בלאט 1 פון 1

איבער די גניבות אין די לעצטע צייט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:13 am
דורך איחוד פעלד
ווי באקאנט איז פארגעקומען גניבות אין בארא פארק דורך איינער וואס איז פשוט געגאנגען פין הויז צו הויז און געגאנבעט די זילבער.
געכאפט האט מען אים דורך פאסטער סיינס וואס שומרים האט אויסגעלייגט אין די גאסען און א שכן וואס האט דערקענט דעם גנב האט אים ארויסגעגעבען.
יעצט האלט מען לאחר המעשה, און דער גנב איז ארויס אויף הונדרעט טויזענט דולער בעיל.
דער זילבער איז קוים צוריק געקומען.

ווי איז די זילבער אהין געקומען?


די באקאנטע מנורה וואס מען זעהט אויף יוטוב ווי ער גנב'ט האט מען געטראפען נישט מער נישט ווייניגער נאר אויף זעכצענטער עוועניו אין די איסטערען סילווער געשעפט.

די מנורה איז ווערט צוואנציג טויזענט דולר און פארקויפט האט ער עס פאר דריי טויזענט דולר צו דער געשעפט.

שטעלט זיך א מורא'דיגער פראגע.

וואס גייט דא פאר.

קומט אריין א מענטש אין זילבער געשעפט און דער געשעפט קויפט געגאנבעטע סחורה, און גארנישט?
דער געשעפט ליידט נישט אויף דעם נישט קיין שום פראסעקיושען?
וואיונען מיר אין א אומבאשיצטע סאסייעטי?

א געשעפט ווי איסטערען וואס מען האט געכאפט, דארף לכל הפחות פארמאכט ווערען דורך די גאווערנמענט למען ישמעו וייראו, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווען זיי האבען נישט ווי צו פארקויפען די סחורה, גנבעט מען נישט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:16 am
דורך איחוד פעלד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:07 pm
דורך קרעקער
אויב סאיז אמת ואס דו זאגסט ביזטי גערעכט מדארף זיך אראפלאזען און אריינשטורעמען אין איסטערען סטאר

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:34 pm
דורך נס קאווע
ביי לאו מעג מען נישט קויפן פונקטליך וואס מען דארף האבן ווייס איך נישט אדער א סערטיפיקאט צו פארקויפן אדער א רעסיט וואו דו דו האסט עס געקויפטת איך ווייס נאר אז פון צייט צו צייט טעסטן זיי מענטשן זיי גייען אראפ און פארקויפן און טאמער דו קויפסט פון זיי דארפסטו מיט גיין מיט זיי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:21 pm
דורך נפתלי
נס קאווע האט געשריבן:ביי לאו מעג מען נישט קויפן פונקטליך וואס מען דארף האבן ווייס איך נישט אדער א סערטיפיקאט צו פארקויפן אדער א רעסיט וואו דו דו האסט עס געקויפטת איך ווייס נאר אז פון צייט צו צייט טעסטן זיי מענטשן זיי גייען אראפ און פארקויפן און טאמער דו קויפסט פון זיי דארפסטו מיט גיין מיט זיי

לא זכיתי להבין

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:41 pm
דורך נס קאווע
לויטן געזעץ (מיינעך) מעג מענישט קויפן נאר פון א לייסענסד האלסעילער, אולי טאמער דער פארקויפער האט א רעסיט וואו ער'ט עס געקויפט מעג מען אויך
עובדא שמעתי אז מ' האט אריינגעשיקט איינעם פארקויפן פאר א זילבער געשעפט און יענער האט אפגעקויפט טון מ' האט איהם ארעסטירט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:02 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'רעדט שוין פון גניבות, וויל איך פארשטיין פארוואס ביי מיר אין קאפ פיל איך זיך אזוי זיכער, אז אין מיין הויז וועט מען נישט איינברעכן?
ס'דא א פעסיכלאגישן הסבר?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:03 pm
דורך זר זהב
יעדער פיהלט אזוי! ביז... ער ווערט בא'גנב'ט!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:25 pm
דורך קאווע טרינקער
אוי, אל תפתח פה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:37 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז דער עצה דערצו? אויסקריצן די נאמען אויף אלע זילבער און צירינג, אדער לייגען א סוירוועילענס סיסטעם?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:38 pm
דורך קאווע טרינקער
קויפן א פולישע גארטעל (לעצטנעס עדווערטייזט)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
נס קאווע האט געשריבן:לויטן געזעץ (מיינעך) מעג מענישט קויפן נאר פון א לייסענסד האלסעילער, אולי טאמער דער פארקויפער האט א רעסיט וואו ער'ט עס געקויפט מעג מען אויך
עובדא שמעתי אז מ' האט אריינגעשיקט איינעם פארקויפן פאר א זילבער געשעפט און יענער האט אפגעקויפט טון מ' האט איהם ארעסטירט

ווען ס'געשעט ח"ו פילט מען שןוי נישט.