בלאט 1 פון 10
קורצע הלכהדיגע שאלות
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:23 am
דורך [NAMELESS]
אז מ'וויל אויסברענען א אויווען נאך פליישיג אויף צי קענען ניצען פאר מילעכיג , ווי לאנג דארף מען עס אויסברענען און אויף ווי הייס?
(און איז די הלכה די זעלבע נאך מילעכיג צו ניצען פאר פליישיג?)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 9:33 am
דורך נאך א פשט
איך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:18 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די הלכה מיט א מיליכיגע גאפעל וואס מ'האט געניצט צו עסן הייסע פלייש?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:19 pm
דורך זר זהב
קרית יואל'ע שחיטה?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 7:59 pm
דורך געפילטע פיש
דיינים זענען נאר א פאון קאל אוועק, און זיי זענען פאר פרי.
אבער וואס איז דיין שאלה, אויף די פלייש אדער אויף די גאפל?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:05 pm
דורך בעל הבית
פארוואס זאל נישט יעדע קהילה האבן פונקט ווי א דיין\ רב, אן אקאטענט- לויער ,צו ענפערן לעגעלע שאלוית,בכלל נישט דא וועם צו פרעגן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:קרית יואל'ע שחיטה?
הי הי
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:דיינים זענען נאר א פאון קאל אוועק, און זיי זענען פאר פרי.
אבער וואס איז דיין שאלה, אויף די פלייש אדער אויף די גאפל?
אויף די גאפעל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:33 am
דורך שמעקעדיג
מען דארף כשר'ן די גאפעל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:37 am
דורך סאשי פיש
מען דארף ווארטען 24 שעה פארען כשרען מיין איך
בין איך גערעכט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:53 pm
דורך big joe
שלום על ישראל האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:מען דארף ווארטען 24 שעה פארען כשרען מיין איך
בין איך גערעכט?
יא
יא עס מעג נישט זיין קיין בן יומו
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:55 pm
דורך שלום על ישראל
ראשעקאל האט געשריבן:אז מ'וויל אויסברענען א אויווען נאך פליישיג אויף צי קענען ניצען פאר מילעכיג , ווי לאנג דארף מען עס אויסברענען און אויף ווי הייס?
(און איז די הלכה די זעלבע נאך מילעכיג צו ניצען פאר פליישיג?)
איך האב געפרעגט א שאלה און מען האט גע'פסק'נט אז מען דארף ווארטן א מעת לעת, אנהייצן די אויבן פאר אפאר מינוט אויף די העכסטע (לכאורה וואס מען האט עס גענוצט) און דאס איז עס גוט צו גיין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:56 pm
דורך שלום על ישראל
big joe האט געשריבן:יא עס מעג נישט זיין קיין בן יומו
אזוי געדענק איך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:05 pm
דורך big joe
נאך א פשט האט געשריבן:איך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
לכה״פ 500 אבער אויב האט מען עפעס געבאקען אויפ 500 זאל מען עס אנצינדען אויפ אביסל העכער ווי 500
פאר מ׳טוט דאס דארפ מען גוט רייניגען די אויווען ווייל אויב די איסור איז בעין ווערט עס נישט בטל (מ׳קען נישט רייניגען נאכען אויסבאקען)
די עלעקטראנישע אויווענעס דארפן נאר א האלבע שעה פון ווען עס ווארט 500 (ווייל עס איז מער פארלעסליך, די שיעור איז א האלבע שעה די סיבה פארוואס רבנים זאגען א שעה איז ווייל עס נעמט צייט ביז די אויווען קריכט ארויף צו 500, און ווייל די טערמאסטאט פון די גאז אויווענעס זענען נישט אזוי פארלעסליך)
היוצא לנו מדברינו:
עלעקטריק אויווען אויסצוברענען, 500 אויפ א האלבע שעה (חוץ אויב מהאט עפעס געבאקען דארט אויפ 500)
גאז אויווען, 500 אויפ א שעה
און ביי ביידע דארף מען עס גוט אויסוואשען פארדעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:08 pm
דורך smart man
נאך א פשט האט געשריבן:איך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
i think you are not alowed to kasher an oven from fleishig to milchig even if you baked something parev in between. you are alowed to kasher something from fleishig or milchig to parev. but once its parev you can do what ever you want. but you cannot kasher from fleishig to parev, if you want after that use it for milchig. its important to check this with a knowlegable ruv
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 1:19 pm
דורך בעל הבית
מעג מען רופן 311 אויף א היימישע לאנדלארד ??
וואס טוט גארנישט אונטערצוהאלטן זיין בילדונג
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 2:55 pm
דורך קרעמער1
אויב האסטו אים נאכנישט געווארנט טארסטו זיכער נישט
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 3:15 pm
דורך בעל הבית
געווארנט טויזענט מאל, רעדט צום לאמפ
שוואכע סטים, עס קען זיין פארפרוין קאלט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 3:17 pm
דורך מצטמק ויפה
דער בעל הבית איז נישט בעל הבית אפילו אויף זיין דירה?!
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 4:01 pm
דורך קרעמער1
בעל הבית האט געשריבן:געווארנט טויזענט מאל, רעדט צום לאמפ
שוואכע סטים, עס קען זיין פארפרוין קאלט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג
דאן ווענדט זיך עס וואס די באהערדע וועלן אים טוהן דערפאר
אויב וועלן זיי אים בלויז צווינגען אויסצופירן זיין התחייבות דאן ביסטו זיכער ערלויבט צו רופן
און אויב דו האסט קליינע קינדער אין שטוב, וועלכע האבן עפ"י הלכה א דין חולה, ליגט אויף דיר א חיוב צו טון וואס נאר מעגליך
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:05 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:20 pm
דורך ודי למבין
איינער איז מיר שולדיג געלט און וויפיל איך רוף אים מאכט ער זיך נישט וויסענדיג. ער קען די דין תורה סיסטעם פונקט ווי אונז אלע, מעג איך אים איבער געבן פאר די אינסטאנצען?
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:26 pm
דורך ראש הישיבה
ניין!
![שאקירט :shock:](./images/smilies/icon_eek.gif)