בלאט 1 פון 1
רעסטוראנט אין ירושלים זאגט אויף פרויען ארבייטער פאר ליל שישי
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 8:07 pm
דורך יידל
די פאפולערע רעסוטראן "היימישע עסן" אין רחביה, ירושלים האט אונטערן דרוק פון די קנאי ירושלים אויפגעזאגט די פרויען סערווירער ליל שישי. חיים זאפרין, דער בעל הבית פון היימישע עסן, האט אין אן אינטערוויו מיט הארץ מסביר געווען אז די פרויען זענען טאקע נישט ארטאדאקסיש, אבער ער האט אלץ מקפיד געווען זיי זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג. די קנאים, וועלכע "זענען מקנא דעם סוקסעס פונעם פלאץ", האבן געלייגט דרוק אויף בד"ץ אגודת ישראל (וועלכע גייט די הכשר אויפן רעסטוראנט) צו הייסן אויפזאגן די ארבייטער, טענה'ט זאפרין.

היימישע עסן האט א נאמען אלץ דער בעסטער רעסטוראן מיט א היימישען הכשר אין ירושלים. די היימישע פאליטיקאנטען פאלן דארט אפט אריין פאר א טעלער טשולנט אדער א סלייס קוגל. ישיבה בחורים האבן ליב צו קומען דארט פאר א ליל-שיש-טשולענט. ווי זאפרין פארציילט, איז די קאמפלעינט אנטקעגן די פרויען סערווירער געקומען פון "אפאר חסידישע בחורים" וואס ס'זיי נישט געפאלן אז א פרוי האט זיי סערווירט. בד"ץ אגודת ישראל האט אריגינעל פארלאנגט אז ער זאל אינגאנצן אויפזאגן די פרויען. זאפרין זאגט אבער אז למעשה איז 60% פון זיין קלליענטעל פרויען, און דערפאר האט ער מסביר געווען פאר די בעלי מכשירים אז ער קעו נישט אויפזאגן די פרויען. צום סוף האבן זיי זיך געגליכן אויף טוישן שיפטס, אזוי אז ליל שיש זאלן זיך נישט געפונען דארט קיין פרויען.
די ארגאנעזאציע "זיי פריי איזראעל" האט גערופן צו באיאקאטירן דעם רעסטוראן און וועט האלטן א פראטעסט מארגן ליל שיש ביינאכט.
Re: רעסטוראנט אין ירושלים זאגט אויף פרויען ארבייטער פאר ליל
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:13 pm
דורך שמואל שלום שלמה
פון יעדען קליינעם זאך דארף מען מאכן א שטינק. וואטס דע ביג דיעל? די בחורים ווילן ניטש פרייע פרויען סערווירער, דארף וועגן דעם מר. זאפרין לויפן צו די צייטונגען קאמפלעינען? מ'קען שוין מיינען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:11 am
דורך berlbalaguleh
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:פון יעדען קליינעם זאך דארף מען מאכן א שטינק. וואטס דע ביג דיעל? די בחורים ווילן ניטש פרייע פרויען סערווירער, דארף וועגן דעם מר. זאפרין לויפן צו די צייטונגען קאמפלעינען? מ'קען שוין מיינען.
ס'איז דא א עסן פלאץ אין א חסידישע געגנט אין ברוקלין וואו א (פוילישע?) גויטע וואס איז נישט געווען צניעות'דיג אנגעטון האט סערווירט היימישע אידן. אפילו מיט א פלאכן ביבער הוט און א לאנגע בארד האט זיך אויך געפונען היימיש דארט.
דיסקלעימער: איך בין אריינגעגאנגען דארט אמאל צו קויפן א סענדוויטש פאר טעיקאוט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:26 pm
דורך קפנדריא
וואס איז די פראבלעם מיט אויפזאגן פרוין ארבייטער אין א צייט ווען הונדערטער בחורים קומען דארט איינקויפן? וואיך צו זיי אז זיי האבן שכל, ס'איז גאר א פארשטענדליכע אקציע פאר די וואס קענען די חציפישע סאברישע שיקצעס, 'נטשולדיגט, אידענעס, [די מיט די הדרת נשים עדיטוט].
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:47 pm
דורך קליינע רעבעלע
לאמיר דיר קלאר מאכען איך קאן דע איזריילים זייער גיט זיי מיינען נאר א פאר דאלער
ווארט צוויי טעג וועסטי זיען ווי דע גאנצע זאך נעמט איין א שטיל שווייגעניש
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:25 pm
דורך ניו יארק
וואטס דע ביג דיל? אז א קאסטעמער בעט עפעס דארף אים דער געשעפטס מאן פרובירן אים צוצושטעלן, אז די בחורים ווילען נישט קיין פרוי פאר א סארווער דארף ער עס טון, (ווען די בחורים דארפען ווען יא א פרוי סארווער דארף ער עס אןיך צושטעלן - פון א ביזנעס שטאנפונקט)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:10 pm
דורך מים חיים
איך געדענק אפאר פון מיינע חברים פלעגן דוקא גיין קיין היימישע עסן, ווייל דארט איז דא פרויען סארווירער....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:06 am
דורך berlbalaguleh
מים חיים האט געשריבן:איך געדענק אפאר פון מיינע חברים פלעגן דוקא גיין קיין היימישע עסן, ווייל דארט איז דא פרויען סארווירער....
ווי ס'זעהט אויס זענען די בחורים וואס ווילן נישט פרויען סארווירער די רוב. אדער רעדן העכער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:22 pm
דורך עוד מישהו
וואו ווייט איך ווייס איז עס נישט אזוי אנגעגאנגען פאר די בחורים, וד"ל. די פרשה דא איז מיט די הכשר, בד"ץ אגודת ישראל אדער אן רמזים די גערע, זענען די וואס האבן פארלאנגט פון די בעה"ב צו אוועקשיקן די פרויען ארבעטער דאנערשטאג, איך ווייס נישט וואס איז געווארן צו סוף אבער דא האט איר די ארטיקל.
אגב די "הדרת נשים" העץ קאמפיין איז צו פארדאנקען די גערע, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען שילדן אין בית שמש אין א צענטראלע פלאץ, די נאכווייען פילט מען נאך ביז היינט.
אגב אין אמריקע איז דאס אן אומדערהערטער עוולה מזאל צווינגען מענטשן אויפצוזאגן ארבעטער, ווען די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי געפונען זיך דארט איז צוליב געלט, פארגעסט נישט אז אין א רעסטאראן איז דא א אוניפארם וואס אלע ארבעטער טראגן געווענליך.
http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 94,00.htmlאגב יעצט האט די רבנות א חשד אז מ'האט געמישט דארט כשרות נאכן געפונען דארט פארשידענע סטיקערס, פון עדה פון הרב לאנדא און א ספרדישע הכשר.
http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 74,00.html