטע סטאריס..
אבער כ'האב עס קיינמאל נישט פארגעסן!
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי איך האב שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, האבן די אמאליגע מלמדים נישט געוואוסט פון א אנדערע מהלך.
דאס איז חינוך, און פארטיג! האקן און בראקן!

און ווען די נייערע דור וויל זיך אין דער האנט נעמען, און ארויסהאבן די קינדער און זיי פארשטיין, און נוצן ריכטיגע מהלכים, דרייעט מען איבער א וועלט היתכן מען לויפט נאך די מאדערנעזירטע דרכים פון די מתחדשים, און די פסיכאלאגיע וואס קומען פון די טמא'נע גויים, דרכים אשר לא שערום אבותינו, און דאס איז שולדיג אין אונזער שוואכן דור.. בלא בלא בלא!.....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווי איך האב שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, האבן די אמאליגע מלמדים נישט געוואוסט פון א אנדערע מהלך.
דאס איז חינוך, און פארטיג! האקן און בראקן!

און ווען די נייערע דור וויל זיך אין דער האנט נעמען, און ארויסהאבן די קינדער און זיי פארשטיין, און נוצן ריכטיגע מהלכים, דרייעט מען איבער א וועלט אז מען לויפט נאך די מאדערנעזירטע דרכים פון די מתחדשים, און טמא'נע פסיכאלאגיע וואס קומען פון די טמא'נע גויים, דרכים אשר לא שערום אבותינו, און דאס איז שולדיג אין אונזער שוואכן דור.. בלא בלא בלא!.....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום zurich, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ירושלים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך ירושלים »

ואנכי לא ידעתי
מיינע רבי'ס אין חדר, האבן גוט געקענט פר' משפטים, דערפאר האב איך באלד נישט געוויסט אז ס'איז א שרעקעדיגע סדרה.
אם אשכחך
ירושלים
תשכח ימיני
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כי באפם הרגו איש..
ווי די באקאנטע דרוש, מיטן נאז קען מען הארגענען..
צווישן די אזוי גערופענע כלי קודש – מלמדים, וואס האבן אויף זייער פיקל דאס שילד פון צעבראכענע נפשות, זענען א טייל גאר געווען באקאנט אלץ אנטי שלעגער'ס.
אלא מאי? די שפיזיגע ווערטער וואס זיי האבן געקענט זייער אפט זאגן, פאר א קינד אין א סיטואציע פון שטרויכלונג, האט געמאכט דעם ארבעט, און יענעם אונטערגעבראכן די פיס, און פון דארט האט שוין יענער אליין געטראפן דעם גליטשער..
לאוו דווקא, אז יענער איז געווען שולדיג, לאוו דווקא אז יענער האט עפעס געטון אינמיטן קלאס אומ'ריכטיג, נאר פשוט, וויבאלד ס'האט דעם מלמד פארגלוסט א גוטע סלייס אריין אין א ממילא האלב צעשאקעלטע קינד, פארוואס נישט.
נאכדערצו, ווען אלע וועלן לאכן, און ס'איז נאך גארענטירט, טאמער וועט דאס קינד זיך שוין יא ברעכן און פארציילן פאר זיינע עלטערן, וועלן זיי עס בכלל נישט ערנסט נעמען, אויסצוקלארן וואס איז פשוט דערין, אז מ'האט עהם געטשעפעט.
ווען איך בין געווען אין אזא מצב, האט מיין קינדישע מח זיך בליץ שנעל געעפענט, און כ'האב געטראכט ווי א ערוואקסענער.
אז נישט דער וואס שטעכט און שפעט, זאל ער זיין דער גרעסטע חכם צו תלמיד חכם, וועט מיך צעברעכן און אראפקלאפן ביזן גרונד.
און אזעלכע פעלער האב איך מיך געטראפן, נישט איין מאל א וויילע, נאר יעדן טאג עטליכע מאל, אין חדר אין גאס אין שוהל.
מנשה'לע איז פון שטענדיג אן געווען א רינדעכיג געשטימט.. און נאך היבש יונגערהייט, האב איך נאך אפילו נישט געקענט זאגן קלאר אלע אותיות, ווי למשל רי"ש אדער למ"ד.
די קאלטע גייסטער ארום מיר, האבן דאס געוואוסט וויאזוי צו ניצן, זיך אונטערצוהאלטן אין א מינוט פון קלות ראש, איבער מיינע אפענע אויערן און שווערע געפילן.
און וויאזוי איך בין נישט צעבראכן געווארן לחלוטין, דאס איז דאך נישט פשוט א חסד השם ב"ה, ווייל די בלוט זויגערס און שטעכערס, האבן דאס געטון אזוי דירעקט, גארנישט לכאחר יד, אז מ'האט נישט געקענט אפילו מאכן א טעות, צו איך האב געכאפט אז מ'פראקט מיך דא אויס, ס'געווען קלאר אז איך בין דא דער כפרה געשלאגענער.
כ'וועל פארציילן א מעשה, וואס האט פאסירט אין איין אווענט נאך חדר.
דער משניות רבי נאכמיטאג, איז עפעס געווען אין א גוטע מוהט, און האט נאכן סדר הלימוד, אויפן וועג ארויס פון קלאס, אויסגערופן אז ווער ס'וויל קען קומען מיט 'עלעוועיטער', אנשטאט אראפגיין צופיס די טרעפן.
[וואס אגב, די טרעפן אראפ, איז געווען פיר שטאק! אזוי פלעגן מיר זיך דארפן ארויף און אראפ שלעפן די דאזיגע פיר שטאק, כאטש צוויי מאל א טאג ארויף און אראפ, ווען די ערוואקסענע האבן אלץ געניצט די עלעוועיטער, פרעג מיך פארוואס?]
אלע קינדער פון מיין קלאס, האבן זיך אריינגעשטופט אינעם עלעוויטער, דער משניות רבי גייט קוועטשן די קנעפל, און ס'גייט אראפפארן.
איך בין געשטאנען ביים טיר, וואס האט זיך כמעט צוגעמאכט, אבער זעקס און צוואנציג קינדער אינעם עלעוועיטער, האבן שוואך געפיט.
רופט זיך אן דער משניות רבי, אן קיין רגע טראכטן.
'מנשה! דו ביסט צו גראב, אויסער וואס ס'נישטא קיין פלאץ דא פאר דיר, קענסטו נאך צעברעכן די עלעוועיטער מיט דיין וואג.. זיי מוחל גיי מיט די טרעפ! איז גוט פאר דיר אביסעלע עקסערסייז..'
און כאטש אלע האבן אויסגעבראכן פאר געלעכטער, האט ער עס נישט געזאגט בלויז אלץ א ווערטל, ער האט ערנסטערהייט מיר געהייסן ארויסגיין פון דארט, און גיין מיט די טרעפ.
וואס כ'האב דעמאלטס געפילט? איר ווילט דווקא וויסן?
כ'גלייב אז ער האט נישט געקלערט דערפון, מער ווי - מאסקסימום א מינוט א האלב, אויסגעלאכט, ס'געלונגען א דזשאויק.
אבער, אז איך האב עס קיינמאל נישט פארגעסן, איז פונקט גענוג צו פארשטיין ווי לאנג עס האט אין מיר געקאכט און געציפט, די בושה די דערנידערונג, און פאר גארנישט און נישט.
כאילו ער איז עפעס א דייעטישען, אדער א ממונה אין א משוגעים הויז, ווי מ'האלט נערווירטע מענטשן מיט צוואנג.
וואס פאר א גערעדעכץ פון א מלמד תינוקות, אין פארענט פון קינדער, איבער א באמת אומשולדיג קינד.
דאס איז איין פערצופאל, וואס על הכלל כולו יצא.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ולא נתקררה דעתו של ר' מנשה'לע, ביז ער האט דאס דא אויך אריינגעלייגט.
פארשטייט זיך אז דארטן נעמט מען זיך אן פארן מלמד.....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי זעסטו דארט אז מען נעמט זיך אן פאר די מלמדים? חוץ פון איין ניק פראקט דער עולם פיין אריין אין די אכזרות'דיגע מלמדים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

די שטרוי קענסטו האלטן..

אין מיר קאכט א איבערלעבונג, וואס האט פאסירט מיט מיר איבער צוואנציג יאר צוריק! אין די 'חדר יארן' אונטער די בארבארישע רעזשים פון ווילדע מחנכים, וואס רובם ככולם האבן פון מיר אוועקגערויבט די געשמאק פון די גאלדענע קינדער יארן.
אמת אז כ'האב געהאט א טייל וואוילע מלמדים, וואס זענען געווען ווי א רויז צווישן דערנער.. אבער די איבריגע זענען געווען קיין משל נאר די נמשל – דערנער כפשוטן!
און אט דעם פאסירונג, וואס כ'וויל דא איינמאל פאר אלעמאל פאראייביגן אין מיינע פארשריבענע זכרונות, [כאילו כ'האב עס אמאל פארגעסן..] איז עפעס וואס טרייסעלט מיר אויף, יעדעס מאל ווען כ'קלער צוריק ווען עס האט מיט מיר פאסירט.
איך בין נישט געווען פאר'רעכענט צווישן די מצויינים, ניין, און נאך ערגער, מ'האט מיך פאר'רעכענט אלץ די גאר שוואכע, צווישן אזעלכע חברים, וואס זענען למעשה היינט צוטאגס גארנישט קיין נפלים..
- די עטליכע חברים וואס זענען געווען פאר'רעכענט פונקט ווי מיר אלץ שוואכע, וואס קיינער וויל מיט זיי נישט לערנען בחברותא, ווייל זיי האבן א פאטעטא קאפ, און דער מלמד קען זיך מיט זיי אונטערהאלטן, און טאמער ס'פעלט אויס געבט ער אביסל פון די סחורה פארן מנהל אויך, נהנה זיין פון א צעביסענע שטיק לעמעלע..
- אט די חברים, זענען למעשה אויסגעשטיגן היינט צוטאג, גארנישט קיין לעמעלעך, און פונקט ווי מיר, וואס האט זיך קונה שם געווען, אלץ מענטש צווישן חברים און מעריצים, זענען זיי אויך וואונדערליך געווארן מצליח'דיגע מענטשען ביז גאר.
קוקט אויס טאקע אז דער באשעפער פירט זיין וועלטעלע גאר אויסגערעכענט, און מיר געהערן נישט צו די מענטשליכע פסקנות און הינריכטונג.
זייענדיג אין די עלטערע קינדערישע יארן, האבן מיר געלערנט מסכת מכות.. און טאמער האבן מיר נאכנישט געקענט מסכת מכות פון די אומזינסטע מלקות ארבעים כפול שמונים, האבן מיר דאס נאך געלערנט בעיון גדול, און אך און וויי ווער ס'האט נישט געקענט יעדע צורת האות פון יעדע קליינע און גרויסע רש''י.
מה דאך אויף נישטיגע שטותים האט מען אריינגעהויבן קלעפ און בזיונות, על אחת כמה וכמה אויף נישט קענען די גמרא אויפן לשון, און נישט ערפילן די פליכט פון א קינד אין יענע יארן, לויט די קאפריזן פון יעדע מלמד אין זיין ווילדע מוהט.
כ'וואלט באמת נישט גערופן די הנהגה בימים ההם, רציחה אדער נקמה אדער דאס גלייכן, ווייל אזוי האט זיך עס נעבעך איינגעפירט ביי אלע, און אזוי האבן נעבעך אלע מחנכים געמיינט, אז מ'וועט באזיגן דעם חולשת הדור, און דערמיט אויפהאדעווען א דור יראים ושלמים, בלי פשרות, כאטש אויף א גאר ווילד עקסטרימע וועג.
איך בין נישט געבליבן בייז, אויף רוב מלמדים, כאטש זייער הנהגה איז געווען זייער ברוטאל, און האבן מיר נישט געגעבן קיין גוטן טאג לענגאויס די צייט וואס כ'האב געלערענט ביי זיי. אבער דאך האבן זיי נישט געהאט דירעקט אקעגן מיר פערזענליך, א סיבה מיר צו פייניגן און רודפ'ן, נאר דאס איז געווען די וועג צו אלע.
אלע קינדער זענען געווען אינעם זעלבן גורל, און ווער מער ווער ווייניגער, האט געכאפט פעטש, און געווען אונטער א שטרענגע אויפזיכט, און אזוי אריבערגעשטופט די יארן, כאטש לערנענדיג געצווינגענערהייט גאנצע מסכתות און פילע ספרים.
פאר דעם אליין ביך איך נישט בייז, אויף רוב מלמדים, ווייל איך קען אנצייגן קלאר, אז א היבשע ביסל תורה און ידיעות, האב איך קונה געווען, ביי אט דעם און דעם, טראץ די קלעפ וואס ער האט געטיילט זונטאג ביז דאנערשטיג, האב איך סך הכול ארויסגענומען פונעם יאר, א זאק ידיעות און תורה קענטעניסן.
אבער! מאידך גיסא, קען איך פונקט אזוי אנצייגן און טייטלען מיט ווייטאג, אויף די דאזיגע רוצחים און בלוטדארשטיגע קאניבאלן, וואס האבן מיר פערזענליך מצער געווען, גע'רודפ'ט,און אוועקגענומען יעדע טראפ פארגעניגן, וויפיל זיי האבן נאר געקענט.
און א טייל פון זיי, האבן שוין געלויבט גאט באקומען זייער שטראף פון אנדערע פלעצער, אבער מיין ווייטאג קאכט און זידט נאך עד היום הזה, און שטעכט מיר ביים הארצן, היתכן אז א יודישער יוד זאל קענען אזוי פייניגן א קליין קינד, נאר ווייל ער הייסט מנשה'לע, און ער צייגט זיך ארויס אביסל מאדנע צו פאני, זאל מען עהם אזוי דערדרוקן, ביז הייסע טרערן און ציפעדיגע ווייטאג אויף אייביגע געדענקעניש.
- ווייטאג וואס ווערט נישט פארגעסן, און ווערט נאכמער אלץ אויפגעפרישט, ווען מ'קוקט אן יענע יארן, יענע מלמדים, און ספעציעל, ווען כ'דערלעב נחת פון מיין יונגעלע, און הער ווי ער לערנט פלייסיג אין חדר, אבער קומט צומאל אהיים מיט א געוויין, ענליך צו מיין..
ביז כ'ווער געוואויר אז ס'נישט מער ווי א טעות צו א געווענליכע קינדער טענה, ציפט מיר אבער דאפעלט אין הארצן, ווער ווייסט צו דאס איז נישט מיין ווייטאג..


ויהי בימים ההם, ביי רוב קינדער אין מיין קלאס, איז עס געווען והיה לשון שמחה, מ'האט געהאלטן די אונטערשטע חודש פון יאר, מ'איז אריבער צוויי זמנים מיט אסאך הארוואניע, און זיך געלאזט פארהערן מסכת מכות, אין די קליינע בחינות און יעצט די גרויסע און אפציעלע בחינה פון יאר.
כדי אריינצוגיין צום גרויסן פארהער, האט מען זיך געמוזט האבן פארהערט ביי די קלענערע פארהערן, און קענען.. ווער ס'האט זיך געלאזט פארהערן, אבער איז נישט ארויס קיין הונדערט פראצענט געקענט, ביי די קליינע פארהער, האט מען נישט אריינגעלאזט צום גרויסן פארהער.
הכלל, מנשה'לע האט זיך געלאזט פארהערן ביי די קליינע פארהערן, און האט עפעס קיינמאל נישט באקומען קיין הונדערט.
די לעצטע קליינע פארהער, האב איך געמאכט א שפיצל, זיך געמאכט קליינע קאפיעס, און באהאלטן אונטערן טיש, אז דער בוחן וואס האט פארהערט יעדע פינעף קינדער אויף אמאל, זאל נישט באמערקן ווי איך קוק אריין די תירוצים.
מיטן אריינקוקן אין די דף הגמרא האב איך גלייך געוואוסט די תירוצים, פשוט בעל פה איז מיר געווען שווער צו קאנצענטרירן.
איך באקום א צעטל פונעם בוחן נאכן פארהער, זאל עס איבערגעבן פארן מנהל.
מנשה'לע איז נישט געווען קיין נאר פאר זיך.. און אויפן וועג פונעם בחינה צום מנהל, האט ער געמאכט א הפסקה אין בית הכבוד, און אריינגעקוקט אינעם פארשלאסענעם צעטל, און געזען ווי פאלגענד:
ער האט גראדע גאנץ גוט געקענט, אבער כ'האב מורא אז ער איז נישט גרייט פארן גרויסן פארהער..
און? פארשטייט זיך, איך בין נישט ערלויבט געווארן אריין צום גרויסן פארהער!

נאכן גרויסן פארהער, זענען די קינדער געווען גוט פארשוויצט און אפגעמוטשעט, האט דער מנהל אריינגעברענגט קליינע סאדעס, פאר אלע קינדער, אלץ א דעפרעשמענד.
א סאדע טרונקט מען בעסער מיט א שטרוי, נו, שטרויס טיילט דער מנהל אין זיין אפיס..
איך האב מיר גענומען א קאלטע סאדע, פונקט ווי אלע, אביסל אפקילן מיין צער אז כ'בין נישט גלייך ווי אלע, און כ'קען ניט זאגן כ'האב געקענט ביים גרויסן פארהער..
דער מנהל טיילט שטרוי'ס..
ווען ס'קומט צו מיין רייהע, געבט דער מנהל א זאג צו מיר אין די אויגן, 'א סאדע געבט מען פאר ווער ס'האט געהאט א בחינה, דו האסט דאך קיין בחינה נישט געהאט, ממילא געב אהער די סאדע..! די שטרוי נעם דיר.. און גיי דיר אהיים..
נעקסטיים אז דו וועסט קענען וועסטו באקומען די סאדע!..
איך בין ארויס פון זיין אפיס, און אויסגעבראכן אין א שטילע געוויין.. וואס האט נישט אויפגעהערט ביז יעצט ווען כ'שרייב די שורות.
אויפן לאנגן וועג אהיים, בין איך אריבער די מנהל'ס הויז, און מיט כעס צעביסן די שטרוי, און מיט פארביסענע ליפן פארנעצט מיט טרערן פון א יונג הערצעלע – א עם הארץ.. געווארפן די שטרוי אויף זיין גראז..
דאס איז געווען מיין נקמה! גארנישט קיין נקמה.. ער האט מיך צעבראכן ווי א שארבן, און מסכת מכות איז געווען די אנדענק.
אלץ ווען איך גיי אריבער זיין הויז, נאך היינט, אלץ ווען איך זע עהם, נאך היינט, אלץ ווען כ'זע מסכת מכות אין שאנק, קלונגען די ווערטער אין מיינע אויערן, די סאדע געב אהער, די שטרוי קענסטו האלטן!!!
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

מנשהלה ברענג אהער דעם מנהל, אוי וועט מען איהם דא אויספראקען....
איך האב אמאל געהערט א שמואס אין שומר שבת אפאר עלטערע אידען וואו זיי האבען אראפגעלייגט זייערס א מלמד אינדערהיים וואו ער פלעגט אריינלייגען דעם קינד אין א וועגעל און אזוי אנהאקען ביז חלשות און דערנאך איהם אנגיסען מיט א לעוואר פריזינג וואסער און ווייטער אריינהאקען...נאכען קריג האבען זיי זיך צאמגענומען אפאר אלטע אידען אין בארא פארק (אדער וויליאמסבורג כ'געדענק נישט קלאר) און געוואלט נקמה האלטען וואו ס'דארף צו זיין..ביז א איד האט זיי געזאגט אז דער מלמד איז נעבעך גערירט געווארען ביים קריג האבען זיי באשלאסען אז מ'וועט נישט טשעפענען דעם רבין.. זיי אפילו געזאגט א נאמען פון דעם מלמד.. אוי איז דאס געווען זיס צו הערען וואו ער לייגט עס אראפ!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

דעי מנהל מיינע, האט אויך געטון אזעלכע זאכן ביז חלשות, אבער נישט פאר מיר. כ'ווייס פארוועמען.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מנשה איך מעיג פרעגעו ווי די האסט געלערענט? עס קומט מיר ממש צו וויינען אזוי צו כאפען....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הורתו ולידתו בשיכון הקודש.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט